ס'ווערט אַלץ שווערער און שווערער פֿאַר קליינע לשונות זיך צו ספּראַווען מיט דער קאָנקורענץ פֿון די גרויסע אין אונדזער תּקופֿה פֿון גאַלאָפּירנדיקער גלאָבאַליזאַציע. דאָ רעדט זיך ניט נאָר וועגן די ענג־פֿאַרבונדענע וועלטן פֿון מיסחר, פּראָדוקציע, פֿאַרקויף ("דיסטריבוציע") און פּראָדוקטן־פֿאָרשונג, ווען מיר באַטראַכטן בלויז "האַרטע" סחורות, נאָר אַפֿילו די וועלטן פֿון "ווייכע" סחורות, ווי אַ שטייגער צײַטונגען און ביכער, לידער, פֿילמען און טעלעוויזיע־פּראָגראַמען, אוניווערסיטעט־לימודים, בפֿרט אויף דעם גראַדויִר־ניוואָ, וווּּ עס הייבן זיך אָן די קורסן וואָס האָבן אַ קאַריערע־שײַכות. אומעטום באַמערקט מען ווי בײַ גרויסע און שטאַרקע לשונות (און על־אַחת־כּמה־וכמה, בײַ ענגליש) וואַקסט פֿון יאָר צו יאָר די פֿאָרהאַנט. אַפֿילו פֿראַנצויזיש (וואָס איז אויך ניט אַבי וואָס פֿאַר אַ לשונדל) האָט זיך אי באַקלאָגט פֿאַר דער UN אי אָנגענומען מיטלען, אַז אַמעריקאַנער און בריטישע פֿירמעס זאָלן כאָטש אין פֿראַנקרײַך גופֿא ניט בלײַבן די איינציקע אויפֿן מאַרק.
ווי עס קריסטלט זיך, אַזוי ייִדלט זיך. אויב פֿראַנצויזיש דאַרף זיך היטן די ביינער פֿאַרן ענגלישן ריז, וואָס דאַרפֿן שוין טאָן די לשונות וואָס קענען זיך נישט דערלויבן אַזאַ אָפֿענע קעגנערישקייט ווי פֿראַנצויזיש? די מיטעלע לשונות גייען אָפֿן אויף קאָמפּראָמיסן, וואָס זיי האָבן אַפֿילו ניט געחלומט וועגן דעם מיט אַ פֿערטל יאָרהונדערט צוריק. ענגליש ווערט אײַנגעפֿירט אַלץ פֿריִער און פֿריִער אינעם סדר־לימודים, און די צאָל לענדער וווּ מען הייבט שוין אָן לערנען ענגליש (ווי אַ לימוד) פֿון סאַמע ערשטן לערניאָר איז ניט קיין נישטיקע אין די רייען פֿון די שולן וואָס פֿירן זיך אויף "מיטעלע" לשונות (בפֿרט אין אַמאָליקע בריטישע און אַמעריקאַנער קאָלאָניעס, אָבער אויך אין האָלאַנד, דענמאַרק און אַפֿילו אין ישׂראל זענען פֿאַראַן דרוקן אין יענער ריכטונג). וואָס העכער דאָס לערניאָר און וואָס טעכנישער און טעכנאָלאָגישער דער לימוד, אַלץ שטאַרקער איז דער דרוק דאָס צו לערנען אויף אַ "גרויס" און שטאַרק־פֿאַרשפּרייט לשון, און אַלץ קלענער ווערט די טענדענץ בײַ פֿאָרשערס צו פּובליקירן אויפֿן אייגענעם "מיטעלן" לשון. מיט יאָרן צוריק איז געווען אַן אויפֿטו און אַ סימן פֿון אַנטוויקלונג אויב ס'זענען אויפֿגעקומען זשורנאַלן אָפּגעגעבן צו כעמיע־ און פֿיזיק־פֿאָרשונג אויף די "מיטעלע" לשונות. לעצטנס זענען געוואָרן ווייניקער און ווייניקער די פֿאָרשערס וואָס טוען דאָס, ווײַל דער אוניווערסיטעט גיט ניט אַזוי פֿיל אָנערקענונג פֿאַר אַן אַרטיקל אויפֿן "מיטעלן" לשון ווי אויף ענגליש צי אַפֿילו אויף אַן אַנדער לשון "בײַ לײַטן". מען דרוקט נאָך שריפֿטן פֿון לעצטע מאָהיקאַנער, וואָס טוען נאָך אַ טובֿה דאָס אייגענע לשון און אָנערקענען ניט אַז "צײַטן האָבן זיך געביטן" אין שײַכות מיט דעם ענין "שפּראַכקולטור". אין ישׂראל טרעפֿט מען שוין איצט זייער אָפֿט אָט די נײַע מאָדע. דער אַמאָליקער פּיאָנער איז געבליבן ניט מער ווי אַ דאָן־קיכאָט אָדער בטלן: ניט ער באַשטעטיקט ניט ער באַקרעפֿטיקט די שפּראַכמאָדע.
