פּערזענלעכקײטן
מרדכי שטריגלער אין די יונגע יאָרן
מרדכי שטריגלער אין די יונגע יאָרן
Seth Lipski

צום 13טן יאָרצײַט פֿון מרדכי שטריגלער, דער זעקסטער רעדאַקטאָר פֿון "פֿאָרווערטס"


בריוו פֿון ייִדישע שרײַבער זײַנען שטענדיק אַ שליסל צו זייער לעבן און שאַפֿן. צום 13טן יאָרצײַט פֿון מרדכי שטריגלער (1918—1998), דער שרײַבער, פּובליציסט און לאַנג־יאָריקער רעדאַקטאָר פֿון "פֿאָרווערטס" (1987—1998), ווילט זיך ברענגען פֿאַר די לייענער אַ ביסל אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם וואָס עס טוט זיך אין דער ייִדיש־קאַטעדרע אין ירושלים אויפֿן געביט פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור־פֿאָרשונג אין פֿאַרבינדונג מיטן חורבן.

מרדכי שטריגלער איז בערך אין עלטער פֿון 11 יאָר אַרויסגעיאָגט געוואָרן פֿון דער מוסר־ישיבֿה אין זאַמאָשטש, ווײַל מען האָט אים געכאַפּט בײַם לייענען ה. לייוויקס אַ בוך לידער, וואָס איז געלעגן אונטער דער גמרא. גלײַך נאָך זײַן באַפֿרײַונג פֿון בוכנוואַלד, דעם 11טן אַפּריל 1945, נאָכן איבערלעבן 12 דײַטשע לאַגערן, האָט שטריגלער געזוכט אַ וועג אָנצוקניפּן אַ פֿאַרבינדונג מיט ה. לייוויקן אין ניו־יאָרק. אין דעם בריוו צום "לואיס־לאַמעד־פֿאָנד", וואָס מיר ברענגען ווײַטער, קומט דאָס בולט צום אויסדרוק. פֿון דעמאָלט אָן האָט זיך אַנטוויקלט אַ בריוו־אויסטויש צווישן דעם 26־יעריקן שרײַבער און דעם באַרימטן ייִדישן פּאָעט פֿון ניו־יאָרק. די עדיציע פֿון אָט דעם בריוו־אויסטויש נעמט אַרום אַ קײַמא־לן פֿון 76 בריוו, וועלכע זענען דעשיפֿרירט געוואָרן מיט דער הילף פֿון קערי פֿרידמאַן־כּהן, דירעקט פֿון די כּתבֿ־ידן. אין אָט די בריוו, געשריבן במשך פֿון די ערשטע 7 יאָר נאָך דער באַפֿרײַונג, אין דער פּאַריזער תּקופֿה פֿון שטריגלערס לעבן און שאַפֿן, קומען צום אויסדרוק אַ שלל מיט קולטור־היסטאָרישע פֿאַקטן אין דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, צוזאַמען מיט דער גאַנצער פּראָבלעמאַטיק פֿון ווידער־אויפֿבוי פֿונעם ייִדישן לעבן בײַ דער שארית־הפּליטה, און ספּעציעל — בײַ דעם ייִדישן שרײַבער. שטריגלער געפֿינט זיך אין אַן אינעווייניקסטער ראַנגלעניש — יאָ עולה צו זײַן, צי נישט עולה צו זײַן; וויזאַווי דער בן־גוריוניסטישער שטעלונג צו ייִדיש און צו דער רעלעוואַנץ פֿון דער 2000־יעריקער גײַסטיקער גלות־ירושה בײַ ייִדן.

