- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אַלע אַכט ביכער, וואָס ד״ר אליהו סלע-סאַלדינגער האָט פֿאַרעפֿנטלעכט, נעמען אַרום אַ פֿולן לעבנס-ציקל מיט ס׳רובֿ עטאַפּן און סטאַנציעס אויף זײַן וועג און שאַפֿונגסשטעג, וואָס זענען געקניפּט און געבונדן מיט זײַנע איבערלעבונגען בעתן אומקום; איבערלעבונגען וואָס שלײַכן זיך אַדורך ווי שבת-שטעך פֿון אָנהייב ביז איצט. אויך זײַן דאָקטאָראַט און זײַנע נאָכפֿאָלגן, געדרוקט אין דרײַ בענד, וועגן יעקבֿ פֿרידמאַנס שריפֿטן, איז נישט קיין יוצא-מן-הכּלל הזה, ווײַל אליהו סלע-סאַלדינגער איז אַן איבערבלײַב און אַ געראַטעוועטער פֿון דעם זעלבן בערשאַדער לאַגער, וווּ דער פּאָעט יעקבֿ פֿרידמאַן האָט געלעבט און געשאַפֿן. ביידע זענען זיי געבליבן לעבן, עולה געווען, און ווײַטער געשאַפֿן אין מדינת-ישׂראל אויף ייִדיש און וועגן ייִדיש. אליהו סלע-סאַלדינגערס אייגנאַרטיק שרײַבן טיילט זיך אָפּ פֿון די שריפֿטן, געשאַפֿן פֿון די דערמאָנטע שרײַבער (אויך זיי זײַנען מיטגלידער פֿון דער שארית-הפּליטה), מיט דעם וואָס אליהו סלע פֿאַרפֿלעכט זײַנע מלחמה- און ארץ-ישׂראלדיקע איבערלעבונגען אין אַלע זשאַנערן פֿון זײַן ליטעראַרישן שאַפֿן: אין זײַן ראָמאַן וועגן תּל-ירוחם, דער ערשטער ייִשובֿ אין נגבֿ; אין זײַן פֿאָרש־אַרבעט וועגן ייִדישן פּאָעט יעקבֿ פֿרידמאַן (אויפֿן גרונט פֿון אליהו סלעס דירעקטער באַקאַנטשאַפֿט מיט די אומשטאַנדן פֿון פּאָעטס לעבן בעת דער צווייטער וועלט-מלחמה, ווען זיי ביידע זײַנען פֿאַרשיקט געוואָרן אין בערשאַדער געטאָ און לאַגער); ווי אויך אין זײַנע זכרונות און אויטאָביאָגראַפֿיע, וואָס איז דערשינען לעצטנס אין סעפּטעמבער 2012, דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער בין איך איינגעלאַדן געוואָרן צו קומען קיין שוועדן און האַלטן אַ פּאָר רעפֿעראַטן וועגן ייִדיש און ייִדישער ליטעראַטור, אויף ייִדיש. פֿרעגט זיך די פֿראַגע — וואָס מיצקע דרינען — ייִדיש? אַ קולטור־סעמינאַר אויף דער שפּראַך וואָס אַלע מיינען, אַז מע רעדט איר שוין נישט? פֿאַרוואָס דווקא שוועדן? איז, איידער איך האָב מסכּים געווען, האָב איך זיך פֿאַרטיפֿט אין דער געשיכטע פֿון ייִדישן קיבוץ אין שוועדן, און ס׳איז מיר קלאָר געוואָרן אַ פֿאַקט וואָס ווייניק ווייסן וועגן אים: אַז ייִדיש איז הײַנט-צו-טאָג איינע פֿון די פֿינף אָפֿיציעלע שפּראַכן פֿון שוועדן. אין שוועדן איז פֿאַראַן אַ געזעץ, אַז אויב עס וווינט דאָרטן אַ גרופּע מענטשן וואָס האָבן אַ ספּעציעלע קולטור און רעדן אַ ספּעציעלע שפּראַך וואָס זייער אָפּשטאַם איז פֿון אייראָפּע, איז אָט די שפּראַך באַקומט די שטיצע פֿון דער מלוכה און ווערט אָנערקענט ווי אַן אָפֿיציעלע שפּראַך. אַזוי איז געשען מיט ייִדיש אין שוועדן. פֿאַר דעם באַקומען די ייִדן אין שוועדן אַ יערלעכע סובווענץ און אַ דאַנק איר טוען זיי פֿאַרשיידענע אַקטיוויטעטן וואָס זײַנען פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער שפּראַך און קולטור. (צום דרײַסיקסטן יאָרצײַט פֿון זײַן פּטירה) וואָלט געווען בײַם באַרג סיני אַ רעקאָרדיר-אַפּאַראַט, וואָלטן