איז וואָס זשע זאָלן שוין זאָגן די קלענערע און די גאָר קליינטשיקע לשונות?
ווען איך הער וועגן די צרות פֿון פֿראַנצויזיש צי פֿון עבֿרית, טראַכט איך בײַ זיך: "הלוואַי אויף ייִדיש געזאָגט געוואָרן!" זיי האָבן כאָטש שוצווענט הינטער וועלכע זיי קענען זיך טיילווײַז באַהאַלטן: גרענעצן, געזעצן און סאַנקציעס קעגן די דרויסנדיקע כּוחות וואָס קענען זיי אָנטאָן שאָדן. אָבער וואָס זאָלן טאָן אַזעלכע לשונות וואָס האָבן ניט אַזעלכע שוצווענט און קיין אייגענע רעגירונגען האָבן זיי ניט און וועלן אפֿשר קיין מאָל ניט האָבן? זייער מליץ־יושר איז דער "עבלול" (EBLUL: European Bureau for Lesser-Used languages), וועמען די UN שענקט יעדן יאָר אַ ביסל געלט כּדי צו וואָרענען, אַז דאָ אָדער דאָרטן איז שוין געקומען די צײַט פֿון "באָו מים עד נפֿש". אָבער ווען אַ חולה איז שוין מסוכּן איז אַ ביסל שפּעט צו זוכן רפֿואות.
נאָך אַן אונטערזוכונג, באַזירט אויף קנאַפּע 600 לשונות פֿון פֿאַרשיידענע גרייסן איבער דער גאָרער וועלט, ווײַזט זיך אַרויס אַז די צאָל רעדערס פֿון אַ לשון איז ניט פֿון דער ערשטער וויכטיקייט בײַם פֿאָרויסזאָגן די וויטאַליטעט (ד"ה, די שאַנסן פֿון בלײַבן לעבן) פֿון לשונות. אַפֿילו צווישן די קלענסטע לשונות וואָס פֿאַרמאָגן ווייניקער ווי 150 רעדערס זענען פֿאַראַן אַזעלכע וואָס ווײַזן אַרויס אַ געזונטע צווישן־דורותדיקייט און די דורות רעדן ווײַטער צווישן זיך און איינס מיטן אַנדערן ס'רובֿ אויפֿן אייגענעם אײַנגעבוירענעם, היסטאָריש־־המשכדיקן לשון. אָט די הצלחהדיקע לשונותלעך (מערסטע געפֿינען זיך אין אַפֿריקע, אַזיע, דרום־אַמעריקע און די אינדזלען פֿונעם פּאַציפֿישן ים) זענען זיכער "יוצאים־מן־הכּלל", אָבער פֿאָרט זענען זייערע רעדערס פּשוטע בשׂר־ודמס און ס'זענען פֿאַראַן פֿאַרשידענע זאַכן וואָס אַנדערע קענען זיך פֿון זיי אָפּלערנען. איינס אַזוינס איז וואָס די אינווייניקסטע קאָמוניקאַציע איז גרעסער ווי די דרויסנדיקע קאָמוניקאַציע; ד"ה אַז די פֿאַרבינדונגען מיט אַנדערש־שפּראַכיקע מענטשן אָדער טעכנאָלאָגישע־מיטלען (ראַדיאָ, טעלעפֿאָן, אאַז"וו) זענען לפֿי־ערך זעלטן און שטאַרק באַגרענעצט. בײַ אַמעריקאַנער אינדיאַנער באַווײַזט זיך דער זעלבער פֿענאָמען דערמיט וואָס די ווײַטקייט פֿון זייער רעזערוואַציע צום הויפּט־שאָסיי (וואָס פֿירט אין דער נעענטסטער גרויסשטאָט) איז דער בעסטער פֿאָרויסזאָגער פֿון דער מאָס אויפֿהיט פֿון זייער אייגענער רעדשפּראַך, אַפֿילו ווען די צאָל רעדערס איז זייער אַ קליינע. אָבער ווײַטקייט און אָפּגעטיילטקייט פֿון פֿרעמדע לשונות בכלל און פֿון גרויסע לשונות וואָס שמעקן מיטן מאָדערנעם לעבן־שטייגער בפֿרט, ווערט שווערער און שווערער צו געפֿינען אויף דער וועלט.