מרדכי שטריגלערס טיפֿע קענטעניש פֿון דער מענטשלעכער פּסיכיק, זײַן פֿיבערדיקע טעטיקייט ווי אַ שרײַבער און אַ זשורנאַליסט, זײַן פֿאַרלוירנקייט ווי אַ געראַטעוועטער פֿון אומקום און זײַנע באַציִונגען מיט ה. לייוויקן — אָט די אַלע אַספּעקטן פֿון זײַן לעבן ווערן פּרטימדיק און רײַך באַשריבן אין די בריוו, און פֿאָדערן פֿון דעם לייענער פֿון אַזעלכע בריוו פֿילפֿאַכיקע ידיעות, כּדי צו פֿאַרשטיין זייער מיין. דערפֿאַר האָבן מיר באַשלאָסן, ווי רעדאַקטאָרן פֿון דעם באַנד בריוו, אַז אַלץ וואָס מיר פֿאַַרשטייען נישט, דאַרפֿן מיר דווקא דערקלערן און אויסגעפֿינען וועגן וואָס עס האַנדלט זיך. דאָס מיינט, אַז אין פֿאַרלויף פֿון דער אַרבעט אויף אָט דעם באַנד בריוו האָבן מיר אַ סך געלערנט און געפֿאָרשט אין פּריוואַטע אַרכיוון און אין די ישׂראל־ביבליאָטעקן, ווי אויך אין אַמעריקע און אייראָפּע; זיך דורכגעשריבן מיט אַ האַלבער וועלט און האָפֿן, אַז דאָס האָט אונדז געהאָלפֿן בעסער צו פֿאַרשטיין מרדכי שטריגלערס שאַפֿן און דענקען, און ה. לייוויקס רעאַגירן אויף שטריגלערס צו מאָל לאַנגע בריוו; בריוו, וואָס זענען שטענדיק פֿול מיט געדאַנקען, פֿאַקטן, פּראָיעקטן און רמזים. ווי אַ רעזולטאַט פֿון אונדזער מי, זענען אויסגעוואַקסן הונדערטער הערות וואָס מיר גיבן צו צו יעדן בריוו, מיט די געהעריקע אָפּשיקן צו די געפֿונענע מקורים.

אָט דער באַנד בריוו, וואָס מיר גרייטן צום דרוק, אַנטהאַלט: די בריוו מיט די הערות, צוזאַמען מיט דאָקומענטן און אילוסטראַציעס, באַגלייט פֿון אַ פּרטימדיקן זוכצעטל פֿון נעמען, פֿון פּערזאָנען, אינסטיטוציעס, פּעריאָדישע אויסגאַבעס, ליטעראַרישע שאַפֿונגען, אאַ״וו; ווי אויך אַ טעמאַטישן זוכצעטל און אַן אַרומנעמיקן אַרײַנפֿיר — אַרום 500 זײַטן.

דאָ ווײַטער גיבן מיר נאָר איין בײַשפּיל פֿון שטריגלערס עפּיסטאָלאַרער ירושה, און ברענגען דעם ערשטן בריוו וואָס ער האָט געשריבן נאָך דער באַפֿרײַונג, נאָך זײַענדיק אין בוכנוואַלדער לאַגער, באַגלייט פֿון אַ פּאָר הערות. צוזאַמען מיט שטריגלערס ערשטן בריוו פֿון בוכנוואַלד צום "לואיס־לאַמעד־פֿאָנד", ברענגען מיר צום סוף אַ רעאַקציע־בריוו, געחתמעט פֿון ה. לייוויק און ש. ניגער אין נאָמען פֿונעם ניו־יאָרקער זשורנאַל "די צוקונפֿט", געשריבן צום מיליטערישן אַמעריקאַנער רבֿ ראָבערט מאַרקוס, וועלכער איז געווען צווישן די באַפֿרײַער פֿון בוכנוואַלד און האָט אַרויסגעהאָלפֿן מרדכי שטריגלערן צו געפֿינען באַלד נאָך דער באַפֿרײַונג אַ קאָנטאַקט מיט דער ייִדיש־וועלט אין אַמעריקע.

הרבֿ ראָבערט מאַרקוס, דער אַמעריקאַנער טשאַפּליין, האָט איבערגעגעבן שטריגלערס ערשטן בריוו צום "לואיס־לאַמעד־פֿאָנד", צוזאַמען מיט זײַן ערשטן בריוו צו ה. לייוויקן און אַ פּאָעמע פֿון אים פֿאַרפֿאַסט. ש. ניגער און ה.לייוויק זײַנען געווען אין יאָר 1940 די הויפּט־איניציאַטאָרן דורכצופֿירן דעם געדאַנק צו דערנענטערן ייִדיש און העברעיִש אין אַמעריקע און אַזוי אַרום גובֿר זײַן אַ מין צעריסנקייט פֿון אונדזער צוויישפּראַכיקער קולטור, גרינדנדיק דעם "לואיס־לאַמעד־פֿאָנד". ברענגען מיר דאָ דעם נוסח פֿון דער דעקלאַראַציע בײַם גרינדן דעם פֿאָנד, וואָס איז אַקטועל עד־היום, 3 דורות נאָך איר פֿאָרמולירונג:

