פּערזענלעכקײטן
פֿון מרים טרין און יחיאל שיינטוך (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
מרדכי שטריגלער אין די יונגע יאָרן

צום 13טן יאָרצײַט פֿון מרדכי שטריגלער, דער זעקסטער רעדאַקטאָר פֿון "פֿאָרווערטס"


בריוו פֿון ייִדישע שרײַבער זײַנען שטענדיק אַ שליסל צו זייער לעבן און שאַפֿן. צום 13טן יאָרצײַט פֿון מרדכי שטריגלער (1918—1998), דער שרײַבער, פּובליציסט און לאַנג־יאָריקער רעדאַקטאָר פֿון "פֿאָרווערטס" (1987—1998), ווילט זיך ברענגען פֿאַר די לייענער אַ ביסל אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם וואָס עס טוט זיך אין דער ייִדיש־קאַטעדרע אין ירושלים אויפֿן געביט פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור־פֿאָרשונג אין פֿאַרבינדונג מיטן חורבן.

מרדכי שטריגלער איז בערך אין עלטער פֿון 11 יאָר אַרויסגעיאָגט געוואָרן פֿון דער מוסר־ישיבֿה אין זאַמאָשטש, ווײַל מען האָט אים געכאַפּט בײַם לייענען ה. לייוויקס אַ בוך לידער, וואָס איז געלעגן אונטער דער גמרא. גלײַך נאָך זײַן באַפֿרײַונג פֿון בוכנוואַלד, דעם 11טן אַפּריל 1945, נאָכן איבערלעבן 12 דײַטשע לאַגערן, האָט שטריגלער געזוכט אַ וועג אָנצוקניפּן אַ פֿאַרבינדונג מיט ה. לייוויקן אין ניו־יאָרק. אין דעם בריוו צום "לואיס־לאַמעד־פֿאָנד", וואָס מיר ברענגען ווײַטער, קומט דאָס בולט צום אויסדרוק. פֿון דעמאָלט אָן האָט זיך אַנטוויקלט אַ בריוו־אויסטויש צווישן דעם 26־יעריקן שרײַבער און דעם באַרימטן ייִדישן פּאָעט פֿון ניו־יאָרק. די עדיציע פֿון אָט דעם בריוו־אויסטויש נעמט אַרום אַ קײַמא־לן פֿון 76 בריוו, וועלכע זענען דעשיפֿרירט געוואָרן מיט דער הילף פֿון קערי פֿרידמאַן־כּהן, דירעקט פֿון די כּתבֿ־ידן.