פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין די פֿופֿציקער יאָרן זײַנען מיר געווען פֿינף חבֿרטעס, דרײַ אין דער בראָנקס און צוויי אין ברוקלין. מיר האָבן זיך געהאַלטן אין איינעם, נישט ווײַל מיר האָבן געפּאַסט איינע צו די אַנדערע, נאָר ווײַל מיר זײַנען געווען מלחמה־קינדער, האָבן גערעדט דאָס זעלבע לשון, פֿאַרשטאַנען זיך אויפֿן וווּנק און זיך געפֿילט פֿאַרלוירן אין דער פֿרעמדער אַמעריקע. די וועלט אַרום איז נישט געווען צו פֿרײַנדלעך, האָבן מיר זיך געכאָוועט אויף פֿילמען און טעלעוויזיע. עס האָט דעמאָלט דאָמינירט אַ חבֿרה יונגוואַרג אויפֿן האַליוווּדער עקראַן, צווישן זיי מיקי רוני און דזשודי גאַרלאַנד, עליזאַבעט טיילאָר און דזשיין פּאַועל. זיי זײַנען געווען אונדזערע העלדן. פֿאַרן זעלבן געלט האָט מען געקענט אויסזיצן צוויי פֿילמען. דער צווייטער פּאַדאַטעק האָט אַלע מאָל געהאַט צו טאָן מיט "קאַובויס" און "אינדיענס", וווּ מ׳האָט געהאַלטן אין איין שיסן און קנאַלן. אויף טעלעוויזיע האָט דעמאָלט געקיניגט "אײַ־לאָוו־לוסי", און "ליבעראַטשי", דער פֿראַנטישער, אויסגעפֿיאָקעוועטער פּיאַ­ניסט מיטן יאָלדישן שמייכל. מײַן מאַמע איז געווען אַנטציקט פֿונעם אויסגע­פּוצלטן פֿאַרווײַלער. ער איז געווען אַן אויס­טער­לישער פּאַרשוין. אַלע מאָל זיך באַוויזן אין אַ טײַערן פֿוטערנעם מאַנטל, באַהאָנגען מיט גאָלד און בריליאַנטן. זײַן פּיאַנע איז געווען באַצירט מיט אַן אָנגעצונדענער קאַנדעלאַברע און גרייט אויף דער פּיאַנע אַ פּאָרטרעט פֿון זײַן מאַמען. מײַן מאַמע האָט קיין מאָל נישט פֿאַרגעסן צו דערמאָנען: "זעסט מירעשי, דאָס הייסט אַ געטרײַער זון, ער גרייסט זיך מיט זײַן מאַמען און גיט איר אָפּ כּבֿוד". איך האָב זיך געפֿילט שולדיק, נאָך אַלעמען, איך האָב זיך דאָך אָפּגעשוירן די לאָקן אָן איר וויסן.

אין "הײַ־סקול" האָב איך זיך באַקענט מיט אַן אַמעריקאַנער בחור. ער איז מסתּמא געווען נישט מער ווי זעכצן אָדער זיבעצן. ס׳גייען אַוועק אַ פּאָר חדשים און ער לאָזט מיר וויסן, אַז ער וואַרפֿט אַוועק דאָס לערנען און גייט זיך אַרומשלײַערן. איך האָב אויפֿגעציטערט. ווי קען מען אַוועקוואַרפֿן אַזאַ פּריווילעגיע. זיכער האָט "מאָריס הײַ־סקול" נישט געהאַט קיין גוטן שם, די גימנאַזיע האָט זיך געפֿונען אין אַ שלעכטער געגנט אין דער בראָנקס, ס׳רובֿ סטודענטן זײַנען באַשטאַנען פֿון נעגער, פּאָרטאָ־ריקאַנער און "רעפֿיודזשי"־קינדער ווי איך. די לערער האָבן זיך צוגעפֿוילט צו לערנען, זיי האָבן אָנגעקוקט דעם עלע­מענט און ס׳איז זיי פֿאַרגאַנגען דער אַפּע­טיט פֿון לערערײַ. ווי ס׳זאָל נאָר נישט זײַן, צוזאַמען מיט מיר האָט זיך געלערנט דער צוקונפֿטיקער גענעראַל קאָלען פּאַועל, איינער פֿון די מיליטערישע מומחים אין "בוש־קאַבינעט פֿון טאַטן און פֿון זון".

ווען איך האָב דערהערט, אַז בילי וואַרפֿט אַוועק דאָס לערנען, האָב איך עס אים נישט געקענט שענקען:

"ס׳הייסט!" האָב איך געטענהט, "ווי נעמט מען און מ׳וואַרפֿט אוועק בילדונג?" און ווי אַ צוגאָב האָב איך אָפּגעהאַקט אונדזער פֿרײַנדשאַפֿט. דער בחור האָט זיך אָנגעצונדן ווי אַ האָלעוועשקע, דאָס פּנים באַגאָסן מיט אַ קאַלטן שווייס, די אויגן מיט בלוט, האָט ער זיך נישט געקענט באַהערשן און אַרויסגעפּלאַפּלט:

"אויב אַזוי וועל איך דיך מוזן שיסן. קיינער זאָגט מיר נישט קיין דעות!"

