"בײַם לעצטן עטאַפּ פֿונעם סעאַנס, האָט זיך מיר אַנטפּלעקט אַ וויזיע פֿון אַ גרויסער, העל-באַלויכטענער סצענע, וואָס האָט זיך געפֿונען, דאַכט זיך, מחוץ דער צײַט און רוים. דאָרטן איז געהאַנגען אַ וווּנדער-שיינער פֿאָרהאַנג, וואָס אין זײַן געוועב האָט זיך אַזוי ווי אַנטהאַלטן די גאַנצע געשיכטע פֿון דער וועלט. כ׳האָב אינטויִטיוו פֿאַרשטאַנען, אַז איך געפֿין זיך אינעם טעאַטער פֿון דער קאָסמישער דראַמע, וווּ די הויפּט-ראָלעס האָבן געשפּילט די כּוחות, וואָס פֿורעמען אויס די מענטשלעכע היסטאָריע. איך האָב זיך אַרײַנגעקוקט אינעם מאַיעסטעטישן פּאַראַד פֿון געהיימנישפֿולע פֿיגורן, וואָס זענען אַרויסגעגאַנגען אויף דער סצענע, זיך פֿאָרגעשטעלט, און פּאַמעלעך פֿאַרשוווּנדן הינטער די קוליסן."
סטאַניסלאַוו גראָף, "קאָסמישע שפּיל"
זינט דעם 19טן יאָרהונדערט, ווען אַ סך קולטור־טוער פֿון אַלע אייראָפּעיִשע פֿעלקער, אַרײַנגערעכנט די ייִדן, זענען געווען פֿאַרכאַפּט מיט ראָמאַנטישע זוכענישן פֿון זייער "נאַציאָנאַלן עפּאָס", האָבן די פֿריִיִקע פֿאָרשער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור געלויבט די חסידישע, און בכלל רעליגיעז־מיסטישע מעשׂיות, פֿאַר זייער פֿאָלקסטימלעכקייט און טיפֿע געדאַנקען. למשל, דער באַרימטער ייִדישער דענקער מאַרטין בובער האָט אויסגענוצט אַ סך חסידישע מעשׂיות ווי אַ יסוד פֿאַר זײַן ראַדיקאַלער "דיאַלאָג"־פֿילאָסאָפֿיע.
ס׳רובֿ אַקאַדעמישע, ווי אויך רעליגיעזע פֿאָרשונגען פֿון די חסידישע מעשׂיות, לײַדן אָבער פֿון אַ געוויסן "לאָגאָצענטריזם"; כּדי צו פֿאַרשטיין דעם זשאַנער פֿון די ייִדישע גײַסטיקע מעשׂיות, מוז מען נעמען אין אַכט דעם גאַנצן סעמיאָטישן און פּסיכאָלאָגישן קאָנטעקסט, אין וועלכן די מעשׂיות ווערן געשאַפֿן און דערציילט, ווי אויך די קאָמפּליצירטע חסידישע טעאָריע פֿון מעשׂה־דערציילונג.
פֿאַר די אויטענטישע חסידים, ווערט דער אַקט און פּראָצעס פֿון מעשׂה־דערציילן גופֿא באַטראַכט ווי אַ קוואַל פֿון אַ דירעקטער גײַסטיקער דערפֿאַרונג, ווי אַ מיטל צו פֿאַרבינדן זיך מיט די נשמות פֿון צדיקים, ווי אַ רפֿואה, און אַפֿילו ווי אַ מיסטישער כּוח צו ענדערן דעם גאַנצן אוניווערס. אין דעם אַספּעקט, צוליב אַזאַ מיסטישן צוגאַנג, זענען די מעשׂיות דער סאַמע אָריגינעלסטער זשאַנער אין דער ייִדישער ליטעראַטור.
