מאָנטיק האָט דער ישׂראלדיקער פּרעמיער־מיניסטער, אהוד אָלמערט, באַשטעטיקט דעם בודזשעט פֿון מלוכישער שטיצע פֿאַר די וואָס האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן און וווינען הײַנט אין ישׂראל.
60 יאָר האָט געדויערט אָנצונעמען אַזאַ געזעץ. און ווי ס‘האָט באַטאָנט דער פּרעמיער "מוזן מיר פֿאַרריכטן דעם אומיושר. די ניצול געבליבענע ישׂראלים פֿאַרדינען צו האָבן אַ בכּבֿודיקע עלטער, נישט לײַדן, ווי ביז אַהער".
לאָמיר אָבער אַ קוק טאָן, וויפֿל עס וווינען הײַנט אין ישׂראל פֿון דער שארית־הפּליטה, וואָס דווקא זיי איז אויסגעפֿאַלן, סוף־כּל־סוף, אַזאַ מזל "צו האָבן אַ בכּבֿודיקע עלטער" אין דער ייִדישער מדינה. לויט דער סטאַטיסטיק באַקומט זיך עס אַרום 250 טויזנט מענטשן, 73 פּראָצענט פֿון זיי געפֿינען זיך אין דער עלטער העכער פֿון 76 יאָר. ס‘רובֿ פֿון זיי זײַנען קראַנק פּסיכיש, צוליב די צרות וואָס זיי האָבן געליטן אין זייערע יונגע יאָרן. פֿון זיי לעבן אַרום 80 טויזנט מענטשן, דאָס הייסט, אַ דריטל, נידעריקער פֿונעם אָרעמקייט־ניוואָ.
ווי עס ווײַזט אָן די זעלבע סטאַטיסטיק, וואָס איז ווײַט פֿון עמאָציעס, טיילן זיך די לעבן־געבליבענע פֿונעם חורבן אויף דרײַ קאַטעגאָריעס:
1. די אָפּשטאַמיקע פֿון דײַטשלאַנד און עסטרײַך, באַקומען חודשלעך פֿון דער דײַטשישער רעגירונג (!) אַ געלט־שטיצע פֿון 2,500 ביז 4,000 שקלים (476 — 952$). דערבײַ, וואָס העכער ס׳איז געווען זייער סטאַטוס ערבֿ דער צווייטער וועלט־מלחמה, אַלץ גרעסער איז די שטיצע. עס קומט זיי אויך אַ צוגאָב פֿאַר זייער בילדונג און דעם פֿאַרמעגן, וואָס זיי האָבן פֿריִער באַקומען און געהאַט אין דער אַלטער היים.
2. די אָפּשטאַמיקע פֿון אַנדערע לענדער, וואָס זײַנען עולה געווען ביזן יאָר 1953. זיי באַקומען אַ פֿינאַנציעלע שטיצע ביז 1,020 שקלים אַ חודש. די דאָזיקע מענטשן האָבן רעכט זיך צו ווענדן אין פֿאַרשידענע מעדיצינישע קאָמיסיעס, כּדי צו קאָרעקטירן די געלט־שטיצע, לויט דעם צושטאַנד פֿון זייער געזונט; דערצו מוזן זיי דערווײַזן, אַז דאָס פֿאַרערגערן פֿון זייער געזונט איז געשען ווי אַ רעזולטאַט פֿונעם חורבן. ס‘איז נישט שווער זיך פֿאָרצושטעלן, וויפֿל דערנידערונגען און באַליידיקונגען האָבן די מענטשן געמוזט גובֿר זײַן בעת זיי האָבן ענדלעך דורכגעמאַכט די דאָזיקע מעדיצינישע קאָמיסיעס.
3. די ייִדן, וואָס זײַנען געקומען קיין ישׂראל נאָכן יאָר 1953 (אַרום 100 טויזנט מענטשן). זיי באַקומען פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער קאָמיסיע 1,560 שקלים (371$), און קאָנען פֿאָדערן אַ צוגאָב; אָבער אַזוי ווי ס‘רובֿ פֿון זיי זײַנען געקומען אין די 90ער יאָרן פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, ווייסן זיי נישט, אַז מע קאָן פֿאָדערן נאָך; שוין אָפּגערעדט, אַז אַרויסצובאַקומען אַ דאָקומענט פֿון די געוועזענע סאָוועטישע אַרכיוון, וואָס דערווײַזט, אַז זיי האָבן זיך טאַקע געפֿונען אין געטאָ אָדער אין אַ קאָנצענטראַציע־לאַגער, קומט אָן מיט גוואַלדיקע שוועריקייטן.
נאָך אַלעמען, פֿאַלן אַרונטער אונטער דעם נײַעם געזעץ פֿון דער כּנסת אַרום 120 טויזנט מענטשן. אָבער אויך פֿון זיי וועלן באַקומען די שטיצע בלויז די זקנים, וואָס לעבן נאָר אויף דעם געלט, וואָס זיי באַקומען פֿון דער נאַציאָנאַלער פֿאַרזיכערונג־קאַסע, בסך־הכּל — 60 טויזנט מענטשן. וויפֿל זשע באַטרעפֿט די מלוכישע געלט־שטיצע? דעם שווערן מצבֿ פֿון זייער "בכּבֿודיק לעבן", ווי ס‘האָט באַטאָנט דער ברייטהאַרציקער ישׂראל־פּרעמיער, וועט פֿאַרבעסערן אַ צוגאָב פֿון 90 — 100 שקלים (21 — 24$) אַ חודש.
אין שײַכות מיט דעם האָט דער ישׂראל־זשורנאַליסט נתן זהבי געמאַכט אַן אינטערעסאַנטן חשבון: די אַלטע לײַט קומט אויס, כאָטש פֿינף מאָל אין חודש, צו פֿאָרן הין און צוריק מיטן אויטאָבוס אין זייער קראַנקן־קאַסע, וואָס באַטרעפֿט שוין 50 שקלים; איצט אַ קליין טעצעלע קאַווע, פֿיר קאַרטאָן־פּושקעס מילך, אַ מאָל אין חודש — אַ פּאָרציע אײַזקרעם — האָט איר בסך־כּל די 100 שקלים.
די שטיצע־פּראָגראַם איז אויסגערעכנט אויף עטלעכע יאָר: אין יאָר 2008 וועט אויסגעטיילט ווערן אויף דער פּראָגראַם 130 מיליאָן שקלים. די סומע וועט יעדעס יאָר וואַקסן, ביז זי וועט דערגרייכן אין יאָר 2011 ביז 300 מיליאָן שקלים.
צום סוף, נאַט אײַך נאָך איין סטאַטיסטישן פֿאַקט: יעדן טאָג גייען אַוועק אין דער אייביקייט 35 ניצול־געבליבענע פֿון חורבן. פֿרעגט זיך די קשיא: וויפֿל מענטשן, נאָך 60 יאָר פֿאַרגיסן שווייס און בלוט פֿאַר דער מדינה, וועלן, אַ דאַנק די 100 שקלים פּטור ווערן פֿון "זאָרג און לייד" און זיך אויסלעבן דאָס באַשערטע ביסל יאָרן אויף אַ "בכּבֿודיקן" אופֿן, ווי עס ווינטשט זיי דער גרויסער בעל־רחמנות, אהוד אָלמערט און זײַן רעגירונג?
יאָ, דאָס אַרויסגעבן די אָרעמאַנסקע נדבֿה וועט זיך אָנהייבן, אם־ירצה־השם, אין אַ האַלב יאָר אַרום...