אונדזערע ביידע שפּראַכן — ייִדיש און העברעיִש — זײַנען ביז ניט לאַנג נאָך באַטראַכט געוואָרן בײַ אונדז ווי צוויי אויסדרוקס־מיטלען פֿון איין ליטעראַטור, צוויי פּראָדוקטן פֿון איין פֿאָלקסלעבן און איין געשיכטע. אין די לעצטע פּאָר צענדליק יאָר איז אָבער אָט די אָנגענומענע מיינונג כּמעט ווי פֿאַרשוווּנדן געוואָרן און עס איז אויפֿגעקומען אַ געפֿאַר פֿון צעריסנקייט און פֿאַרפֿרעמדקייט צווישן ייִדיש און העברעיִש. העברעיִשע שרײַבער און לעזער פֿון איין זײַט און ייִדישע שרײַבער און לעזער פֿון דער אַנדערער זײַט, האַלטן בײַ ווערן צוויי וועלטן, וואָס זײַנען גלײַכגילטיק און אָפֿט גאָר קעגנעריש איינע צו דער אַנדערער. אָט דער צושטאַנד לאָזט ניט רוען יענע פֿאָרשטייער פֿונעם ייִדישן געדאַנק, וואָס וואָלטן וועלן פֿאַרהיטן אונדזער קולטור פֿון איינזײַטיקייט, און אירע שעפֿערישע כּוחות פֿון צעברעקלונג; זוכט מען מיטלען ווי צו פֿאַרקלענערן אָדער גאָר אָפּצושאַפֿן דעם ריס צווישן אונדזערע ביידע שפּראַכן. דער "לואיס־לאַמעד־פֿאָנד" פֿאַר אונדזער ליטעראַטור אין ביידע שפּראַכן" שטרעבט צו ווערן איינער פֿון אָט די מיטלען. זײַן הויפּטציל איז אָנטיילצונעמען אין דער באַוועגונג צו פֿאַרשטאַרקן די גאַנצקייט און איינהייטלעכקייט פֿון אונדזער צוויישפּראַכיקער ליטעראַטור.

אָפּגעדרוקט אין: ש. ניגער, די צוויישפּראַכיקייט פֿון אונדזער ליטעראַטור, לאיס־לאַמעד־פֿאָנד, דעטראָיט, מישיגען, 1941, ז׳ 141.


צו דעם "לואיס־לאַמעד־פֿאָנד" אין אַמעריקע! (1)

בוכנוואַלד אין מאַי 1945(2)

איך שיק דאָ איבער אויף אײַערע חשובֿע הענט אַ בריוו צו ה. לייוויק. דער בריוו טראָגט אָבער נישט קיין ספּעציעל־פּריוואַטן כאַראַקטער... אויב עס ליגט אין אײַער ווילן אים צו פֿאַרעפֿנטלעכן, בעט איך בלויז צו פֿאַרשטיין וועלכעס אומצוענדערן לויט די צײַט־פֿאַרהעלטענישן. מײַן באַשטימט אָרט אויף ווײַטער איז מיר אומבאַקאַנט און איך ווייס נישט וווּהין כ׳וועל זיך אַליין — אָדער מ׳וועט מיך — פֿאַרשלעפּן... איך קען דערפֿאַר נישט אָנגעבן מײַן אַדרעס ווי און וואָס. אפֿשר וועל איך אײַך קענען עפּעס צושיקן פֿון צײַט צו צײַט פֿון מײַן נע־ונד זײַן איבער דײַטשלאַנד אָדער איבער דער וועלט. איך שיק אײַך גלײַכצײַטיק אַ פֿראַגמענט פֿון מײַן בוך "אויסגעברענטע ליכט". (3) דאָס בוך — אַ שילדערונג פֿון די פֿאַרצייכנסווערטע געשעענישן אין געטאָ און אין לאַגערן — ווערט ערשט דורך מיר געשריבן. (4) דער פֿראַגמענט וועלכן איך שיק אײַך, שילדערט די אויטענטישע געשיכטע אין מײַן געבורטס־שטאָט זאַמאָשטש. די טראַגישע ענדע פֿון דעם לעצטן ייִד אין פּרצעס שטאָט האָב איך אויפֿגעצייכנט און שיק זי אַזוי אײַך איבער. (5) כ׳מוז אָבער באַמערקן וועגן מײַן אַרט שרײַבן. איך שרײַב אַלע איבערגעלעבטע אײַנדרוקן סטיכיש און קאָנדענסירט; איך וואָלט וועלן דאָס זאָל בלײַבן ביזן מינדסטן פּינטל נישט גערירט אַפֿילו אין יענע שטעלן, וווּ דער סטיל איז רוילעך. די שעהען ווען איך שרײַב עס — לעב איך איבער די זאַך צום צווייטן מאָל, און איך וויל נישט יענע שעהען קאָרעגירן מיטן קלענסטן שטריך.