אין פֿאַרגלײַך מיט "מער ערנסטע" ספֿרים, ווערן די חסידישע מעשׂיות כּסדר איבערגעאַרבעט דורך די מחברים, דרוקער און דערציילער. אַפֿילו די לשון־קודשדיקע אויסגאַבעס פֿון "סיפּורי-צדיקים" זענען אָפֿטמאָל אָנגעשריבן אין אַ זייער אומפֿאָרמעלן סטיל, אויסגעמישט מיט ייִדישע ווערטער און אויסדרוקן. צוליב זייער בייגעוודיקער נאַטור, געהערן אַ טייל מעשׂיות סײַ צו דער רעליגיעזער, סײַ צו דער וועלטלעכער ליטעראַטור. לויט דעם באַקאַנטן ווערטל פֿונעם קאָצקער רבין, "דער, וואָס גלייבט אין אַלע מעשׂיות וועגן צדיקים, איז אַ נאַר; דער, וואָס לייקנט זיי אינגאַנצן אָפּ, איז אַן אַפּיקורס". כּדי אָפּצושאַצן די חסידישע מעשׂיות, מוז מען "גנבֿענען" די גרענעצן פֿונעם געוויינטלעכן ראַציאָנעלן שׂכל און זיך אַרײַנטאָן אין דער אינערלעכער וועלט, וווּ דער חילוק צווישן די זאַכן און ווערטער ווערט צעשווענקט, און אַל־דאָס אוממעגלעכע ווערט מעגלעך.
די רביים פֿונעם חב״ד־חסידות האָבן געהאַלטן, אַז די מעשׂיות זענען די "תּורה-שבכתבֿ" פֿון חסידות. דער בוכשטעבלעכער באַדײַט פֿון די דערציילונגען אין תּנ״ך איז אַ מין "וועגווײַזער" צו אַ פּערזענלעכן קאָנטאַקט מיט רוחניות און טיפֿע סודות פֿון דער תּורה, וואָס קענען נישט אויסגעדריקט ווערן אויף אַ דירעקטן, פֿאָרמעלן אופֿן. אין אַ געוויסן זין, זענען די מעשׂיות אַפֿילו העכער ווי די תּורה אַליין; דווקא צוליב זייער אומפֿאָרמעלן כאַראַקטער קען דער צוהערער גרינגער "דערהערן" דעם לעבעדיקן תּמצית פֿונעם טעקסט, וואָס ליגט מחוץ דעם ראַציאָנעלן זין פֿון די ווערטער.
יעדע חסידישע גרופּע האָט אירע אייגענע טראַדיציעס, ווען און ווי אַזוי דאַרפֿן געוויסע מעשׂיות דערציילט ווערן, כּדי גורם צו זײַן אַ באַזונדער שטאַרקע השפּעה. למשל, בײַ דער "בעל-שם־טובֿס סעודה", דעם לעצטן טאָג פֿון פּסח, פֿירן אַ סך חסידים אַ ספּיציעלן "סדר" פֿון געוויסע באַשטימטע מעשׂיות, כּדי "אויפֿצוּוועקן" בעל-שם־טובֿס ניסים־כּוח און צו פֿאַרבינדן זיך גײַסטיק מיט זײַן נשמה. בײַ די ליובאַוויטשער חסידים ווערט די "בעל-שם־טובֿס סעודה" באַגלייט מיט אַרבע־כּוסות ווײַן, ניגונים און טענץ, שאַפֿנדיק אַ מין פּסיכאָדעלישן עפֿעקט.