איך געדענק, אַז איך האָב זיך גוט דער­שראָקן פֿון זײַנע רייד, און באַלד אַוועק צום "גײַדנס קאַונסעלאָר" (בעל־עצהטע) אין שול. יענע האָט מיך געראָטן:

"אַזוי ווי איר דרײַ מיידלעך קומט אין שול אין איינעם מיטן אויטאָבוס, זאָל איינע דיך היטן פֿון פֿאָרנט, די צווייטע פֿון הינטן".

יעדן פֿרימאָרגן האָט מיך באַגלייט מײַן חבֿרטע באַשקע פֿון איין זײַט און פֿייגעלע פֿון דער צווייטער, און אַזוי האָבן מיר זאַלבעדריט מאַרשירט צוזאַמען צום אויטאָבוס, און די שרעק אין האַרצן האָט נישט אָפּגעלאָזט, ווער ווייסט, אפֿשר לויערט ער צווישן די קוסטעס, אפֿשר טשאַ­טע­וועט ער זיך הינטער אַ ליקע, אפֿשר צי­לע­וועט ער אָן זײַן רעוואָלווער און קנאַלט מיר אַרײַן אַ קויל אין קאָפּ. עס זײַנען אַוועק אַ פּאָר לאַנגע וואָכן ביז דער עפּיזאָד האָט זיך אײַנגעשטילט. אַ מזל וואָס געווער איז נישט געווען בנימצא אין יענע יאָרן און די שרעק פֿאַר אויטאָריטעט איז געווען גרויס.

הײַנט, ווען עס שרײַען אַראָפּ די קעפּלעך פֿון די טעגלעכע צײַטונגען, וועגן יונגוואַרג, וואָס שיסט און ממיתט, מאַכט אומגליקלעך אומשולידקע קרבנות, לערער, און טאַטע־מאַמעס, קען מען וואַרפֿן די שולד וווּ עס לאָזט זיך. דער עיקר, מיט דער מינוט, וואָס די יוגנט האָט דערשפּירט דעם פּולס פֿון הפֿקרות אין דער היים, צי אין גאַס, אויפֿן עקראַן, צי אין דער מוזיק, אויף טעלעוויזיע, צי אויפֿן אינטערנעט, זײַנען זיי אַראָפּ פֿון דער קייט און ווילדעווען, אַז עס קערט זיך איבער דער מוח. נישט אַנדערש ווי יוגנט נייטיקט זיך, נישט אַזוי אין דער שטרענגער השגחה אָדער האַרטער פֿויסט, ווי אין אַן אידעאָלאָגיע, אין אַ זינען אין לעבן, אין זײַן נוצלעך. וווּ נעמט מען אָבער אַן אידעאָלאָגיע ווען אַלע אידעאָלאָגיעס זײַנען שוין אויסגעשפּילט און דער איינציקער ציל אין לעבן איז די קאַסע?

