תּורה־געדאַנק
פֿון ה. מאַניעווסקי
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

בײַ מתּן־תּורה, ווען דער אויבערשטער האָט געגעבן די תּורה צו די ייִדן, איז געגעבן געוואָרן די גאַנצע תּורה — דער טייל פֿון ׳נגלה׳ — דער אָפֿענער, אַנטפּלעקטער טייל (חומש, תּלמוד, פּוסקים אאַ״וו), און אויך דער טייל פֿון ׳נסתּר׳ — דער געהיימער, באַהאַלטענער טייל (קבלה, חסידות, די סודות פֿון דער תּורה).

עס זײַנען פֿאַראַן ייִדן וועלכע זײַנען קעגנעריש צום לערנען תּורת החסידות. זיי אַרגומענטירן: אויב דאָס לערנען חסידות וואָלט געווען אַזוי נייטיק אין ייִדישן לעבן, וואָלט דער טייל פֿון דער תּורה נישט געווען פֿאַרהוילן אין די פֿריִערדיקע ערשטיקע דורות, און וואָלט דעמאָלט אַנטפּלעקט געוואָרן פֿאַרן גאַנצן ייִדישן פֿאָלק, און נישט ערשט אין אונדזערע לעצטע דורות. (וואָרעם, ווי באַוווּסט, איז אויך דער באַהאַלטענער חלק פֿון דער תּורה געווען באַוווּסט פֿאַר געציילטע אויסדערוויילטע גדולי ישׂראל אין די גאָר פֿריִערדיקע דורות — אין אַלע דורות). הײַנט אויב אַזוי פֿיל יאָרן האָט דער כּלל־ישׂראל געלעבט אָן תּורת החסידות, זעט דאָך במילא אויס, אַז מ׳קען אויסקומען אין ייִדישן גײַסטיקן לעבן אויך אָן תּורת החסידות. אַזוי טענהן ייִדן פֿון געוויסע קרײַזן.

דערבײַ גיבן זיי צו נאָך אַ טענה: דאָס לערנען חסידות ווי געהעריק, אין אַ ווירקעוודיקן אופֿן, רופֿט אַרויס בײַם לערנער אַ ביטול־געפֿיל צו זײַן וועזן; ער ווערט נעגאַטיוו צו זײַן אייגענעם ׳איך׳, צו זײַן ׳יש׳. חסידות דערפֿירט צו אַ מצבֿ, וווּ עס הערשט ביטול און מאַכן זיך צו גאָרנישט — און דאס איז אַ נעגאַטיווע זאַך. זיי זאָגן, אַז אין ייִדישן לעבן איז וויכטיק דער פּאָזיטיווער וועג — צו מוטיקן זיך, צו שטאַרקן זיך, און נישט צו מבֿטל זײַן זיך.

דער ענטפֿער אויף זייער טענה קען ווערן אויפֿגעקלערט לויט דעם וואָס דער רמב״ם פֿאַרגלײַכט די גײַסטיקע מחלות פֿונעם נפֿש און זייערע רפֿואות צו די פֿיזישע קרענק פֿונעם קערפּער און זייערע היילונג־מיטלען. ער קלערט אויף, אַז פֿון א קערפּערלעכער מחלה קען מען אַרויסלערנען ווי צו האַנדלען אין פֿאַל פֿון אַ רוחניותדיקער קרענק.

בדרך־כּלל ווייסט מען, אַז אַ קראַנקייט בײַ אַ מענטשן באַשטייט פֿון אַ צושטאַנד, וווּ עס שאַפֿט זיך אַ חסרון אין אַ געוויסן טייל פֿון קערפּער, עס ווערט קאַליע אָדער עס פֿעלט זיך די נאָרמאַלע פֿונקציע פֿון דעם אָדער יענעם אבֿר. בקיצור, דער גוף ווערט קראַנק פֿון אַ פֿעלערדיקער דערשײַנונג אין דעם קערפּער.

ס׳איז אויך פֿאַראַן אַן אַנדער סוג פֿון מחלות, אין וועלכער די צרה באַשטייט נישט פֿון דעם וואָס עס פֿעלט אין קערפּער, נאָר, פֿאַרקערט: דער גוף ווערט קראַנק צוליב דעם וואָס אינעם קערפּער קומט צו אַן איבעריקע זאַך, אַ צוּוווּקס וואָס באַלאַנגט נישט צום קערפּער. זעען מיר, אַז הגם עס פֿעלט גאָרנישט פֿונעם גוף און אבֿרים, איז עס אָפֿט זייער אַ ביטערע קרענק.

