פֿון אָנהייב דאַרף איך מודה-ומתוודה זײַן, אַז קיין עקספּערט אין דער ייִדישער ליטעראַטור בין איך אַוודאי ניט, און וועגן דער אַלטער ליטעראַטור (קל-וחומר די גאָר אַלטע טעקסטן, וואָס ווערן פֿאָרגעשטעלט אין דעם באַנד) בין איך אַ גאָלער עם-הארץ. וועל איך שרײַבן וועגן דעם אימפּאָזאַנטן בוך ניט ווי אַ קריטיקער אָדער אַ פּוסק, מיט שטרענגע קריטעריעס און צוגעשליפֿענעם חלף, נאָר ווי אַ בחור, וואָס האָט זיך פֿאַרליבט אין אַ פֿרוי, וועלכע ער האָט ביז אַהער קיין מאָל ניט געזען מיט איר גאַנצער פּראַכט: די ייִדישער ליטעראַטור.
ווײַל איך האָב אָנגעהויבן לייענען דעם באַנד (אָדער, בעסער געזאָגט, שווימען ממש דערינען; ס'איז ניט קיין מאָגערער ראָמאַן, וואָס מע קען איבערלייענען אין ווייניקער פֿון הונדערט צוואַנציק יאָר) ניט מיטן צוגאַנג פֿונעם מחברס פּראָיעקטירטן עולם, עקספּערטן אין די פֿעלדער פֿון ייִדישע לימודים: לינגוויסטיק, ליטעראַטור, געשיכטע, אד"גל, האָב איך גיכער געוואָלט זען, צי איך קען דערקענען עפּעס אַ פֿאַרבינדונג מיט די ווײַטע מוחות און הערצער, מיט פֿאַרצײַטישע ייִדן, פֿאָרגעשטעלט אין פֿאַרצײַטישע טעקסטן. ווײַל — אויב זייערע טעקסטן, ווי וואָכעדיק און ניט-עסטעטיש זיי זאָלן ניט האָבן געווען, וואַרפֿן איבער אַ בריק איבער די פֿאַרלאָפֿענע יאָרטויזנטער, איז דאָס (לויט מײַן אָרעמער מיינונג) אַ הצלחהדיקע ליטעראַטור.
דאָס הייסט, אַז כּדי צו זײַן אַ מבֿין, דאַרף מען פֿאַרברייטערן די אָנגענומענע דעפֿיניציע פֿון וואָס ס'הייסט "ליטעראַטור". די ליטעראַטור כאַפּט אַרום ווײַט מערער ווי דאָס, וואָס מע קויפֿט אין אַ ביכערקראָם אָדער ווערט פּרעמירט פֿון די-וואָס-ווייסן. עס דאַרף דערגיין אַפֿילו צו די פּיצימאָניקסטע זכרס פֿון טאָג־טעגלעכן לעבן, אויסגעקריצט מיט ווערטער אויף די ווענט פֿון דער אײַזנבאַן פֿון אונדזער געשיכטע. אַ סוחר דערמאָנט אַ קונה, אַז דעם פֿיש האָט ער ניט געשיקט בחינם, און ער וואַרט אויף אַן ענטפֿער: דאָס איז ליטעראַטור. אַ צעטל נעמען אויף אַ שיימע: ליטעראַטור.
דאָס איז צו זאָגן, ראשית-כּל, אַז כאָטש די דאָזיקע טעקסטן זײַנען אַנדערש, פֿרעמד, און אַפילו (אין פֿיל פֿאַלן) מאָדנע, זײַנען זיי צו דערקענען. צי מיר קענען זיי אָפּשאַצן מיט אַ קריטישן קוק, איז אַ גרויסער ספֿק (ווער קען וואַגן זיך צו זאָגן, אַז איינער אַ שרײַבער פֿון 12טן י"ה איז בעסער פֿון אַ צווייטן?). נאָר ניט אין דעם גייט עס הײַנט. מיר ווילן איבערפֿירן דעם בליק אויף אַן עולם, כּדי צו זען, צי מיר דערקענען עפּעס אַ באַקאַנט פּנים, אַפֿילו פֿונעם ווײַטן אַמאָל.
