געזעלשאַפֿט
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טעמע־ליבע שעכטער
טעמע־ליבע שעכטער
לאָמיך אײַך עפּעס זאָגן. איך גיי נישט אויף קיין בר־מיצוות און נישט אויף קיין בת־מיצוות, און זעלטן ווען גיי איך אויף אַ חתונה. וועט איר מיך פֿרעגן: היתּכן? מה־נשתּנה? וועל איך זיך מודה־ומתוודה זײַן אַז דער לוקסוס, דער ראָסקאָש, די אויסברענגערישקייט, דאָס אויסגעבן מאַיאָנטקעס אויף אַ שׂימחה בײַ קינדער, איז נישט אַנדערש ווי אויסצושטעכן יענעם די אויגן. און גלייבט מיר ס׳איז גאָרנישט אָנגעלייגט בײַ קיינעם אָט די פֿאַרשווענדערישקייט, אַפֿילו נישט בײַ גאָט אַליין.
וועל איך אָנהייבן קודם מיטן צווייטן סדר, וווּ עס האָט מיך אײַנגעלאַדן שׂרה־רחל שעכטער, די מיטאַרבעטערין פֿון "פֿאָרווערטס" און איך בין זיכער, אַז אונדזערע לייענער זײַנען גוט באַקאַנט מיט אירע שריפֿטן.
דער אמת איז, אַז איך קען די גאַנצע שעכטער־משפּחה שוין מזמן, זינט זייער פֿריסטן עלטער. געקענט דעם טאַטן, ד״ר מרדכי שעכטער ע"ה, די מאַמע, טשאַרנע, די פֿיר שעכטער־קינדער, שׂרה־רחל שעכטער־איידלמאַן, דאָבריש־גיטל שעכטער־ווישנאַוואַט, פֿרימעט־איידל שעכטער און פֿאַרשטייט זיך בנימין שעכטער, דעם גאָר, גאָר באַגאַבטן קאָמפּאָזיטאָר, פּיאַניסט און דיריגענט פֿון ייִדישן פֿילהאַרמאָנישן כאָר. אַלע זײַנען שוין הײַנט דערוואַקסענע מענטשן, אָבער איין זאַך איז בײַ זיי פֿאַרבליבן פֿון דער היים — דאָס מאַמע־לשון. אַלע, אַלע שעכטער־קינדער און אייניקלעך רעדן אַ געשמאַקן ייִדיש. זיי האַלטן ממש אויף אַ ייִדיש־לאַנד.
איז דער סדר בײַ שׂרה־רחלען געווען מײַן ערשטער הויכפּונקט דעם פּסח. ערשטנס, האָבן זיך צונויפֿגעזאַמלט אַ חבֿרה יונגוואַרג, געראָטענע שעכטער־קינדער און אייניקלעך, און אַלע ווי איינער האָבן גערעדט אַ פּרעכטיקן און נאַטירלעכן ייִדיש בײַם טיש. און אויב דאָס איז נישט געווען גענוג, האָבן שׂרה־רחלס בנים אַוועקגעלייגט אַ דבֿר־תּורה, אַז מען האָט געקאָנט לעקן די פֿינגער דערפֿון. און איצט די לידער, דעם גאַנצן ייִדישן רעפּערטואַר, מיט דעם פּסחדיקן טראָפּ. מען האָט געזונגען און זיך משׂמח געווען ביז די שפּעטע שעהען פֿון דער נאַכט.
דער עיקר האָט מען זיך נישט געמאַזשעט, נישט געקינצלט, זיך נישט געשטעלט משה קאַפּויער. נישט געמאַכט עס אויבערפֿלעכלעך צו באַווײַזן די מומחהדיקייט פֿון אַ ייִדישן סדר, נישט אויף צו מאַכן אַן אײַנדרוק אויף די געסט. נישט בײַ שׂרה־רחלען מיט איר מאַן לייבל איידלמאַן, אַ טײַערן און קלוגן ייִדן. אַ מחיה געווען מיט אים צו כאַפּן אַ שמועס. דאָ האָט מען געלעבט, געאָטעמט און געשטראַלט מיט לשון־קודשלעכן ייִדיש און ייִדישקייט. הלוואַי אויף אַלע ייִדישע קינדער.
און איצט קום איך צום "פּיס דע רעזיסטאַנץ," צום רעכטן־געדעכטן, צום אייבערשטן פֿון שטייסל, צום טעלערל פֿון הימל, און דאָס איז געווען די בת־מיצווה פֿון בנימין שעכטערס טעכטערל טעמע־ליבע. מוז איך אײַך זאָגן, אַז פֿאַר מיר איז עס געווען איינס פֿון די גרעסטע פֿאַרגעניגנס. ווי קומט עס, וועט איר פֿרעגן, אַז איך מײַד אויס בר־ און בת־מיצוות, ווי איך מײַד אויס אַ צאָנווייטיק, ווי מ׳מײַדט אויס אַן עבֿירה. איך בין בײַגעווען בײַ אַ צאָל אַזעלכע אויסשטעלונגען פֿון רחבֿות, וווּ דער בר־מיצווה־בנוק איז נעבעך געווען געשלאָגן אויף דער עבֿרי און דער אמת, לאָמיר זיך נישט נאַרן, די הײַנטיקע בר־מיצווה־יאַטלעך באַשײַנען גאָרנישט זייער שׂימחה, דעריבער מײַד איך אויס די לאַסקע.