כ׳האָב צו אײַך אַ קליינע פּערזענלעכע ביטע. פֿון מײַן גאַנצער גרויסער פֿאַמיליע בין איך געבליבן אַליין. איך זאָל בלויז האָבן אין אַמעריקע מײַן מוטערס צוויי ברידער: ברוך און יאַנקל קאַליקשטיין (איינער אין ברוקלין און איינער אין ניו־יאָרק): די דאָזיקע צוויי מענטשן האָבן אונדז קיין מאָל נישט געשריבן, און איך ווייס נישט זייער גענויעם אַדרעס. כ׳ווייס, אַז ס׳איז ניט די אויפֿגאַבע פֿון אײַער פֿאָנד אַזעלכעס צו מאַכן, ס׳איז אָבער די ערשטע שריפֿט וואָס כ׳שרײַב און בעט אײַך דאַוועגן אַ נאָטיץ אין דער פּרעסע צו געבן און מיטטיילן די "סאָסייעטיס" פֿון די דערמאָנטע שטעט (הויפּטז. בילגאָריי...).

כ׳ענדיק מײַן בריוו מיט גרוסן און דרך־ארץ
אײַער
מאָטל שטריגלער


מרדכי שטריגלער אינעם "פֿאָרווערטס"־ביוראָ, 1998
מרדכי שטריגלער אינעם "פֿאָרווערטס"־ביוראָ, 1998

הערות און דערקלערונגען צו שטריגלערס ערשטן בריוו פֿון באַפֿרײַטן בוכנוואַלד

1. "לואיס־לאַמעד־פֿאָנד פֿאַר אונדזער ליטעראַטור אין ביידע שפּראַכן", דעטרויט, מישיגען, געגרינדעט אין יאָר 1940. וועגן "לואיס־לאַמעד־פֿאָנד" שרײַבט ש. ניגער: "[...] ה. לייוויק און דער שרײַבער פֿון די דאָזיקע שורות האָבן דערפֿילט, אַז מען מוז זיך שטעלן אַנטקעגן [...] די טענדענצן און פֿאַקטאָרן וואָס דראָען צו צערײַסן אונדזער קולטור־לעבן אויף שטיקער [...]. מען האָט געפּרוּווט אָרגאַניזירן צוליב דעם ציל באַראַטונגען מיט פֿאָרשטייערס פֿון דער ייִדישער און העברעיִשער ליטעראַטור אין אַמעריקע. [...] אין דער אַטמאָספֿערע פֿון אָט דעם שטרעבן צו דערנענטערונג איז אויפֿגעקומען אויך דער ׳לואיס־לאַמעד־פֿאָנד׳ [...]." ש. ניגער, די צוויישפּראַכיקייט פֿון אונדזער ליטעראַטור, דעטראָיט, מישיגען, "לואיס־לאַמעד־פֿאָנד", 1941, זז׳ 140—141, זע אויך די הערה אויף זז׳ 141—142 מיט דער דעקלאַראַציע בײַם גרינדן דעם פֿאָנד.

