|
ד״ר שלום לוריא אין זײַן אַרבעטצימער אין אוניווערסיטעט אין חיפֿה |
|
דעם 18טן פֿעברואַר 2011 איז אין עלטער פֿון 90 יאָר אַוועק פֿון אונדז אין דער אייביקייט ד״ר שלום לוריא לבית קלמנאָוויטש. במשך פֿון בערך אַ יאָר זענען ניפֿטר געוואָרן דרײַ אָנגעזעענע ווילנער, וועלכע האָבן פֿאַרנומען אַן אָרט בײַם אויבן אָן פֿון אונדזער צוויישפּראַכיקער ייִדישער קולטור אין מדינת־ישׂראל; אַלע דרײַ זײַנען געווען מײַנע רעדאַקטאָרן און מײַנע אונטערפֿירער אויפֿן געביט פֿון דער ייִדישער און העברעיִשער ליטעראַטור און פּרעסע. אַבֿרהם סוצקעווער האָט מיך אַרײַנגעפֿירט אין די טויערן פֿון "די גאָלדענע קייט", און וועגן אים האָב איך זיך פֿאַרמאָסטן אָנצושרײַבן אַ חיבור אויף די שפּורן פֿון זײַנע כּתבֿ־ידן פֿון ווילנער געטאָ; פּראָפֿעסאָר שמואל ווערסעס האָט צוזאַמען מיט פּראָפֿעסאָר חנא שמערוק מיך אַרײַנגעפֿירט אין די טויערן פֿון דער מענדעלע מוכר־ספֿרים־פֿאָרשונג, און וועגן אים האָב איך צו זײַן ווערן אַ בן־תּשעים אָנגעשריבן אַן אָפּהאַנדלונג אינעם "ירושלימער אַלמאַנאַך", באַנד 28; ד״ר שלום לוריא האָט מיט אַ זיכערער האַנט רעדאַגירט, זינט 1994, מײַנע אַרבעטן וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור געדרוקט אין זשורנאַל "חוליות" אונטער זײַן רעדאַקציע. וויל איך אָנשרײַבן אַ פּאָר ווערטער וועגן זײַן בײַטראָג פֿאַר אונדז אַלעמען.
שלום לוריא איז געבוירן געוואָרן אין יאָר 1920. געווען איז ער אַ וויכטיקער ליטעראַטור־פֿאָרשער באַהאַוונט אין אונדזער צוויישפּראַכיקער ייִדיש־העברעיִשער ליטעראַטור פֿון אַלע צײַטן. דער פֿאַרנעם פֿון זײַן איבערזעצערישער טעטיקייט פֿון ייִדיש אויף העברעיִש, איז געווען נישט קלענער פֿון זײַן רעדאַקטאָרישער פּראַצע.
שלום לוריא איז געווען, צווישן אַנדערע פֿעיִקייטן זײַנע, אַ מומחה אויפֿן געביט פֿון מענדעלע מוכר־ספֿרימס ייִדיש־העברעיִשע כּתבֿים. לויט דעם קאָמפּיוטער, איז מענדעלע געווען אַן אמתער צוויישפּראַכיקער שרײַבער, וואָס האָט אָנגעשריבן סײַ אַ 1,500,000 ווערטער אויף ייִדיש און כּמעט גלײַכצײַטיק — אַ 1,500,000 ווערטער אויף העברעיִש.
איינער פֿון שלום לוריאס וויכטיקסטע אויפֿטוען איז געווען די איניציאַטיוו צו גרינדן און אָנהאַלטן בײַם לעבן מיט זײַנע צען פֿינגער און מיט דער הילף פֿון זײַן פֿרוי מרים, וועלכע האָט במשך פֿון אַ 40 יאָר אָפּגעקלאַפּט אויף אַ שרײַבמאַשין, אַלץ וואָס איר מאַן און באַשערטער האָט פֿאַרפֿאַסט — די איניציאַטיוו צו גרינדן דעם אינטערנאַציאָנאַלן זשורנאַל "חוליות" פֿאַר דער פֿאָרשונג פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור און אירע אָנגעהעריקייטן מיט דער העברעיִשער ליטעראַטור. אין אָט דעם זשורנאַל, וואָס איז געווען אַן אוניקום אין זײַן סגאַל, זענען אָפּגעדרוקט געוואָרן במשך פֿון אַ 15 יאָר, מער ווי דרײַ הונדערט פֿאָרש־אַרבעטן אין 11 בענדער. אין באַנד נומער 10 האָט שלום לוריא צוגעגרייט אַ זוכצעטל פֿון די פֿאַראַנענע אַרטיקלען, אויסגעסדרט לויטן אלף־בית פֿון די מחברים. ער האָט זיך נישט באַנוגנט מיטן אַרויסגעבן פֿון דעם זשורנאַל דורך דעם אוניווערסיטעט אין חיפֿה. אַ דאַנק זײַן עקשנות און אויסהאַלט־כּוח, איז ער מצליח געווען צו פֿאַרברידערן פֿיר אוניווערסיטעטן (די אוניווערסיטעטן פֿון חיפֿה, תּל־אָבֿיבֿ, בר־אילן, און ירושלים), אונטער וועמענס מיטאַרבעטערשאַפֿט עס איז מעגלעך געוואָרן אָנצוהאַלטן אַזאַ פּובליקאַציע, וואָס איז דערשינען כּמעט יערלעך אין רײַכע בענדער מיט אַ פֿאַרנעם פֿון צווישן 400 ביז 600 זײַטן. ביז הײַנט ווערן געשריבן און געדרוקט אַרטיקלען, M.A.-אַרבעטן און דאָקטאָראַטן וואָס שטיצן זיך אויף די הונדערטער אַרטיקלען וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור, וואָס זענען דערשינען אין דעם אינטערנאַציאָנאַלן זשורנאַל, "חוליות", אויף העברעיִש.