נישט אַלע חסידישע מעשׂיות זענען, אָבער, פֿאַרבונדן מיט היסטאָרישע פּערזענלעכקייטן. אין די קבלה-ספֿרים טרעפֿן זיך אַ סך מיסטישע משלים וועגן העלדן, וואָס ראַטעווען אַ פּרינצעסין, און אַנדערע באַקאַנטע סוזשעטן פֿון פֿאָלקס-מעשׂיות, וואָס ווערן אויסגענוצט ווי סימבאָלן פֿון באַציִונגען צווישן פֿאַרשיידענע כּוחות אין דער מענטשלעכער נשמה, ווי אויך פֿון דער קאָסמישער "דראַמע" אינעם גאַנצן אוניווערס. דער רבי נחמן פֿון בראַצלעוו האָט געהאַלטן, אַז די דאָזיקע אינערלעכע און קאָסמישע "שפּיל" ווערט אָפּגעשפּיגלט אין אַלע לעגענדעס און פֿאָלקס־מעשׂיות אַרום דער וועלט. אין דער מאָדערנער פֿאָלקלאָר־פֿאָרשונג ווערט אַזאַ צוגאַנג אַסאָציִיִרט מיט דער אַנאַליטישער פּסיכאָלאָגיע פֿון קאַרל יונג, וועלכער האָט זיך, אַגבֿ, אינטערעסירט מיט קבלה.
רבי נחמנס באַרימטע מעשׂה־זאַמלונג, "סיפּורי-מעשׂיות", ווערט געלערנט דורך זײַנע חסידים ווי גאָר אַ טיפֿער קבלה-ספֿר, ווי אויך ווי אַ מוסטער פֿון אַזאַ מיסטישער אינטערפּרעטאַציע פֿונעם פֿאָלקלאָר. דער רבי אַליין האָט געזאָגט, אַז זײַנע דערציילונגען זענען, אין פֿאַרגלײַך מיט די געוויינטלעכע פֿאָלקס-מעשׂיות, דערציילט געוואָרן "אויפֿן ריכטיקן סדר"; צוליב דעם זענען זיי, אַחוץ דעם טיפֿן מיסטישן באַדײַט, אויך מסוגל צו דערוועקן ייִדן צו תּשובֿה, צו היילן קראַנקע, און אַפֿילו צו העלפֿן אַן עקרה צו האָבן אַ קינד. די בראַצלעווער חסידים פֿירן יעדן שבת אינדערפֿרי אַ ספּעציעלן שיעור פֿון "סיפּורי-מעשׂיות", אָפֿט באַגלייט מיט זייער טיפֿע קאָמענטאַרן.
אין אַ טייל פֿאַלן קען די זעלבע מעשׂה וועגן אַ צדיק אָפּגעטײַטשט ווערן אויך ווי אַ "קאָסמישע דראַמע". אינעם לשון־קודשדיקן וואַריאַנט פֿונעם ספֿר "שׂיח-אליעזר" פֿונעם יאַמפּאָלער רבין ווערט געבראַכט זייער אַ סוררעאַליסטישע דערציילונג וועגן בעל-שם-טובֿ; בײַם סוף, גיט דער מחבר צו וויסן, אַז "די, וואָס קענען קבלה, וועלן פֿאַרשטיין די מעשׂה".
על-פּי-קבלה, ווערט דער גאַנצער אוניווערס באַטראַכט ווי אַ טעקסט, אַ ריזיקע נעץ פֿון צייכנס, "אותיות", דערפֿאַר ווערט די גרענעץ צווישן דער פּסיכאָלאָגישער און אָנטאָלאָגישער ספֿערע אָפֿט צעשווענקט; לויט חסידות, איז אַ גרויסער צדיק בכּוח צו פֿאַרשטיין די געהיימע "שפּראַך" פֿונעם אוניווערס, און איבערצושטעלן זײַנע "אותיות", אָדער "אײַנטײַטשן" אַן אַנדער באַדײַט אינעם שטראָם פֿון די וועלט־געשעענישן, בײַטנדיק די רעאַליטעט אַרום זיך.
צווישן ס׳רובֿ הײַנטיקע חסידים שפּילן די מעשׂיות, צום באַדויערן, דער עיקר בלויז אַ דידאַקטישע ראָלע, און ווערן נישט באַטראַכט ווי אַ מיטל פֿון פּערזענלעכע מיסטישע זוכענישן. הגם די הײַנטיקע חסידים האָבן אַנטוויקלט אַ גרויסע "אינדוסטריע" פֿון מעשׂה־ביכער אויף ייִדיש, קלײַבט דער פֿאַרלעגער, געוויינטלעך, אויס מער "פּראַגמאַטישע", נישט־מיסטישע מעשׂיות, אָפֿט באַאַרבעט אויף אַ זייער אומאויטענטישן אופֿן.