2. פֿאַקטיש האָט שטריגלער געוואָלט שרײַבן זײַן ערשטן בריוו פֿון באַפֿרײַטן בוכנוואַלד צו ה. לייוויקן, אָבער נישט האָבנדיק זײַן אַדרעס אין ניו־יאָרק, ווענדט ער זיך צום "לואיס־לאַמעד־פֿאָנד", האָפֿנדיק דורך אָט דעם פֿאָנד איבערצושיקן זײַן בריוו צו ה. לייוויקן. שטריגלער האָט איבערגעגעבן אָט דעם בריוו, צוזאַמען מיט אַ בריוו צו לייוויקן, דעם מיליטערישן אַמעריקאַנער טשעפּליין הרבֿ ראָבערט מאַרקוס אין בוכנוואַלד און אים געבעטן עס איבערשיקן צום "לואיס־לאַמעד־פֿאָנד". דער אופֿן ווי אַזוי שטריגלער פֿאַרשרײַבט די דאַטע אויפֿן בריוו "בוכנוואַלד אין מאַי 1945", איז לויט אונדזער מיינונג אַ באַווײַז פֿאַר דעם וואָס מען קען אָנרופֿן די "באַפֿרײַונגס־טראַוומע". שטריגלער פֿאַרשרײַבט נישט קיין פֿולע דאַטע, נאָר דערמאָנט דעם חודש מײַ אין בוכנוואַלד, באַטאָנענדיק "בוכנוואַלד אין מאַי", דערמאָנענדיק קודם־כּל דאָס אָרט וואָס איז מיט אַ פּאָר וואָכן פֿריִער נאָך אַלץ געווען אַ טויטן־לאַגער, וווּ עס זענען אומגעקומען צענדליקער טויזנטער העפֿטלינגען. דער נאָמען פֿון חודש מײַ אָן אַ פֿאַרצייכענונג פֿון אַ גענויער דאַטע באַטאָנט אַ צײַט פֿון באַפֿרײַונג און אפֿשר פֿון בלי און באַנײַונג.

3. לויט שטריגלערס ווײַטערדיקע בריוו צו ה. לייוויקן האָט ער באַלד נאָך דער באַפֿרײַונג זיך אײַנגעשפּאַנט אינעם עול צו באַשרײַבן וואָס ער אַליין און דאָס ייִדישע פֿאָלק האָבן דורכגעמאַכט און איבערגעלעבט אין די חורבן־יאָרן. מיט דער צײַט האָבן שטריגלערס שרײַבערישע פּלענער אויף דעם געביט זיך אַלץ מער קאָנקרעטיזירט און באַקומען אַן ענדגילטיקע צורה, ביז ער האָט אין יאָר 1952 פֿאַרעפֿנטלעכט אַ סעריע פֿון 5 ביכער אין 7 בענד וועגן אומקום, אָנרופֿנדיק די סעריע מיטן נאָמען "אויסגעברענטע ליכט". אָט דער טיטל פֿון דער שפּעטערדיקער סעריע, גילט דאָ נאָר ווי דער נאָמען פֿון איין בוך וואָס שטריגלער האָט גלײַך נאָך דער באַפֿרײַונג פּלאַנירט אָנצושרײַבן. פֿון דאַנען דרינגען מיר אַז שטריגלער אַליין איז בײַם אָנהייב נישט געווען וויסיק, אַז דאָס באַשרײַבן די אומקום-תּקופֿה איז אַן אומגעהײַער גרויסע אויפֿגאַבע, מיט וועלכער ער האָט זיך טאַקע פֿאַרמאָסטן במשך פֿון זיבן יאָר אָן אַן אויפֿהער.

4. ווי געזאָגט, נאָך דעם ווי שטריגלער האָט אָנגעהויבן צו שרײַבן זײַן בוך, איז ער געצוווּנגען געוואָרן צו סאָרטירן דאָס אָנגעשריבענע און עס צו פֿאַרטיילן אין פֿאַרשיידענע ביכער זײַנע, לויט די באַשריבענע ערטער, איבערלעבונגען און געשטאַלטן, אַרײַנפֿירנדיק אַ כראָנאָלאָגישן סדר אין די טויזנטער אָנגעשריבענע זײַטלעך. אַזאַ מין דערשײַנונג האָט זיך פֿאַרלאָפֿן נישט נאָר בײַ מרדכי שטריגלערן. אויך יחיאל פֿײַנער (קאַצעטניק) האָט גלײַך נאָך דער באַפֿרײַונג אָנגעהויבן שרײַבן איין בוך, גלייבנדיק, אַז מיט אים וועט ער אויסשעפּן זײַנע איבערלעבונגען, אָבער אויך בײַ אים איז אויסגעקומען צו פֿאַרעפֿנטלעכן אַ סעריע פֿון זעקס פֿאַרשיידענע ביכער וועגן אומקום, מיטן נאָמען: "סאַלאַמאַנדראַ — כראָניק פֿון אַ ייִדישער משפּחה אין צוואַנציקסטן יאָרהונדערט".