ווי אַזוי היילט מען אָט די מחלות? אין די קרענק, אין וועלכע דער גוף לײַדט פֿון אַ חסרון און קלקול, היילט מען מיט רפֿואות וואָס שאַפֿן, שטאַרקן און גיבן צו אינעם קערפּער אָדער אבֿר דאָס וואָס פֿעלט. אָבער אין אַ מחלה, וואָס קומט פֿון אַ געוווּקס, פֿון אַ שלעכטן צוגאָב אין גוף ר״ל, איז די רפֿואה אויף אַ פֿאַרקערטן אופֿן — צו באַזײַטיקן און פֿאַרניכטן אָט דעם נישט־געוווּנטשענעם צוגאָב צום קערפּער אָדער אבֿר.

ווייסן מיר דאָך, אַז אָט דער הייל־מיטל איז הויפּטזעכלעך געוואָרן אָנגענומען און אַנטוויקלט אין די שפּעטערע תּקופֿות. איצט לאָמיר זיך פֿאָרשטעלן, אַז אויב עס וועט קומען אַזאַ חולה ר״ל פֿון אַ צוגאָב־געוווּקס און וועט זאָגן צום דאָקטער: וויסן זאָלט איר, אַז אײַער אויפֿגאַבע ווי רופֿאים איז צו שטאַרקן דעם קערפּער, אים צוצוגעבן וועזנטלעכקייט און קראַפֿט — און נישט פֿאַרקערט, צו פֿאַרמינערן, אַרויסצושנײַדן. אָדער ער וועט זיך אויסדריקן אַזוי: איך בין נישט מסכּים מיט אָט דער היילונג־סיסטעם; איך האַלט נישט, אַז דאָס איז דער גוטער און ריכטיקער הייל־מיטל, ווײַל מיט אַזויפֿיל און אַזויפֿיל דורות אויף צוריק האָט מען זיך נישט באַנוצט מיט אַזאַ הייל־מיטל... ס׳איז דאָך קלאָר ווי דער טאָג, אַז אָט די אַרגומענטן פֿון דעם חולה האָבן ניט קיין האַפֿט.

די זאַך איז פּשוט: די געזונטע טיילן פֿונעם קערפּער דאַרף מען שטאַרקן דורך צוגעבן, אָבער די נעגאַטיווע, קרענקלעכע חלקים, די איבעריקע און שעדלעכע, דאַרף מען צעשטערן און באַזײַטיקן.

אַזוי איז עס אויך אין שײַכות צו די גײַסטיקע מחלות. מיר מוזן וויסן גוט און געדענקען, אַז גאוה, ישות, דאָס האַלטן זיך גרויס און אַן אויפֿגעטורעמט עגאָ־געפֿיל — דאָס זײַנען קרענקלעכע אָנוווּקסן אויפֿן גײַסטיקן מהות פֿון אַ ייִדן. איז טאַקע אמת, אַז דאָס איז נישט אינגאַנצן אַ נײַע, הײַנטצײַטיקע מחלה. אויך אין די אַמאָליקע דורות האָבן מענטשן נישקשהדיק אונטערגעקרענקט מיט אָט די מחלות. אָבער געווען איז עס אין אופֿן וואָס איז אומפֿאַרגלײַכלעך צו אונדזערע דורות. אין די לעצטע דורות איז די גײַסטיקע מחלה פֿון ישות, גאוה, וווּלגאַרער עגאָיִזם, עפּידעמיש צעשפּרייט; ס׳איז אַ נײַע ׳מאָדערנע׳ קרענק, וואָס האָט זיך אַרײַנגעכאַפּט אין דער וועלט דווקא ערבֿ דער גרויסער גאולה. דערפֿאַר האָט דער אויבערשטער צוגעשיקט דווקא איצט די בעסטע רפֿואה צו אָט דער גײַסטיקער קרענק — דאָס לערען חסידות! תּורת החסידות איז אַ וווּנדערלעכער הייל־מיטל, אַ תּרופֿה צו באַהערשן די זעלישע מחלה פֿון ישות.

(אַגבֿ, זעען מיר, אַז אויך אין די תּורה־קרײַזן וווּ דער לימוד החסידות איז נישט אָנגענומען געוואָרן, האָבן אָבער אויך זיי געפֿילט די נייטיקייט צו באַקעמפֿן די מידה רעה פֿון גאוה, ווי באַלד זי האָט זיך אַזוי שטאַרק פֿאַרשפּרייט אין די לעצטע דורות. זייער מיטל האָבן אָנגענומען גרויסע ליטווישע ישיבֿות — זיי האָבן אײַנגעפֿירט אין די ישיבֿות צו לערנען און פֿאַרטיפֿן זיך אין די מוסר־ספֿרים, וווּ אָט די גײַסטיקע מחלות פֿון גסות־הרוח און עגאָיִזם ווערן גרינטלעך אַנאַליזירט און באַהאַנדלט. דער אונטערשיד אין קורצע, אײַנפֿאַכע ווערטער, צווישן די רפֿואות פֿון מוסר און פֿון חסידות איז אַן ערך אַזוי: בעת דער מוסר־׳מעסער׳ שנײַדט זיך אַרײַן אין דעם סאַמע צענטער פֿונעם גאוה־אָנוווּקס און ברענגט אַ טיפֿן ווייטיק און צעבראָכנקייט צום בעל־גאוה בײַם אָנשטרענג צו באַזײַטיקן די וווּנד — ווערט די באַזײַטיקונג פֿונעם געשוויר דורך חסידות אויפֿגעטאָן אויפֿן שטייגער פֿון ליכט־באַשטראַלונג, מיט גוטע רעזולטאַטן אויף אַ פֿיל לײַכטערן און בעסער־פֿילנדיקן אופֿן.)

