‫רעפּאָרטאַזשן

ניט געקוקט אויף די פּאָליטישע מחלוקת אין קיִעוו, זײַנען די פֿאַרגאַנגענע פּאָר יאָר געווען גוט פֿאַר אוקראַיִנע. מען זעט אַ סך נײַע הײַזער אונטער די כאַראַקטעריסטישע מאָדערנע רויטע און בלויע דעכער. די מענטשן זעען אויס גוט, און די פּרײַזן זײַנען נידעריק אין פֿאַרגלײַך מיט רוסלאַנד און אייראָפּע. די נאָסטאַלגיע נאָך דעם סאָוועטישן עבֿר גייט פּאַמעלעך אַוועק, און עס וואַקסט אונטער אַ נײַער דור, וואָס רעדט אוקראַיִניש און נישט רוסיש. אמת, עס בלײַבן נאָך אַ סך "שוואַרצע לעכער", וואָס וואַרפֿן זיך אין די אויגן מיט זייער אָפּגעריסענער אָרעמקייט. אַזאַ איז דער גורל פֿון עטלעכע אַמאָליקע ייִדישע שטעטלעך, וועלכע קאָנען זיך ניט צופּאַסן צו דעם נײַם לעבן. די עקאָנאָמישע און סאָציאַלע ירידה פֿונעם טראַדיציאָנעלן שטעטל האָט זיך אָנגעהויבן נאָך אינעם 19טן יאָרהונדערט, און די סאָוועטישע פּאָליטיק פֿון אינדוסטריאַליזאַציע און קאָלעקטיוויזאַציע האָט ווײַטער צעשטערט דעם טראַדיציאָנעלן לעבנס־שטייגער. דער חורבן בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט אויסגעמעקט ניט בלויז די ייִדישע באַפֿעלקערונג, נאָר אויך חרובֿ געמאַכט די שטאָטישע לאַנדשאַפֿט פֿון מיזרח־אייראָפּע. די אַמאָליקע צענטערס פֿון האַנדל און מלאכה זײַנען מגולגל געוואָרן אין קבצנישע דערפֿער.

די סימנים פֿון ירידה זײַנען באַזונדער בולט אין די באַרימטע שטעט פֿון מעזש­בעזש און סאַטאַנאָוו. די געשיכטע האָט זיי באַהאַנדלט אויף אַ גרויזאַמען אופֿן. וועגן דעם זאָגן עדות ניט נאָר די חורבֿות, אויך די גרויסע פּוסטע פּלעצער אין סאַמע מיטן פֿון די אַמאָליקע ייִדישע געגנטן, די מיט גראָז און ביימער פֿאַרוואַקסענע "שטאָט־פּאַרקן". נאָכן חורבן האָבן די קריסטלעכע תּושבֿים צעשלעפּט די ייִדישע שטיבלעך אויף שטיינער, ציגל און ברעטער, כּדי צורעכטצומאַכן זייערע אייגענע הײַזער. עס זײַנען פֿאַרבליבן בלויז עטלעכע געמויערטע געבײַדעס, וואָס קוקן אויף דער וועלט דורך די געלעכערטע פֿענצטער.

מעזשבעזש. די חורבֿות פֿון די אַלטע ייִדישע הײַזער (אויבן) און דער נײַער בנין פֿון "היכל הבעל שם טובֿ"
מעזשבעזש. די חורבֿות פֿון די אַלטע ייִדישע הײַזער (אויבן) און דער נײַער בנין פֿון "היכל הבעל שם טובֿ"

אין מעזשבעזש וואַרפֿן זיך אין די אויגן די גרויסע נײַע בנינים, וועלכע ווערן לעצטנס אויפֿגעבויט דורך אויסלענדישע חסידים פֿאַר זייערע "עולה־רעגל־זײַן" אויפֿן בעש״טס קבֿר. אויף אַ קאָנקורס פֿון געשמאַקלאָזיקייט וואָלטן זיי זיכער געקראָגן די ערשטע פּרעמיע. אַנשטאָט צו רענאָווירן די אַלטע ייִדישע געבײַדעס, וועלכע האַלטן אין איין צעפֿאַלן זיך, ווי למשל, דער ייִדישער שפּיטאָל לעבן דעם אַלטן בית־עולם, בויט מען נײַע ריזיקע כאַלאַבודעס פֿון ווײַסן ציגל, וואָס דערמאָנען אָן די ערגסטע מוסטערן פֿון דער סאָוועטישער פּראָווינץ־אַרכיטעקטור. נאָך ערגער האָט מען באַהאַנדלט דעם הייליקן פֿעלד און בעש״טס קבֿר גופֿא. דאָ האָט מען אויסגעהאַקט אַלע ביימער, איבערגעשטעלט די מצבֿות, אָפּגעמאָלט זיי מיט ווײַסער פֿאַרב און די אותיות גע­מאַכט פּעך־שוואַרץ. אַפֿילו די ניט־ייִדישע טוריסטן קוקן אויף אַזאַ שאַנדע מיט שרעק. דער גורל פֿון די אַלטע ייִדישע דענק­מע­לער גייט קיינעם ניט אָן. די אוקראַיִנישע רעגירונג האָט ניט קיין געלט אַפֿילו אויף די "אייגענע" נאַציאָנאַלע מאָנומענטן, בעת די אויסלענדישע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס האָבן ניט קיין אַנונג וועגן דעם ווערט פֿון אָט די חורבֿות. און די חסידישע כּיתּות זאָרגן זיך מער וועגן דעם באַקוועמען צוטריט צו אַ פּאָר הייליקע קבֿרים.