וואָס מער מ׳וויל דערגיין דעם תּמצית פֿון מענטשלעכן כאַראַקטער אַלץ טיפֿער שפּרייט זיך אויס אַ תּהום פֿון פֿאַרהוילעניש. פֿאַר וואָס ווערט איינער געבוירן אַ טובֿ־לבֿ און אַ צווייטער אַ שלאַק מן־השמים — בלײַבט אַ רעטעניש. פֿון מײַנע גראַדויִר־קורסן אין סאָציאָלאָגיע בין איך דערגאַנגען אַ סוד פֿאַר גאַנץ בראָד, אַז אַזוי ווי איינער איז צו זיבן, אַזוי איז ער צו זיבעציק. שווער אָבער שלום צו מאַכן מיט רשעות. און רשעות פֿאַרנעמט אַ פּראָמינענט אָרט אין אונדזער מענטשלעכער געשיכטע. מסתּמא האָט עס צו טאָן מיט זעלבסט־פּרעזערוואַציע. נאָך אַלעמען מוז דער מענטש אָפּהיטן זײַן לײַב און לעבן, זײַן געזונט, זײַן היים, זײַן פּאָזיציע, דאָס גאַנצע שטיקל עקזיסטענץ, ביזן לעצטן אָטעמצוג. געווען דורות, וואָס האָבן זיך אײַנגעשטעלט פֿאַר אַן אידעאַל, געקעמפֿט פֿאַר מענטשן־רעכט, פֿאַר גלײַכהייט און פֿרײַהייט, האָט זיך אַ סך מאָל אַרויסגעוויזן, אַז אַ סך פֿון די אַזוי גערופֿענע אידעאַליסטן האָבן ליב געהאַט די מענטשהייט אָבער נישט דעם מענטשן. און אַזוי ווי אונדזער לשון ייִדיש איז געווען אַ גוט פֿערדל, זײַנען אויף איר געריטן אַ שלל מיט אַזוי גערופֿענע ייִדישע פֿאַרזאָרגער, פּאַרטיי־לײַט און מחנות קהלישע פּרנסים, בעת בײַ זיך אין דער היים האָט מען גאָר קאַליאַקעט רוסיש און פּויליש, שפּאַניש און ענגליש און טאָטעריש, דער עיקר נישט אויף ייִדיש. און דאָס ווי אַ פֿאַרעקשנטער אידעאָלאָגישער פּרינציפּ. און נישט געקוקט דערויף, וואָס ייִדיש איז געווען די אונטערפֿירערקע, האָט מען נאָך דער חתונה געשלאָגן מיט איר כּפּרות. אין נאָמען פֿון ייִדיש האָט מען שוין אָנגעזאַמלט גאַנצע קאַסעס מיט ממתּקים, אָבער קיין נחת האָט ייִדיש פֿון די געלטער נישט געזען. איך פֿאַרשטיי שוין, פֿאַר וואָס איך בין ווידער אַ מאָל אַרויס אויף דער זעלבער טעמע, ס׳הייסט די עוולה קעגן ייִדיש, ווײַל יונגערהייט האָט אַלץ אויסגעזען ראָזעווע, סײַ מײַנע ייִדישע לערער, סײַ מײַן ייִדישער אַרום. ווער האָט דען געוווּסט, וואָס עס רויעט זיך אונטערן מאַטראַץ, צי פֿלאַנצט מען אײַן אַ ייִדישע זערנע עס זאָל דערפֿון אויסוואַקסן אַ ייִדישער בוים? און מיט דער צײַט אַ ייִדישער וואַלד? אַ נעכטיקער טאָג. בענק איך נאָך יענע יאָרן, ווען איך האָב גאָרנישט געוווּסט און קיינעם נישט חושד געווען. בכלל זײַנען די פֿופֿציקער יאָרן געווען פֿול מיט האָפֿענונג, אַז קיין מלחמות וועלן שוין נישט אויסברעכן, אז עס וועט שוין קומען אויף אונדז דער אייביקער שלום, די גאַסן זײַנען געווען פֿרײַ צום שפּאַצירן טאָג און נאַכט, מען האָט נישט געציטערט און נישט געפֿלאַטערט, אַז מען וועט, חלילה, דיך באַפֿאַלן. צו דרײַצן פֿלעג איך אַהיים קומען מיט דער "סאָבוויי", שפּעט בײַ נאַכט און ס׳איז מיר אַפֿילו נישט אײַנגעפֿאַלן מורא צו האָבן. אַזוי אַז די וועלט האָט זיך שטאַרק געביטן און נישט צום גוטן. און מלחמות כּפֿלען זיך יעדע פּאָר יאָר, און מ׳וואָרנט אונדז שוין, אַז כינע וועט ווערן מעכטיק, וועט זי באַווײַזן וואָס זי קען. אַזוי אַז מיט מלחמות זײַנען מיר שוין, ברוך־השם, פֿאַרזאָרגט, איצט דאַרפֿן מיר נאָר שטיין אויף דער וואַך, אַז כינע זאָל אונדז דערווײַל נישט פֿאַרסמען מיט אירע פּראָדוקטן, פֿאַר קעץ, פֿאַר הינט און פֿאַר די אַמעריקאַנער אָפּנעמער. און אויב איר ווילט אויפֿהערן צו טראַכטן וועגן די אַלע צרות, וואָס די וועלט שטעלט אונדז צו, זאָלט איר טאָן אַ קוק אויף אײַער טעלעוויזיע, ווען מען גיט איבער די לאָקאַלע נײַעסן. ס׳איז ממש נישטאָ קיין בעסערער אויסוועג פּטור צו ווערן פֿון דער ווירקלעכקייט, אַכיבע עס דינט אײַך די טעלעוויזיע ווי אַ שלאָף־מיטל, ווײַל די נײַעס־פּראָגראַמען האָבן זיך דערטראַכט, איידער מלחמה־בילדער מיט די שיסערײַען און די קוילערײַען, בעסער זיך אַרײַנטאָן אין די פּאָזעס פֿון אַננאַ ניקאָל סמיט, וועלכע איז שוין טויט אין לעבן און לעבעדיק אויפֿן עקראַן, אָדער צוהערן זיך צו די נײַעסן פֿון קאַזאַכסטאַן, וואָס וועט איבערגעגעבן ווערן פֿונעם ראַפֿינירטן חבֿרה־מאַן, וואָס הייסט באָראַט. זײַטס מיר און האָטס מיר.