|
Sheila E. Jelen and Shachar Pinsker (eds.). Hebrew, Gender and Modernity: Critical Responses to Dvora Baron |
|
די ליטעראַרישע ירושה פֿון דער העברעיִש־ייִדישער שרײַבערין דבֿורה באַראָן (1887—1956) האָט זיך בהדרגה אַרײַנגערוקט אינעם צענטער פֿון דעם העברעיִשן ליטעראַרישן קאַנאָן. באַראָנס ווערק ווערן אויסגעטײַטשט אונטער פֿאַרשידענע קוקווינקלען, אָבער אַלע מפֿרשים זײַנען אײַנשטימיק אין איין פּונקט׃ ווי אַ ליטעראַרישע און קולטורעלע דערשײַנונג, איז באַראָן אַ יוצא מן הכּלל אין דער מאָדערנער העברעיִשער ליטעראַטור.
ערשטנס, ווײַל זי איז געווען כּמעט די איינציקע פּראָזע-שרײַבערין אין דער תּקופֿה, ווען העברעיִש איז באַטראַכט געוואָרן ווי אַ מענערישער לשון; און צווייטנס, ווײַל טעמאַטיש און סטיליסטיש האָבן אירע ווערק אַ קנאַפּן שײַכות צו די הויפּטשטראָמיקע ליטעראַרישע טענדענצן פֿון דער צײַט. איר אופֿן לעבן איז געווען נאָך מער אויסטערליש איידער איר ליטעראַרישער סטיל. די לעצטע דרײַ און דרײַסיק יאָר פֿון איר לעבן האָט זי פֿאַרבראַכט אין די ד׳ אמות פֿון איר תּל–אָבֿיבֿער שטוב.
די צוויי נײַע ביכער שפּיגלען אָפּ אַ ברייטן דיאַפּאַזאָן פֿון קריטישע אָפּשאַצונגען און אויסטײַטשונגען פֿון באַראָנס ווערק. די האַנדלונג פֿון אירע דערציילונגען קומט געוויינטלעך פֿאָר אין אַ ליטווישן שטעטל, און אירע העלדינס שטייען גאַנץ ווײַט פֿון די טיפּישע מענערישע געשטאַלטן פֿון דער העברעיִשער ליטעראַטור. באַראָן באַקוקט די וועלט פֿון דעם שטאַנדפּונקט פֿון אַ ייִדישער פֿרוי, וועלכע איז געשטימט קריטיש לגבי דעם הערשנדיקן פּאַטריאַרכאַלן סדר. נעמי זײַדמאַן מערקט אָפּ אין איר אַרטיקל וועגן דעם צעפֿאַל פֿונעם שטעטל אין באַראָנס ווערק, אַז די שרײַבערין פֿאַרמאָגט אַ גאָר אַנדערן "אימאַזש פֿון דעם שטעטל" אין פֿאַרגלײַך מיט די קלאַסישע ווערק פֿון מענדעלע, שלום-עליכם, פּרץ.
זײַדמאַן באַטאָנט דעם מעטאַפֿאָרישן חשיבֿות פֿון דער עגונה–מאָטיוו, וואָס סימבאָליזירט דעם סוף פֿונעם סטאַטעטשנעם לעבנס-שטייגער פֿונעם שטעטל. ווען די מענער פֿאַרלאָזן זייערע ווײַבער און ווערן נעלם אין דער גרויסער וועלט, פֿאַרלירט דאָס שטעטל זײַן ממשותדיקייט. די דאָזיקע טעמע ווערט באַהאַנדלט אין באַראָנס ערשטער דערציילונג "פֿעדקע", וואָס איז אַרויס אויף העברעיִש און ייִדיש אין 1909. דער פּאָטשטאַליאָן פֿעדקע בלײַבט דער איינציקער מאַנצביל אין דעם שטעטל פֿון ייִדענעס. דער ייִדישער לייענער פֿון יענער צײַט וואָלט אַוודאי אָפּגעשאַצט באַראָנס איראָנישן רמז אויף שלום–עליכמס "טבֿיה דער מילכיקער"׃ פֿעדקע, אָדער כוועדקע, האָט דאָך געהייסן דער געליבטער פֿון טבֿיהס טאָכטער חווה, וועלכער איז געווען ענלעך אויף דעם רוסישן שרײַבער מאַקסים גאָרקי.