להיפּוך צו מעזשבעזש, האָט סאַטאַנאָוו ניט קיין נײַע ייִדישע געבײַדעס. עס שטייט נאָך אַלץ די פּרעכטיקע מיטלעלטערלעכע פֿעסטונג־שיל, וואָס איז צום לעצטן מאָל רענאָווירט געוואָרן אין דעם 18טן יאָר­הונדערט. די שיל איז פֿאַרשלאָסן מיט אַ פֿאַררזשאַווערטן שלאָס און באַוואַקסן מיט ביימער. די ווײַבער־שיל האָבן די שכנים שוין פֿאַנאַנדערגעשלעפּט אויף שטיינער פֿאַר זייערע מויערן. אין אַ פּאָר יאָר אַרום וועט דער דאַך אײַנפֿאַלן. אויב מען וויל נאָך באַוווּנדערן דעם גרויסאַרטיקן באַמאָלטן שטיינערנעם אָרון־קודש, מוז מען זיך צואײַלן, הגם מען דאַרף זיך היטן פֿאַר די שטיינער, וואָס פֿאַלן פֿון מאָל צו מאָל אַראָפּ פֿון דעם דאַך.

אויף אַ באַרג אַנטקעגן דער שטאָט געפֿינט זיך איינער פֿון די עלטסטע און שענסטע ייִדישע בית־עלמינס אין דער וועלט. דאָ קאָן מען פֿאַרברענגען גאַנצע טעג, באַקוקנדיק די פּרעכטיקע מצּבֿות. זיי שטייען דאָ הונדערטער יאָרן אויסגעפּרוּווט פֿון זון, שניי, רעגן און מענטשלעכער באַרבאַרישקייט, און וועלן, מירטשישעם, נאָך שטיין ווײַטער, סײַדן מען וועט דאָ אַנטדעקן אַ נײַעם צדיק, און די חסידים וועלן "פֿאַרשענערן און פֿאַרבעסערן" דעם אַלטן בית־עולם, לויט זייער עם־הארצישן געשמאַק. די מאָנומענטן פֿון דער ייִדישער קולטור אין אוקראַיִנע זײַנען אַן אוניקאַלע ירושה, וואָס האַלט אין איין צעפֿאַלן זיך אויף אונזערע אויגן. די קומענדיקע דורות וועלן זיך מין־הסתּם חידושן, הלמאי האָט מען געלאָזט אויף הפֿקר אָט די אַלע אוצרות. די גלײַכגילטיקייט פֿון דער ייִדישער געזעלשאַפֿטלעכקייט צו דער אייגענער קולטורעלער ירושה איז אַ פֿראַגע פֿאַר זיך. פֿאַר וואָס זײַנען די ייִדישע קונסט־זאַמלער און מעצענאַטן גרייט אַרויסצולייגן שווערע מיליאָנען פֿאַר די קונסטווערק פֿון אומות־העולם, אָבער זײַנען אַבסאָלוט גלײַכגילטיק צו ייִדישע ווערטן? ווי אַזוי קאָן מען צולאָזן, אַז אויפֿן אָרט פֿון די אוניקאַלע ייִדישע מאָנומענטן זאָלן אויפֿגעבויט ווערן שוידערלעכע כאַלאַבודעס, און קיינער זאָגט ניט קיין וואָרט קעגן דעם? ווי אַזוי קאָן מען רעדן וועגן דעם ייִדישן "המשך" און דערבײַ פֿאַרגעסן אין דער אוניקאַלער ירושה? פֿאַר דעם אַלץ וועט מען מוזן אָפּגעבן דין־וחשבון אין דער צוקונפֿט, ווען די אַלטע מאָנומענטן וועלן זיך ענדגילטיק צעשיטן.

די שיל אין סאַטאַנאָוו פֿון דרויסן און אינעווייניק
די שיל אין סאַטאַנאָוו פֿון דרויסן און אינעווייניק