פֿונדעסטוועגן, לעבט די ייִדישע מעשׂה-ליטעראַטור ווײַטער — לאו־דווקא צוליב די חסידים און ייִדן בכלל. אין אַ צאָל אינטערנעץ־ביביליאָטעקן אַרום דער וועלט ווערן כּסדר פֿאַרשפּרייט בחינם אַלטע אויסגאַבעס פֿון זעלטענע אַלטע מעשׂה-ביכער, וועלכע זענען נישט בנימצא אין די ייִדישע ביכער־קראָמען.
אין דער פֿראַנקפֿורטער וועב־ביבליאָטעק, www.literatur-des-judentums.de, געפֿינען זיך פֿיר וואַריאַנטן פֿונעם קלאַסישן אַלט־ייִדישן "מעשׂה-בוך", עטלעכע אויסגאַבעס פֿונעם אַלטן בוך "מעשׂה-ניסים", ווי אויך אַ צענדליק חסידישע מעשׂה־ביכלעך, אַרײַנגערעכנט רבי נחמנס "סיפּורי-מעשׂיות".
אין די ייִדישע תּורה-ביבליאָטעקן ווערן בדרך-כּלל געזאַמלט בלויז לשון־קודשדיקע ספֿרים. פֿונדעסטוועגן, קען מען דאָרטן געפֿינען אַ סך אַלטע, אויטענטישע מעשׂה-ביכער — למשל, אָט־דאָ:
www.halachabrura.org/library/library1.htm
אין דער דאָזיקער רשימה איז פֿאַראַן איינע פֿון די ערשטע אויסגאַבעס פֿון "שבֿחי-בעש״ט", די קלאַסישע זאַמלונג פֿון וווּנדער-מעשׂיות וועגן בעל-שם-טובֿ, ווי אויך אַ סך אַנדערע מעשׂה־ביכלעך אויף לשון־קודש.
דער מיסטישער צוגאַנג צו די מעשׂיות ווערט הײַנט פּראַקטיש אַקטיוו פֿאַרשפּרייט דורך די ליובאַוויטשער און בראַצלעווער חסידים, ווי אויך דורך די "נעאָ-חסידישע" גרופּעס, וועלכע פּרוּוון צו פֿאַרבינדן, אָפֿטמאָל מיט דערפֿאָלג, די קבלהדיקע שפּראַך־טעאָריע מיט דער פּאָסטמאָדערנער פֿילאָסאָפֿיע און פּסיכאָלאָגיע. אין די ביכער-קראָמען, ווי אויך אין דער אינטערנעץ, קען מען געפֿינען צענדליקער ביכער און אַרטיקלען, וואָס דערקלערן און פּאָפּולאַריזירן די חסידישע מעשׂיות, ווי אויך די עצם-טראַדיציע פֿון מעשׂה-דערציילן, אויף כּלערליי אופֿנים, פֿונעם אויטענטישן ליובאַוויטשער קוקווינקל ביז פֿאַרשיידענע געמישן פֿון פּסיכאָלאָגיע און "ניו-איידזש".
ס׳איז אָבער טרויעריק, אַז דער מיסטיציזם אַרום דער מעשׂה-ליטעראַטור איז הײַנט טיילווײַז אָפּגעריסן געוואָרן פֿון דער ייִדישער שפּראַך און טראַדיציאָנעלער ייִדישער קולטור; ס׳רובֿ הײַנטיקע חסידישע ייִדיש-רעדער האָבן מורא פֿאַר מעדיטאַציע און פּערזענלעכע מיסטישע דערפֿאַרונגען. עס ווילט זיך אָבער האָפֿן, אַז די קומענדיקע דורות ייִדיש-רעדער וועלן אויפֿלעבן דעם מיסטישן גײַסט פֿון מעשׂה־דערציילן.