אָבער אין איין פּרט איז נישט גלײַך דער גײַסטיקער נמשל צום פֿיזישן משל: אין דער קערפּערלעכער רפֿואה צו אַ שעדלעכן אָנוווּקס, קען פּאַסירן אַז אויב די רפֿואה צו באַזײַטיקן דעם געשוויר ווערט באַנוצט צו פֿיל, מער ווי מ׳דאַרף, קען עס אָנגרײַפֿן און באַשעדיקן די געזונטע גלידער און קעמערלעך — דערקעגן אין רוחניות איז עס גאָרנישט אַזוי! וואָס מער אַ ייִד לערנט חסידות, אַלץ בעסער איז עס נישט בלויז פֿאַר די נישט־גוטע מידות און תּכונות, נאָר אויך פֿאַר די גוטע און געזונטע חלקים פֿון דעם נפֿש.

* * *

די גרויסע האַרבקייט פֿון אָפּהיטן נישט צו פֿאַרשוועכן די קדושה פֿון שבת זעט מען פֿון דעם, וואָס דער אָנזאָג צו היטן זיך פֿון חילול שבת דערשײַנט צווישן די "עשׂרת הדברות" — די צען געבאָט, וואָס דער אויבערשטער האָט געזאָגט בײַ מתּן־תּורה אויפֿן באַרג סיני: "זכור את יום השבת לקדשו וגו׳" — געדענק צו הייליקן דעם שבת־טאָג; "שבת לה׳ אלקיך" — ס׳איז שבת פֿאַר דעם אויבערשטן, שבת צו דעם אויבערשטן. דער באַשעפֿער האָט באַשאַפֿן די וועלט אין זעקס ערשטע טעג און ער האָט דעם זיבעטן טאָג אויפֿגעהערט און כּבֿיכול "גערוט".

האָט דער אויבערשטער אָנגעזאָגט, אַז אַזוי זאָלן אויך די ייִדן טאָן. אַזוי ווי דער אויבערשטער האָט, נאָכן באַשאַפֿן די וועלט אין זעקס טעג, נישט מער "געטאָן" כּבֿיכול דעם זיבעטן טאָג — אַזוי זענען מיר ייִדן אָנגעזאָגט געוואָרן נישט צו באַשעפֿטיקן זיך מיט אַ מלאכה אום שבת. און נישט בלויז ניט צו אַרבעטן ממש — אויף דעם זײַנען מיר געבאָטן אין דער תּורה; די חכמים האָבן אויך פֿאַרבאָטן צו ריידן שבת וועגן טאָן אַ מלאכה.

און דערהייבענע ייִדן האָבן מהדר געווען נאָך מער — נישט בלויז דאָס ריידן וועגן אַ מלאכה. אין תּלמוד ירושלמי ווערט געבראַכט אַ סיפּור וועגן איינעם אַ "חסיד", וואָס איז שבת אַרויס אַ ביסל שפּאַצירן אין זײַן ווײַנגאָרטן. גייענדיק אין זײַן גאָרטן האָט ער באַמערקט, אַז אינעם פּאַרקאַן פֿונעם ווײַנגאָרטן איז דאָ אַ דורכברוך. איז אים באַלד אײַנגעפֿאַלן דער געדאַנק, אַז באַלד נאָך שבת וועט ער פֿאַרריכטן דעם צוים פֿונעם ווײַנגאָרטן. אָבער דער חסיד האָט זיך נאָך דעם געכאַפּט, אַז ער האָט עס געטראַכט אום שבת, האָט ער באַשלאָסן: ווי באַלד די מחשבֿה איז מיר אײַנגעפֿאַלן אין שבת, וועל איך דעם צוים קיינמאָל נישט פֿאַרריכטן.

פֿון דער דערציילוג וועגן דעם חסיד לערנען מיר אַרויס, אַז די חסידישע הנהגה, וואָס זי איז "לפֿנים משורת הדין" — דאָס הייסט, פֿירן זיך נאָך האַרבער און בעסער ווי דער דין דיקטירט — פֿאָדערט צו פֿאַרבאָטן נישט בלויז צו טאָן אַ מלאכה אין שבת (דער תּורה־פֿאַרבאָט) און אויך נישט צו ריידן וועגן אַ מלאכה אין שבת (דער פֿאַרבאָט פֿון די חכמים), נאָר אויך נישט צו טראַכטן וועגן אַ מלאכה (דער אָפּהיט לויט דער מידה פֿון חסידות).