מיר הײַנט געקענט זיך צוהערן צו די דונערן און בליצן, און אפֿשר אַפֿילו צו גאָטס וואָרט אַליין. אָבער, אַז מיר זײַנען זוכה אין אונדזער צײַט כּמעט צו אַ גאַנצן תּחית־המתים, און קענען זיך צוהערן צום לעבעדיקן וואָרט פֿון ייִדישע שרײַבער וואָס געפֿינען זיך שוין לאַנג אויפֿן עולם-האמת — דאַרפֿן מיר אויף דעם בענטשן ברכּת-כּהנים. (סוף פֿון פֿריִערדיקן נומער) די טעג געפֿינען זיך אין דרוק פֿיר ביכער וואָס וועלן דערשײַנען אין יאָר 2012, אַרויסגעגעבן פֿונעם דבֿ סדן-פּראָיעקט בײַ דער ייִדיש-קאַטעדרע פֿון העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים. די אַלע ביכער זענען געקניפּט און געבונדן מיטן חורבן און ווידער־אויפֿבוי פֿון דער ייִדישער קולטור און לעבן נאָך די אומקום-יאָרן אויף דער גאָרער וועלט און אין מדינת-ישׂראל. ד״ר אליהו סלע-סלדינגר, אַליין אַ געראַטעוועטער ייִנגל פֿון בערשאַד (אַ געטאָ און לאַגער אין טראַנסניסטריע), איז דער מחבר פֿון בוך אחר התופת (נאָכן גיהנום). דאָס איז זײַן אויטאָביאָגראַפֿיע, באַזירט אויף די טאָגביכער וואָס ער האָט געפֿירט כּמעט טאָג-טעגלעך אין די יאָרן 1947—1952, זײַענדיק אַ יונגער בחור פֿון 16 ביז 21 יאָר. דאָס בוך (איבער 400 זײַטן) איז דאָס אַכטע ווערק וואָס ד״ר אליהו סלע-סלדינגר פֿאַרעפֿנטלעכט. אין אים וועט דער לייענער באַקומען אַ באַגריף פֿון דעם מאַרשרוט וואָס אַ גרופּע שואה-יתומים פֿון דער שארית-הפּליטה מאַכט דורך נאָך דער באַפֿרײַונג לענגאויס אייראָפּע, דערנאָך מיט דער אומלעגאַלער עליה, קאַראַנטין אין קפֿריסין און אָפּקומעניש דאָרט, ביז זײַן עליה קיין ארץ-ישׂראל; און דעם ווידער־אויפֿבוי סײַ פֿון זײַן פּערזענלעכן לעבן און סײַ פֿון זײַן צושטײַער ווי אַ דערציִער, שרײַבער, און אַקאַדעמישער פֿאָרשער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור בעתן אומקום. דאָס בוך דערשײַנט בשותּפֿות מיטן ה. לייוויק-פֿאַרלאַג בײַם פֿאַראיין פֿון ייִדישע שרײַבער און זשורנאַליסטן אין ישׂראל, בית לייוויק, תּל-אָבֿיבֿ. די ייִדיש-קאַטעדרע אין ירושלים באַמיט זיך שוין זינט יאָרן צו פֿאַרברייטערן דעם וויסן וועגן דער חורבן-תּקופֿה מיט דער הילף פֿון יונגע פֿאָרשער, וואָס שטייען צו צו די רייען און זוכן אַ תּיקון פֿאַר זייער דורשט וואָס מער און טיפֿער צו פֿאַרשטיין און געבן צו פֿאַרשטיין. די טעג דאַרף מען דערמאָנען אַ דאָקטאָראַט, וואָס ווערט געשריבן פֿון מרים טרין, אויף דער טעמע: "די איבערלעבונגען בעתן חורבן אין ליכט פֿון די מולטי־קולטורעלע און פֿילשפּראַכיקע פּאָעטישע שאַפֿונגען, געשריבן אין געטאָס און לאַגערן אונטער דער נאַצי-הערשאַפֿט". ביז איצט האָבן פֿאָרשער אין ישׂראל און אין אויסלאַנד זיך באַצויגן צו די לידער, אָנגעשריבן אין געטאָס און לאַגערן, בדרך-כּלל, פֿון אַן איין שפּראַכיקער פּערספּעקטיוו, אָדער העכסטנס — פֿון אַ צוויי־שפּראַכיקער (ייִדיש אָדער ייִדיש-העברעיִש, אָדער ייִדיש-פּויליש, אד״גל). אַ דערפֿרישנדיקער חידוש איז מרים טרינס דיסערטאַציע, וואָס באַהאַנדלט די לידער, אָנגעשריבן פֿון ייִדן אין געטאָס און לאַגערן, סײַ אויף ייִדיש, סײַ אויף פּויליש, סײַ אויף דײַטש און סײַ אויף העברעיִש — פֿון אַ פֿאַרגלײַכלעכער פּערספּעקטיוו. אין דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור, זינט דעם 19טן יאָרהונדערט, זענען געווען ייִדישע שרײַבער וועלכע מיר קענען אָנרופֿן "טאָטאַלע שרײַבער". דאָס זײַנען שרײַבער וואָס האָבן געשריבן און געדרוקט אין פֿיל ליטעראַרישע זשאַנערן — פּראָזע, פּאָעזיע, פּובליציסטיק, ליטעראַטור־קריטיק, דראַמעס, בריוו, פּאָפּולערע וויסנשאַפֿטן און איבערזעצונגען; יעדער איינער פֿון זיי האָט אויך רעדאַגירט זשורנאַלן און ליטעראַרישע זאַמלביכער, זיי האָבן געשריבן פּאָלעמישע אַרטיקלען, און דער עיקר, זיי זײַנען געווען צוויי־שפּראַכיקע שרײַבער (אויף ייִדיש און העברעיִש), אָדער אַפֿילו דרײַ־שפּראַכיקע, און פּאָליגלאָטן ממש. צווישן אָט די ייִדישע שרײַבער דאַרף מען דערמאָנען: מענדעלע מוכר־ספֿרים, י. ל. פּרץ, שלום־עליכם, אַהרן צייטלין, דער הומאָריסט דער טונקעלער, און צוויי שרײַבער פֿון שארית־הפּליטה — מרדכי שטריגלער און אלי וויזעל. אלי וויזעל, אַ געבוירענער אין סיגעט־מאַרמאָרעש (1928), באַהערשט ייִדיש, העברעיִש, פֿראַנצויזיש, רומעניש, אונגאַריש, ענגליש און דײַטש. ווי אַ טאָטאַלער שרײַבער, שרײַבט ער און דרוקט אין פֿיר שפּראַכן לכל־הפּחות: פֿראַנצויזיש, ייִדיש, העברעיִש און ענגליש, און די זשאַנערן פֿון זײַן ליטעראַרישער טעטיקייט נעמען אַרום קורצע דערציילונגען, מעמואַרן און דערציילערישע פּראָזע, חסידישע שריפֿטן, אגדות, לעגענדאַרישע פּראָזע, דראַמעס, פֿילמיניקע זשורנאַליסטישע שריפֿטן, ליטעראַטור־קריטיק, ראָמאַנען, פּובליציסטישע שריפֿטן וועגן גורל און געשיכטע פֿון ייִדישן פֿאָלק אין סאָוועט־רוסלאַנד און ארץ־ישׂראל, רעפֿעראַטן און רעדעס אויף אַ שלל טעמעס אויפֿן געביט פֿון יודאַיִסטישע וויסנשאַפֿטן, אַקטועלע רעפּאָרטאַזשן, רעדאַקטאָר פֿון אַ טעאַטער־צײַטונג אויף ייִדיש, און אַ לאַנג־יאָריקע פּובליציסטישע טעטיקייט אין דער ייִדישער פּרעסע אין פּאַריז און ניו־יאָרק, ווי אויך אין דער העברעיִשער פּרעסע פֿון מדינת־ישׂראל. ס’רובֿ ביכער זײַנע דערשײַנען קודם־כּל אויף פֿראַנצויזיש און ווערן איבערגעזעצט אויף ענגליש און אויף העברעיִש. דעם 18טן פֿעברואַר 2011 איז אין עלטער פֿון 90 יאָר אַוועק פֿון אונדז אין דער אייביקייט ד״ר שלום לוריא לבית קלמנאָוויטש. במשך פֿון בערך אַ יאָר זענען ניפֿטר געוואָרן דרײַ אָנגעזעענע ווילנער, וועלכע האָבן פֿאַרנומען אַן אָרט בײַם אויבן אָן פֿון אונדזער צוויישפּראַכיקער ייִדישער קולטור אין מדינת־ישׂראל; אַלע דרײַ זײַנען געווען מײַנע רעדאַקטאָרן און מײַנע אונטערפֿירער אויפֿן געביט פֿון דער ייִדישער און העברעיִשער ליטעראַטור און פּרעסע. אַבֿרהם סוצקעווער האָט מיך אַרײַנגעפֿירט אין די טויערן פֿון "די גאָלדענע קייט", און וועגן אים האָב איך זיך פֿאַרמאָסטן אָנצושרײַבן אַ חיבור אויף די שפּורן פֿון זײַנע כּתבֿ־ידן פֿון ווילנער געטאָ; פּראָפֿעסאָר שמואל ווערסעס האָט צוזאַמען מיט פּראָפֿעסאָר חנא שמערוק מיך אַרײַנגעפֿירט אין די טויערן פֿון דער מענדעלע מוכר־ספֿרים־פֿאָרשונג, און