איך האָב זייער ליב וואָס מע רופֿט אין אַמעריקע אַ רומענישן (און אַ מאָל — רוסישן) פּאַטלעזשאַן־סאַלאַט, אָבער כאָטש איך האָב יאָרן לאַנג אויסגעפּרוּווט פֿאַרשידענע רעצעפּטן, האָט עס קיין מאָל נישט געהאַט דעם טעם פֿון דעם אויסערגעוויינטלעכן פּאַטלעזשאַן־סאַלאַט, וואָס איך האָב פֿאַרזוכט בײַ מײַנע רוסישע פֿרײַנד, אָדער אין די רעסטאָראַנען און אויף שׂימחות. כ׳האָב אָנגעהויבן צו פֿילן ווי דער קעניג אַרטור, וואָס זוכט אָן אויפֿהער דעם הייליקן גראַל.
סוף־כּל־סוף, האָב איך מצליח געווען, און ס׳איז מיר אַ חידוש, ווי גרינג עס איז. און נאָך אַ גרעסערער חידוש: צווישן די באַשטאַנדטיילן געפֿינט זיך נישט קיין ציבעלע און נישט קיין לימענע־זאַפֿט — צוויי פֿון מײַנע באַליבטע אינגרעדיענטן.
שפּריצבוימל
3־4 קליינע פּאַטלעזשאַנען
2 ציינדלעך קנאָבל, צעהאַקט
2 לעפֿל קאַנאָלאַ־בוימל
1 לעפֿל ווײַסער עסיק
1/2 טעפּל צעהאַקט רויט אָדער גרין פֿעפֿערל
זאַלץ און שוואַרצער פֿעפֿער, לויט אײַער געשמאַק
צעשניטענע פּעטרישקע
הייצט אָן דעם בראָט־אויוון (broiler) און באַשפּריצט אַ בלעך מיט שפּריצבוימל.
שטעכט אײַן די פּאַטלעזשאַנען אין אַלע זײַטן מיט אַ גאָפּל. לייגט די פּאַטלעזשאַנען אַרויף אויפֿן בלעך און בראָט זיי אונטערן פֿײַער בערך 15 מינוט; דרייט זיי איבער און בראָט נאָך 10 מינוט, ביז דאָס שאָלעכץ צעפֿאַלט זיך.
שיילט אָפּ די פּאַטלעזשאַנען און צעקוועשט זיי מיט אַ גאָפּל. מישט אַרײַן אַלע אַנדערע אינגרעדיענטן. גיט דעם פּאַטלעזשאַן־געמיש אַרײַן אין אַ שיינער שיסל און גאַרנירט עס מיט דער צעשניטענער פּעטרישקע.