5. פּרצעס שטאָט — אין אַלע ערטער וווּ עס ווערן אָנגעגעבן ביאָגראַפֿישע פּרטים וועגן מרדכי שטריגלערן, ווערט דערמאָנט די שטאָט זאַמאָשטש, פּרצעס שטאָט, ווי שטריגלערס געבורטס־שטאָט. דאָס איז נישט ריכטיק. לויט שטריגלערס אָפֿיציעלער מעטריקע, איז ער געבוירן געוואָרן אין אַ דערבײַיִק דערפֿל, וווּ די משפּחה האָט געוווינט, ביז אַ גרויסע שׂרפֿה האָט פֿאַרברענט די שטוב און די משפּחה איז אַריבער וווינען אין זאַמאָשטש, אין יאָר 1922 אָדער 1925. דער פֿראַגמענט וואָס שטריגלער שיקט צוזאַמען מיט זײַן בריוו איז די פּאָעמע "דער לעצטער ייִד אין געטאָ..." (פֿראַגמענט פֿון מײַן בוך "אויסגעברענטע ליכט" — אַ כראָניק פֿון זאַמאָשטש), אָפּגעדרוקט צום ערשטן מאָל אין "די צוקונפט", אויגוסט 1945, זז׳ 496־500.


ש. ניגערס און ה. לייוויקס בריוו צו טשעפּליין ראָבערט מאַרקוס

אָט דער באַנד פֿון דעם בריוו־אויסטויש צווישן מרדכי שטריגלער און ה. לייוויק, איז דער ערשטער פֿון דרײַ פּלאַנירטע בענד פֿון שטריגלערס קאָרעספּאָנדענץ מיט צענדליקער ייִדישע און העברעיִשע שרײַבער אין אַמעריקע און אין מדינת־ישׂראל. מיר האָפֿן, אַז מיט זײַן דערשײַנען וועט די ייִדישע קולטור־וועלט באַקומען אַ וויכטיקן דאָקומענט פֿאַר דער געשיכטע פֿון דער המשכדיקייט פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור נישט געקוקט אויף דעם חורבן. אָט דער באַנד זאָל ווערן אַ באַווײַז פֿון די אָנשטרענגונגען פֿאַר אַ ווידער־אויפֿבוי און ווײַטערדיקער אַנטוויקלונג פֿון אַ ייִדישער קולטור, אַ דאַנק אַזוינע פּערזענלעכקייטן און ייִדישע תּלמידי־חכמים, ווי מרדכי שטריגלער — נאָך איינער פֿון די ייִדישע ישיבֿה־בחורים געראַטעוועטע פֿון אומקום, וועלכער האָט צוזאַמען מיט אַנדערע ייִדישע שרײַבער ווי אלי וויזעל, יחיאל פֿײַנער (קאַצעטניק), דוד הלבֿני־ווײַס, חיים גראַדע און אַנדערע צוריק אויפֿגעלעבט די ייִדישע ליטעראַטור און קולטור וואָס קוואַלן ביז הײַנט צו טאָג נאָך אַלץ, נישט געקוקט אויף דעם וואָס אַ סך מער ווי 5 מיליאָן ייִדיש־רעדערס זײַנען דערמאָרדעט געוואָרן אין אייראָפּע, סײַ דורך דעם וועלכער האָט געטראָגן קליינע וואָנצעס און קליינע שטיוול, און סײַ דורך דעם אַנדערן וואָס איז אַרומגעגאַנגען מיט גרויסע וואָנצעס און גרויסע שטיוול.