אינעם קאָנטאַקט און אין דער קאָנקורענץ צווישן גרויסע און מאָדערנע פֿעלקער און לשונות און די קליינע איז קלאָר, אַז די ערשטע וועלן געווינען און די צווייטע וועלן פֿאַרלירן. דאָס איז אַזוי קלאָר ווי טאָג און נאַכט. אַפֿילו אַן אייגענע מלוכה איז ניט קיין גענוגיקע שוצוואַנט פֿאַר דעם אייגענעם לשון און לעבן־שטייגער אויב מען איז אינטים פֿאַרבונדן מיט דער גרויסער וועלט. אַפֿילו לפֿי־ערך גרויסע מלוכות און לשונות זענען געוואָרן מבֿינים אויף דעם: דער קאָנטאַקט מיטן לעבן און לשון פֿון די גלאָבאַלע ריזן האָט סוף־כּל־סוף בלויז איין אויספֿיר לגבי דעם אייגענעם, היימישן און אַנדערשדיקן.
נאָך מעגלעכע הילפֿמיטלען כּדי אויפֿצוהיטן גאָר קליינע לשונות
ס'איז שווער זיך צו דערטראַכטן צו מיצוות־עשׂה אויף אָט דעם שטח. וואָס קען באמת טאָן אַ יחיד צי אַ משפּחה אָדער אַפֿילו אַ קליינער ייִשובֿ, וואָס וויל טאָן אַלץ וואָס איז נאָר מעגלעך כּדי דאָס לשונדל וואָס זיי האָבן געירשנט פֿון פֿריִערדיקע דורות און האָבן אַרײַנגעפֿלאָכטן אינעם רובֿ פֿון זייערע מעשׂיות, לעגענדעס, תּפֿילות, חלומות און ברכות, זאָל ווײַטער קענען מיטגיין מיט זיי אומעטום וווּּ דער גורל וועט זיי פֿירן. מען קען דאָך ניט יענעם עצהן ער זאָל זיך אַריבערציִען (וועגן צווינגען איז דאָך שוין אָפּגערעדט אַז דאָס איז לויט די הײַנטיקע באַגריפֿן מער ניט מעגלעך) אין אַן אָרט וואָס איז אים לחלוטין פֿרעמד, כּדי דאָרטן בעסער אויפֿצוהיטן עפּעס וואָס איז דאָס סאַמע אייגנסטע און טײַערסטע פֿון זײַן נשמה־לעבן. כּדי צו פּראַווען ווײַטקייט פֿון אַנדערע דאַרף מען קודם־כּל זיך קענען דערווײַטערן פֿון זייערע ווערטן, אויפֿפֿירן און השׂגות און דאָ טאַקע ליגט דער הונט באַגראָבן. כּדי צו לעבן אַ שיין, לײַטיש און טיפּיש אַמעריקאַנער לעבן, נאָר בלויז מיט איין שינוי: ס'זאָל זײַן אויף ייִדיש און ניט אויף ענגליש, פֿרעגט זי בײַ גאָר אַ סך מעגלעכע בעלנים צי איז ניט די הוצאה דערבײַ גרעסער ווי די הכנסה.
אין אַמעריקע, אַ לאַנד פֿון 1,000 לשונות מכּל־המינים, האָט אַזוינס אַפֿילו ניט באַוויזן קיין איין אַנדערש־שפּראַכיקער מיעוט. אַפֿילו די חרדים און די פּענסילווייניער דײַטשן (די אַמיש און די מענאָניטן פֿונעם "אַלטן שניט") האָבן זיך געמוזט באַזעצן אין אייגענע געגנטן אָדער קאָלאָניעס, וווּּ זיי בילדן אַ קלאָרע מערהײַט, און וווּּ זיי דערלויבן ניט די גאַנצע מאָדערנע עלעקטרישע מאַשינעריע (ווי טעלעוויזיע, טראַקטאָרן, קאָמפּיוטאָרס און אויטאָמאָבילן, למשל) וואָס פֿאַרמערט און פֿאַרשטאַרקט די קאָנטאַקטן מיט דער דרויסנדיקער וועלט, בלויז כּדי צו דערגרייכן דעם אויפֿהאַלט פֿון זייערע אייגענע לשונות און מינהגים.