איז: וואָס לייענט זיך דאָ? ווי געזאָגט: אַלץ. מעדיצין, מעשׂיות, ליבע-געשיכטעס און תּרגומים. האָסטו געוווּסט, אַז אין דער זאַמלונג פֿון דעם מעטראָפּאָליטאַנער קונסט־מוזיי (אין ניו-יאָרק) געפֿינט זיך אַ בויגן פֿון מיטל־עלטער — פּינקטלעכער געזאָגט, פֿון יאָר 1460, קריסטלעכער צײַט-רעכענונג — מיט אַ ייִדישן אויפֿשריפֿט? דער בויגן האָט, דאַכט זיך, געהערט אולריך דעם פֿילגעליבטן הירש פֿון ווירטענבערג, און פֿיל ווערטלעך אויף פֿאַרשיידענע לשונות האָט ער געלאָזט אײַנגעקריצט ווערן אין זײַן כּלי-זיין. צווישן אַנדערע, די קומעדיקע צפֿנת-פּנעחדיקע ווערטער:
האב גות ליעב הוב הערצע
שטעלט זיך די פֿראַגע: מע זאָגט, אַז דאָס איז דער עלטער-עלטער-זיידע פֿון מאַמע-לשון? טערקיש איז דאָס! און דאָס איז איין רעזולטאַט פֿונעם רעדאַקטאָרס באַשלוס אויפֿצוהיטן דעם גענויעם אויסלייג, מיט וועלכן די עלטערע טעקסטן זײַנען פֿאַרשריבן געוואָרן. די שפּראַך קוקט אויס משונה-מאָדנע און אין פֿיל פֿאַלן — מיט אַ סך מעגלעכע טײַטשן. וואָס, למשל, מיינט דער אויבנדיקער אויפֿשריפֿט? איז דאָס "האָב גאָט ליב, האָב האַרץ"? אָדער גאָר "האָב גוט ליב, האָב האַרץ"?
אַפֿילו כּדי אונטערצושיידן צווישן די מעגלעכע טײַטשן פֿון די מיסטעריעזע ווערטער, דאַרף מען מאַכן געוויסע באַוואָרענישן פֿון פֿריִער. און דאָס איז די יסודותדיקע שוועריקייט, וואָס שווימט אויף בײַם לייענען די דאָזיקע פֿאַרצײַטישע טעקסטן: דער תּהום איז אַזוי גרויס, אַז כּדי אַריבערצוּוואַרפֿן אַ בריק, דאַרף מען שוין האָבן אין זינען אַ ריכטונג. מע דאַרף האָבן אַ פּניה.
טייל טעקסטן אין דער זאַמלונג זײַנען אפֿשר מער פּשוט, צום ווייניקסטנס אין פֿלוג:
וואו זאל איך הין וואו זאל איך הער
וואו זאל איך / מיכש הין קירן:
איך בינש איין צינט
מיין הערץ / דאש ברענט.
איך קוינש ניט פרילך ווערן: /
דא שפֿט דיא הערץ אליר ליבשט מיין /
דיא איך האב אויף דיזר ערדן.
ס'איז, פֿאַרשטייט זיך, אַ ליבע-ליד, פֿון אַ מילאַנער כּתבֿ-יד פֿון פּירוש רש״י, דאַטירט פֿון 14טן י"ה. מע לייענט דאָס, און די אַלע תּהומען, וואָס האָבן זיך פֿאָרגעשטעלט אויבן, ווערן פֿאַרשוווּנדן אין אַ כּהרף-עין. אַ האַרץ בלײַבט דאָס האַרץ, אין צײַט פֿון טעראָריזם אָדער פֿון קרייצציגלער.
ווי דער רעצענזענט, פֿיל איך זיך מחויבֿ אונטערצוציִען אַ סך-הכּל אונטער די צונויפֿגעזאַמלטע, פֿיל-זײַטיקע, טויזנט-קעפּיקע, אויסטערליש-יענוועלטישע טעקסטן אין דעם באַנד. נאָר אין תּוך גענומען איז דאָס ווײַט פֿון יושר. דאָס איז דאָך אַן אַנטאָלאָגיע, און ווי דער רעדאַקטאָר גיט אַליין צו וויסן אין זײַן הקדמה, איז ער אויסן אַ ברייטער רעפּרעזענטאַציע פֿון אַלץ, וואָס מע האָט געשריבן אין יענע צײַטן. איך קען פּשוט זאָגן, אַז כ'בין פּריטשמעליעט פֿון דער גאַנצער גאַמע, ווײַל אַ וועלט (אַ וועלט פֿון אַן אַנדער צײַט) האָט זיך מיר געעפֿנט פֿאַר די אויגן. אפֿשר וועל איך גאָר חלשן, און דאַרפֿן פֿאַר אַ רפֿואה אָנקומען צו אַ רעצעפּט פֿון 15טן-16טן י"ה:
ווער איין וורם אים וינגר היט אודער ווא ער אין הוט מאן זול נעמן הוניק
אונ' אורפימינט אונ' מיש עש מיט איין אנדער אונ' ליג עש דרופא
גרייט צו נעמען דעם פֿאָרמל צום אַפּטייקער, כ'דאַרף נאָר פֿאַרשטיין דעם טײַטש. קען מען אַרויסקוקן אויפֿן צווייטן פּלאַנירטן באַנד פֿון פֿרייקס, וואָס נעמט אַרײַן אָפּטײַטשן פֿון ווערטער. ביז דעמאָלט, וועל איך ווײַטער זוכן באַקאַנטע פֿאַרצײַטישע פּנימער.