אײַזיק אַבראַמס: |
מיט פֿערציק יאָר צוריק זענען זיך צונויפֿגעקומען הונדערטער טויזנטער יונגע־לײַט אינעם גרעסטן פּאַרק פֿון סאַן־פֿראַנציסקאָ צו פֿאַרברענגען מיט מוזיק, טענץ און אַנדערע פֿאָרשטעלונגען. אַ נאָמען האָט מען געגעבן דער שׂימחה — "אַ ליבע־פֿאַרברענגעניש" און די אונטערנעמונג איז געוואָרן אַ סימבאָלישער הויכפּונקט פֿון דער קולטור, וועלכע האָט זיך צעבליט אין דער שטורמישער תּקופֿה, וואָס מע רופֿט הײַנט פּשוט אָן מיט דער פֿראַזע — "די 1960ער יאָרן".
וואָס שייך קונסט, זענען די יאָרן באַקאַנט פֿאַר דער פּסיכאָדעלישער קונסט; אַ קונסט־באַוועגונג מיט פֿאַרביקע פֿורעמס און מוסטערס, אַסאָציִיִרט מיט נאַרקאָטיקעס וואָס האָבן פּראָדוצירט האָלוצינאַציעס, ווי "על־עס־די" און געוויסע שוועמלעך. אינעם "וויטני־מוזיי" אין מאַנהעטן קען מען איצט אָנקוקן די אויסשטעלונג "דער זומער פֿון ליבע", געווידמעט דער קונסט און קולטור־געשיכטע פֿון יענער צײַט.
למען־האמת, וואָלט די אויסשטעלונג בעסער אויסגעזען ווען זי שטעלט אַוועק קלאָרער דעם קאָנטעקסט פֿון דער קולטור־געשיכטע פֿון יענער צײַט; אָבער אַפֿילו אָן דעם, ציט זי צו דעם אויפֿמערק. די אַמעריקאַנער באַטייליקונג אין דער וויעטנאַמער מלחמה האָט דעמאָלט אויפֿגערודערט די יוגנט אין לאַנד, אָבער אויף דער אויסשטעלונג זעט מען ווייניק וועגן דעם. וואָס ווערן יאָ געוויזן זענען די אָביקעטן, פֿאַרבונדן מיט דער ראָק־און־ראָל — די פּלאַקאַטן און פּלאַטע־דעקלעך — טאַקע אַן אינטערעסאַנטער און שאַפֿערישער אַספּעקט פֿון דער דעמאָלטיקער קולטור, וואָס מע זעט געוויינטלעך נישט אין די מוזייען.
צווישן די קינסטלער, וואָס זייערע ווערק ווערן אויסגעשטעלט, קען מען זען די בילדער פֿון מאַטי קלײַנווײַן (1932 — 2002), אַ דײַטשער ייִד, וואָס האָט עולה געווען קיין פּאַלעסטינע אין 1934 און צו 17 יאָר אָנגעהויבן זײַנע קונסט־שטודיעס אין פּאַריז. זײַנע פֿאַרוויקלטע מאָלערײַען שטרעבן נאָך אַ גײַסטיקן סימבאָליזם, נישט דווקא פֿון אַ ייִדישן שורש, כאָטש זײַן קרוינווערק הייסט דער "אלף קדשי־קדושים".
נאָך אַ ייִדישער מאָלער אין דער אויסשטעלונג איז אײַזיק אַבראַמס (1938 — 1968), וועלכער איז געווען אַ באַלעבאָס פֿון אַ גאַלעריע, באַקאַנט פֿאַר איר שטיצן קונסטווערק געמאָלן אונטער דער השפּעה פֿון נאַרקאָטיק. דערנאָך האָט אַבראַמס אַליין אָנגעהויבן צו שאַפֿן פּסיכאָדעלישע קונסט בשעת ער איז, אַ דאַנק די נארקאָטיקעס, געפֿלויגן אין אַנדערע וועלטן.
סאַן־פֿראַנציסקאָ ווערט אין דער אויסשטעלונג פֿאָרגעשטעלט ווי דער צענטער פֿון דער קונסט־באַוועגונג, אָבער מע זעט אויך ווערק פֿון לאָנדאָן און ניו־יאָרק, אויך צענטערס פֿון דער "היפּי"־באַוועגונג. אינעם "וויטני"־מוזיי האָט מען צוגעגרייט עטלעכע טונקעלע קאַמערן, אין וועלכע דער צוקוקער קען אַרײַנגיין, זיך אַוועקזעצן, און זיך פֿאַרטיפֿן אין פּסיכאָדעלישע "ליכט־פֿאָרשטעלונגען".
דער אַדרעס פֿונעם "וויטני־מוזיי":
945 מאַדיסאָן עוועניו, מאַנהעטן,
ראָג 75סטע גאַס.