וועגן אים האָב איך צו זײַן ווערן אַ בן־תּשעים אָנגעשריבן אַן אָפּהאַנדלונג אינעם "ירושלימער אַלמאַנאַך", באַנד 28; ד״ר שלום לוריא האָט מיט אַ זיכערער האַנט רעדאַגירט, זינט 1994, מײַנע אַרבעטן וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור געדרוקט אין זשורנאַל "חוליות" אונטער זײַן רעדאַקציע. וויל איך אָנשרײַבן אַ פּאָר ווערטער וועגן זײַן בײַטראָג פֿאַר אונדז אַלעמען. שלום לוריא איז געבוירן געוואָרן אין יאָר 1920. געווען איז ער אַ וויכטיקער ליטעראַטור־פֿאָרשער באַהאַוונט אין אונדזער צוויישפּראַכיקער ייִדיש־העברעיִשער ליטעראַטור פֿון אַלע צײַטן. דער פֿאַרנעם פֿון זײַן איבערזעצערישער טעטיקייט פֿון ייִדיש אויף העברעיִש, איז געווען נישט קלענער פֿון זײַן רעדאַקטאָרישער פּראַצע. צום 13טן יאָרצײַט פֿון מרדכי שטריגלער, דער זעקסטער רעדאַקטאָר פֿון "פֿאָרווערטס" בריוו פֿון ייִדישע שרײַבער זײַנען שטענדיק אַ שליסל צו זייער לעבן און שאַפֿן. צום 13טן יאָרצײַט פֿון מרדכי שטריגלער (1918—1998), דער שרײַבער, פּובליציסט און לאַנג־יאָריקער רעדאַקטאָר פֿון "פֿאָרווערטס" (1987—1998), ווילט זיך ברענגען פֿאַר די לייענער אַ ביסל אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם וואָס עס טוט זיך אין דער ייִדיש־קאַטעדרע אין ירושלים אויפֿן געביט פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור־פֿאָרשונג אין פֿאַרבינדונג מיטן חורבן. מרדכי שטריגלער איז בערך אין עלטער פֿון 11 יאָר אַרויסגעיאָגט געוואָרן פֿון דער מוסר־ישיבֿה אין זאַמאָשטש, ווײַל מען האָט אים געכאַפּט בײַם לייענען ה. לייוויקס אַ בוך לידער, וואָס איז געלעגן אונטער דער גמרא. גלײַך נאָך זײַן באַפֿרײַונג פֿון בוכנוואַלד, דעם 11טן אַפּריל 1945, נאָכן איבערלעבן 12 דײַטשע לאַגערן, האָט שטריגלער געזוכט אַ וועג אָנצוקניפּן אַ פֿאַרבינדונג מיט ה. לייוויקן אין ניו־יאָרק. אין דעם בריוו צום "לואיס־לאַמעד־פֿאָנד", וואָס מיר ברענגען ווײַטער, קומט דאָס בולט צום אויסדרוק. פֿון דעמאָלט אָן האָט זיך אַנטוויקלט אַ בריוו־אויסטויש צווישן דעם 26־יעריקן שרײַבער און דעם באַרימטן ייִדישן פּאָעט פֿון ניו־יאָרק. די עדיציע פֿון אָט דעם בריוו־אויסטויש נעמט אַרום אַ קײַמא־לן פֿון 76 בריוו, וועלכע זענען דעשיפֿרירט געוואָרן מיט דער הילף פֿון קערי פֿרידמאַן־כּהן, דירעקט פֿון די כּתבֿ־ידן.
צו מרדכי שטריגלערס 10טע יאָרצײַט ברענגען מיר אַ ספּעציעלן אַרטיקל, אָנגעשריבן פֿאַרן "פֿאָרווערטס", אַ מין הקדמה צו אַ גרעסערן חיבור, וואָס באַהאַנדלט די באַציִונגען און ווידעראַנאַנדן צווישן דעם געוועזענעם רעדאַקטאָר פֿון "פֿאָרווערטס" און דעם גרינדער און אָנפֿירער פֿון מדינת־ישׂראל דוד בן־גוריון. צוליב טעכנישע סיבות און מאַנגל אין אָרט, ווערן דאָ נישט אָנגעוויזן די מקורים, אויף וועלכע עס שטיצט זיך אָט די הקדמה. זיי וועלן אָנגעגעבן ווערן בפֿירוש אין אַ גרעסערן חיבור. דער מחבר פֿון דעם אַרטיקל שטיצט זיך, צווישן אַנדערן, אויף שטריגלערס בריוו צו ייִדישע שרײַבער, אַרכיוו־מאַטעריאַלן, מינדלעכע אינטערוויוען, צײַטונגס־אַרטיקלען און געדרוקטע אָפּהאַנדלונגען.
|