|
Sheila E. Jelen. Intimations of Difference: Dvora Baron in the Modern Hebrew Renaissance. Syracuse, NY: Syracuse University Press, 2007 |
|
דער ענין שטעטל אין באַראָנס ווערק ווערט באַרירט שוין אין דעם ערשטן אַרטיקל, וואָס עפֿנט דעם זאַמלבוך אונטער דער רעדאַקציע פֿון שחר פּינסקער און שיילאַ יעלען. דן מירון טענהט, אַז דאָס שטעטל האָט ניט קיין זעלבשטענדיקן חשיבֿות אין באַראָנס שאַפֿונג און דינט בלויז ווי אַ הינטערגרונט פֿאַר דער האַנדלונג. מירונס טעזיס אַז "באַראָנס וועלט איז אַ מיטאָלאָגישע און ליגט מחוץ געשיכטע", ווערט געשטעלט אונטער אַ פֿראַגע-צייכן דורך זײַדמאַן און אַנדערע פֿאָרשער פֿונעם ייִנגערן דור. זיי קאָנצענטרירן זיך דווקא אויף קאָנקרעטע פּסיכאָלאָגישע און סאָציאַלע אַספּעקטן פֿון באַראָנס שאַפֿונג, וועלכע שפּיגלען אָפּ דעם אינעווייניקסטן מצבֿ פֿונעם ליטוויש-ייִדישן ציבור בכּלל און פֿון דער ייִדישער פֿרוי בפֿרט. דאָס זאַמלבוך פֿון קריטישע אַרטיקלען וועגן דבֿורה באַראָנס ווערק באַקענט דעם ענגלישן לייענער מיט די געשפּאַנטע וויכּוחים, וועלכע עס פֿירן צווישן זיך די אַמעריקאַנער און ישׂראלדיקע פֿאָרשער פֿון דער מאָדערנער העברעיִשער ליטעראַטור. באַראָנס ווערק באַוועגט זיי צו רעווידירן אייניקע אַלטע, צומאָל שוין אויסגעדראָשענע, אמתן וועגן דער העברעיִשער און ייִדישער ליטעראַטור.
די שפּאַנונג צווישן צוויי שעפֿערישע אימפּולסן אין באַראָנס ווערק, דעם באַגער צו פֿאַרפֿיקסירן אין וואָרט "די וועלט וואָס איז מער נישטאָ", און דער אימפּעט צו מאָלן "אייביקע געשטאַלטן", איז די צענטראַלע טעמע פֿון שיילאַ יעלענס מאָנאָגראַפֿיע "אָנוווּנקען פֿון חילוקים׃ דבֿורה באַראָן אינעם מאָדערנעם העברעיִשן אויפֿקום", וואָס גיט זיך אָפּ מיט באַראָנס לעבן און שאַפֿונג. ווי אַזוי קאָן אַ שרײַבער זײַן אי ייִדיש, אי אַלוועלטלעך? ווי אַזוי קאָן אַ פֿרוי זײַן שעפֿעריש אין דער "מענערישער" שפּראַך? די דאָזיקע שאלות בלײַבן אינעם פֿאָקוס פֿון יעלענס אויפֿמערקזאַמקייט אין משך פֿונעם גאַנצן בוך.
דבֿורה באַראָן נוצט אויס אַ ברייטן פּאָטענציאַל פֿון אויסדרוק-מיטלען, וועלכע זי באָרגט ניט בלויז פֿון די אַלטע און נײַע העברעיִשע מקורים, נאָר אויך פֿון ייִדישער, רוסישער, און אַנדערע אייראָפּעיִשע טראַדיציעס. יעלען געפֿינט אינטערעסאַנטע פּאַראַלעלן צווישן באַראָנס שרײַבן און דער עלטערער ייִדישער ליטעראַטור און מאַכט אַן אָריגינעלן פֿאַרגלײַך צווישן באַראָנס ליטעראַרישן סטיל און דער ייִדישער פֿאָטאָגראַפֿישער קונסט, בפֿרט מיט אַלטער קאַציזנעס ווערק. דאָס פֿירט צו אַ פֿראַגע וועגן מעגלעכע פּאַראַלעלן צווישן באַראָנס און קאַציזנעס ליטעראַרישע ווערק.
היות ווי די פֿאָרשער פֿון באַראָנס שאַפֿונג קומען לרובֿ פֿון דער העברעיִשער ליטעראַרישער סבֿיבֿה, איז עס גאַנץ נאַטירלעך, אַז ביידע ביכער גיבן זיך אָפּ קודם–כּל מיט דעם העברעיִשן קולטורעלן קאָנטעקסט פֿון אירע ווערק. אָבער דאָס איז ווײַט ניט דער איינציקער מעגלעכער צוגאַנג צו די דאָזיקע טעקסטן. כּדי געהעריק אָפּצושאַצן באַראָנס פֿילזײַטיקייט און טיפֿקייט, דאַרף מען אויפֿמערקזאַם אַרײַנקוקן אויך אין אַנדערע קאָנטעקסטן, בפֿרט אינעם רוסישן און ייִדישן. באַראָנס דערציילונגען קלינגן זיך איבער מיט די ווערק פֿון אַזעלכע פֿאַרשידענע שרײַבער ווי שלום־עליכם און דוד בערגעלסאָן. אַ רוסישער אויער קאָן דערהערן אין אירע ווערק אַן אָפּקלאַנג פֿון טשעכאָוון, בפֿרט ווען עס גייט וועגן דער געשטאַלט פֿון תּלוש. ווען מען גריבלט זיך אַרײַן אין תּלושעס ייִחוס, קומט מען צו דעם טיפּ פֿונעם "איבעריקן מענטש", וועלכער האָט געשפּילט אַ ריזיקע ראָלע אין דער רוסישער ליטעראַטור זינט דער צווייטער העלפֿט פֿונעם 19טן יאָרונדערט. אַזוי אַרום פֿאַרבאַהאַלט די באַשיידענע ליטעראַרישע ירושה פֿון דבֿורה באַראָן אַ רײַכן שטאָף פֿאַר קומענדיקע פֿאָרשער פֿון ייִדישער און העברעיִשער ליטעראַטור.