בנימין שעכטערס אײַנלאַדונג האָב איך גערן אָנגענומען און כ׳האָב זיך נישט אַנטוישט. ערשטנס, שטעלט בנימין זײַן געלונגענע פֿאָרשטעלונג "די שעכטער־טעכטער," וואָס זינגען און שפּילן און האָבן טויזנט טעמען. ער פֿאַרמאָגט אויך אַ זון מיט אַ ליכטיק פּנים, וועלכער איז באַגאַבט, פֿעיִק און געראָט אַרײַן אין אַלע שעכטערס.
האָט זיך טעמע־ליבעלע אַוועקגעשטעלט זאָגן אַ דבֿר־תּורה. וואָס זאָל איך "זאָגן." זי האָט די גאַנצע פּרשה אירע און די פּרקים אין חומש אויסגעזונגען, אַז ס׳האָט פֿאַרהילכט די שיל, און גאַנץ קהל מתפּללים האָבן מיטגעזונגען, אַזוי אַז מ׳האָט געהערט אַ כאָר מנגנים־של־מעלה, און דערצו האָט טעמע־ליבעלע דערלאַנגט איר דרשה אויף אַ געזונטן ייִדיש.
דער עיקר סקראָמנע, אָן אַ געפּילדער פֿון קעלנער, אָנעם ראָסקאָש און אָנעם אַמעריקאַנער געיעג נאָך עסן, ווי עס איז בולט בײַ יעדער שׂימחה. אַלץ איז צוגעגאַנגען מיט טאַקט. נאָכן געזאַנג האָט בנימין ערשט דערלאַנגט אַ קאָנצערט מיט אַרום צוואַנציק לידער, און די זינגער, כּמעט אַלע שעכטערס. אַ טייל פֿונעם פֿילהאַרמאָנישן כאָר, מיט וועלכן בנימין פֿאַרנעמט זיך, האָט זיך אויך באַטייליקט. און דאָס האָט געדויערט שעהען פֿון גרויס פֿאַרגעניגן.
זיץ איך און איך טראַכט. גיט אַ קוק וואָס מיר האָבן אָנגעוווירן. מ׳האָט פֿאַרקויפֿט אונדזערע שׂימחות "אָנקל סעמען," וווּ מ׳ברענגט אַראָפּ אַ "בענד," וואָס שפּילט איבערגעשטאַנענע לידער, און צווישן וואַרפֿט מען אַרײַן אַ פּאָר איבערגעניצעוועטע לידער, ווי "אַ ייִדישע מאַמע," און "אויפֿן פּריפּעטשיק." מיר האָבן אָנגעוווירן דעם טראָפּ אויף ייִדיש־לשון, און לאָמיר זיך נישט נאַרן; מאַמע־לשון איז דאָך פֿאָרט אַ טייל פֿון ייִדישקייט. מיט ייִדיש דערפֿילט מען ערשט דעם ייִדישן טעם, אַ מין נאָענטקייט, אַ היימישקייט. אָבער מיטן ענגליש; מיט וואָס פֿאַרבינדט עס אונדז? מיט "וואַלדאָרף־אַסטאָריע"־האָטעל, מיט "פּאַלם"־ביטש, מיט אַן אַפֿריקאַנער סאַפֿאַרי, מיט קריכן אויף די גלײַכע ווענט, מיט נישטיקייט און פּוסטקייט.
פֿאַרשטייט זיך, אַז איך טו פֿאַראַלגעמיינערן די זאַך. איך האָב שוין אַזאַ נטיעה. נישט אַלע שׂימחות בײַ ייִדן פֿאַלן אַרײַן אין דער קאַטעגאָריע פֿון רחבֿות און פּוסטקייט.
בײַ די פֿרומע, למשל, איז זיכער אָנגעפֿילט די בר־מיצווה מיט תּורה און עבֿודת־הבורא. און אַזוי ווי איך פֿאַרמאָג אַ פֿרומע משפּחה פֿון מענדלס צד, האָב איך בײַגעוווינט אַ פּאָר בר־מיצוות וואָס די פֿרומע משפּחה האָט געפֿײַערט. וואָס זאָל איך אײַך זאָגן. איך בין אַוועק אויסגעלאָשן. זיכער האָט דער בחורעץ געזאָגט דבֿר־תּורה ווי ס׳געהערט צו זײַן, אָבער די דרשה האָט ער געהאַלטן אויף ענגאַ־אַ־ליש.
ברידערלעך, דאָס וואָס מיר האָבן אָנגעוווירן דעם תּוך פֿון ווי צו זײַן אַ ייִדישלעכער ייִד, מיט אַן אייגענער שפּראַך וואָס איז אַ שטיק לעבעדיק לשון, אַ קוואַל פֿון מים־חיים, און דאָס אין דעם אַמעריטשקע־גנבֿ, און אויך אין דער אייגענער מדינה. איז ווען מ׳זעט און מ׳הערט יונגוואַרג, אויסלעבן זיך אין מאַמע־לשון: זיך חכמענען, לאַכן און שמועסן אויף מאַמע־ און באָבע־לשון, קאָן צוקומען אַ שטיק געזונט. און גלייבט מיר, אַז מיר אַלע קאָנען זיך באַנוצן מיט אַזאַ שטיק געזונט.