איז וואָס־זשע איז טאַקע די מינימום־צאָל רעדערס וואָס אַ קליין לשונדל דאַרף פֿאַרמאָגן כּדי צו בלײַבן צווישן די לעבעדיקע דור נאָך דור?
וואָס הייסט אַ "קליין לשונדל"? אַזוי ווי צאָלן פֿון גרייס זענען נאָכאַנאַנדיקע, איז דאָס ניט קיין פֿראַגע אויף וועלכער מען קען געבן אַ קלאָרן, בהסכּמדיקן ענטפֿער. אויף אַזאַ פֿראַגע ענטפֿערט מען, זייער ייִדישלעך, מיט אַן אַנדער פֿראַגע: " ווי הויך איז אַרויף?" נאָר כּדי צו מאַכן זיך דאָס לעבן גרינגער, זענען פֿאָרשערס דערווײַל מסכּים צווישן זיך אַז קלענער ווי אַן ערך 1000 רעדערס הייסט פֿאַר לשונות "קליין". וויפֿל לשונות פֿאַרמאָגט די וועלט וואָס זענען "קליין", לויט אָט דער סקאַלע פֿון זײַן "קליין"? אַן ערך 50% פֿון אַלע לשונות אויף דער וועלט פֿאַרמאָגן ווייניקער ווי 1000 רעדערס און וועלן מסתּמא ניט באַווײַזן צו זײַן צווישן די לעבעדיקע ווען ס'וועט אָנקומען דער 22סטער יאָרהונדערט, כאָטש צוריק גערעדט, איז געוואָרן גרינגער אויפֿצוהאַלטן גאָר אַ קליין לשונדל ווי מיט אַ יאָרהונדערט צוריק. קאָמפּיוטערס קענען ביליקער צוגרייטן טעקסטן צום דרוק (און פֿאַרמאָגן מערערליי אַלף־ביתן) ווי די דרוקערײַען פֿון פֿאַר הונדערט יאָר צוריק. דער טעלעפֿאָן, די קאָמפּיוטאָר־קאַמעראַ, די טאַשמע און דער קאָמפּאַקט־דיסקעט דערלויבן מיט־שמועסער זיך איינער דעם אַנדערן צו זען און צו הערן אויף טויזנטער מײַלן ווײַט און אַ סך רעדערס פֿון קליינע לשונות רעדן זיך דורך און לערנען זיך אַפֿילו אויס זייער קליין לשונדל נוצנדיק אָט די נײַע מכשירים (און אַפֿילו מיט אַ מומחה־לערער דערצו). אָבער דאָס פֿאָדערט אַ קאָאָרדינאַציע פֿון צײַט און פֿון רעסורסן פֿון יחידים און אַפֿילו פֿון אוניווערסיטעטן וואָס פֿאַרמאָגן די נייטיקע מאַשינעריע און האָבן אײַנגעשטעלטע טעלע־ווידעאָ־צענטערס, כּדי דאָס אַלץ צו דערגרייכן. פֿאַרשטייט זיך, אַז קיין מעכאַנישע סגולות קענען ניט אייביק פֿאַרבײַטן די צווישן־מענטשלעכע קאָמוניקאַציע פֿון טעמעס און עמאָציעס פֿון דער אייגענער קולטורוועלט, וואָס דאָס איז דער הויפּטציל פֿון אַן אייגן לשון. אַ האַרץ פֿילט אַ האַרץ און צווישן די ווייניק געבליבענע רעדערס פֿון קליינע לשונות איז דאָס פֿעלן פֿון אייגענע און פֿאַראייגנטע מיטשמועסער אַ געוואַלדיקע פּראָבלעם, וואָס בלויז זייער געאָגראַפֿישע קאָנצענטראַציע קען פֿאַרמײַדן און דערבײַ ברענגען צו דעם צווישן־דורותדיקן לשונותדיקן און קולטורעלן המשך, וואָס איז די עצמדיקע פּראָבלעם פֿון די קליינע לשונות. זייערע דאגות זענען ניט אין תּוך קיין קוואַנטיטאַטיווע און מיט קיין ריין קוואַנטיטאַטיווע תּרופֿות קען מען זיי ניט בײַקומען.
צי איז ייִדיש אַ "פֿאַרשווינדנדיק" לשון?
לויט דער צאָל רעדערס (אַן ערך אַ מיליאָן אָנדערטהאַלבן), וואָס כּדי דאָס צו דערגיין גענויער דאַרף מען קודם־כּל דערגיין צו אַ פֿאָרשערישן הסכּם וועגן דעם וואָס עס הייסט "רעדן אַ לשון". די מאָס ווענדט זיך אין דעם צי "רעדן" מיינט "רעדן פֿרײַ", אָדער צי ס'מיינט "סתּם רעדן, ווי ס'זאָל ניט זײַן"? מיינט "רעדן" אַז מען "רעדט יעדן טאָג" צי (ווי די ישׂראלים זאָגן אָפֿט) "אַ ביסעלע", וואָס דאָס מיינט אַן ערך "איין מאָל אין אַ יובֿל"? "רעדן" מיינט רעדן גראַמאַטיקאַליש, לויט דער נאָרמע פֿון אַ באַשטימטן ציבור, צי רעדן מיינט רעדן בכלל אָן נאָרמאַטיווע דאַגות, דאָס הייסט, ווי ס'פֿאַלט איינעם אײַן? אויב מען מעג זײַן אַ מקיל אויף די אַלע דימענסיעס קען מען נאָך הײַנט צו טאָג געפֿינען אַ מיליאָן־אָנדערטהאַלבן מענטשן וואָס "רעדן" ייִדיש (מערסטע געפֿינען זיך אין אַמעריקע און אין ישׂראל). אויב מען וויל זײַן אַ מחמיר לגבי די אַלע דימענסיעס פֿון "רעדן" קען די צאָל רעדערס פֿון ייִדיש באַטרעפֿן ניט מער ווי אַ פֿינפֿט־חלק פֿון אָט דעם סך־הכּל. דער חילוק איז צוליב דעם, וואָס אַזוי ווייניק ייִדיש־רעדערס האָבן זוכה געווען צו באַקומען זייער דערציִונג אויף ייִדיש, דאָס הייסט בשכנות מיט ווערטערביכער, מיט ייִדיש ווי אַ שרײַבשפּראַך און ווי אַ לייענשפּראַך, און אַנדערע אַזעלכע פֿאָדערונגען וואָס ברענגען צו אַ מער פֿאָרמעלן צוגאַנג צום גערעדטן לשון. אָבער אַפֿילו אַזאַ נידעריקע און "האַרטנאָזיקע" שאַצונג ווי אַ סך־הכּל פֿון בלויז אַ פֿערטל מיליאָן רעדערס, באַקומט זיך ווי גאָר אַ גרויסע צאָל אין אַ וועלט וווּּ כּמעט אַ העלפֿט פֿון אַלע לשונות (די אַזוי גערופֿענע "פֿאַרשווינדנדיקע" לשונות) פֿאַרמאָגן ווייניקער ווי הונדערט טויזנט רעדערס. פֿאַרשטייט זיך, אַז קיין סך לשונות צווישן אָט דער צאָל וועלן בכלל ניט דערגרייכן ביזן 22סטן יאָרהונדערט, סײַדן זיי דערגרייכן על־פּי צופֿאַל צו אַ זייער עפֿעקטיוון אופֿן פֿון באַשיצט ווערן פֿון אַ צו נאָענטן קאָנטאַקט מיט דער מאָדערנער וועלט בכלל און מיט אירע הויפּט־לשונות בפֿרט. דער טראָפּ אין זייערע באַמיִונגען לטובֿת שפּראַך־המשך דאַרף געלייגט ווערן אויף אויפֿהיטן און פֿאַרשטאַרקן די צווישן־דורותדיקע קאָמוניקאַציע און דעם אויפֿהאַלט פֿון אייגענע טראַדיציעס און מינהגים. דאָס וואָלט געשטאַרקט די דערווײַטערטקייט און די גאַנצקייט וואָס קען דערהאַלטן קליינע לשונותלעך בײַם לעבן.
אונדזערע ייִדיש־שטיצער דאַרפֿן זיך וועגן אָט אַזעלכע גורמדיקע און גורלדיקע פֿאַקטאָרן מער פֿאַרטראַכטן ווי וועגן קאָנצערטן און וועגן אַ טויזנטער מער צי אַ טויזנטער ווייניקער סתּם־רעדערס, האַלב־רעדערס און פֿערטל־רעדערס וואָס "טענצע און געזענגע" און אַנדערע אַמוזירונגען טראָגן אפֿשר צו צום הײַנט און צום מאָרגן פֿונעם 1000־יאָריקן לשון ייִדיש.