אין זשורנאַל "חוליות" האָט ד״ר שלום לוריא אָפּגעדרוקט אַ פּאָר צענדליק פֿון זײַנע אייגענע פֿאָרש־אַרבעטן, ווי אויך קריטישע אַרטיקלען, באַהאַנדלענדיק, דער עיקר, די מאָדערנע ייִדישע ליטעראַטור, מיט אַרבעטן וועגן אלתר קאַציזנע, דניאל טשאַרני און זײַנע זכרונות, עזרא להד און זײַנע פֿאָרשונגען וועגן ייִדישן טעאַטער; וועגן די פּאָעטן ה. לייוויק, משה קולבאַק, אַבֿרהם סוצקעווער און אַנדערע.
ווי אַן איבערזעצער פֿון ייִדיש אויף העברעיִש, האָט שלום לוריא באַגלייט זײַן איבערזעצערישע טעטיקייט מיט אַרײַנפֿירן און באַמערקונגען פֿון אַ ריין פֿאָרשערישן כאַראַקטער. אַזוי האָט ער געטאָן בײַם איבערזעצן מיט גראַמען דעם נסתּרס מעשׂהלעך, מענדעלע מוכר־ספֿרימס "פּרק שירה", "דאָס קליינע מענטשעלע", "פֿישקע דער קרומער", און אַנדערע.
ווען די נאַצי־מערדער האָבן פֿאַרכאַפּט זעליק־הירש קלמנאָוויטשן, שלום לוריאס פֿאָטער, האָט ער זיך אויסגעלאַכט פֿון זיי און זיי געוואָרפֿן אין פּנים אַרײַן זײַן זילזול און באַטאָנט, אַז עס אַרט אים נישט — ער האָט אַ זון אין ארץ־ישׂראל. שלום לוריא האָט אַרויסגעגעבן אין יאָר 1977 זעליק קלמנאָוויטשעס טאָג־בוך און אַנדערע כּתבֿים פֿון ווילנער געטאָ, געשריבן אין העברעיִש. אין די לעצטע יאָרן פֿאַר זײַן טויט, האָט שלום לוריא זיך פֿאַרנומען דער עיקר מיט צוגרייטן אַ פֿאַרגרעסערטע עדיציע פֿון זײַן פֿאָטערס טאָגבוך אויפֿן סמך פֿון אָפּגעפֿונענע כּתבֿ־ידן אין ווילנע — פֿון זײַן פֿאָטערס כּתבֿים אונטער דער נאַצי־הערשאַפֿט. די קאָרעקטורן פֿון דעם שוין אויסגעזעצטן בוך האָט נאָך שלום לוריא זוכה געווען צו האַלטן אין זײַנע הענט. זײַנע איבערגעגעבענע קינדער, ווי עס דערציילט מיר יובֿל זײַן זון, האָבן זיך פֿאַרמאָסטן מיט דעם אָפּפֿאַרטיקן און אַרויסגעבן דאָס בוך, וואָס דערשײַנט אין גיכן — דער לעצטער אויפֿטו פֿון זייער פֿאָטער.
די צוויי אויסגאַבעס וואָס ד״ר שלום לוריא האָט צוגעגרייט מיט זײַן פֿאָטערס כּתבֿים זײַנען נישט אידענטיש: אין דער צײַט ווען די ערשטע אויסגאַבע איז אין גאַנצן געווידמעט זעליק קלמנאָוויטשעס כּתבֿים פֿון ווילנער געטאָ, אַרויס אין יאָר 1977, אונטערן נאָמען: זליק קלמנובֿיץ’, יומן בגיטו וילנה וכתבים מן העזבון שנמצאו בהריסות, תל־אביב, הוצאת מורשת בית־עדות ע"ש מרדכי אנילבֿיץ — ספרית פועלים, תשל״ז, 202 זײַטן, איז די איצטיקע אויסגאַבע וואָס וועט דערשײַנען בקרובֿ אַ פֿאַרברייטערטע עדיציע, מיט אַ געענדערטן נאָמען, ספר קלמנובֿיץ’, בעריכת שלום לוריא, ירושלים, צור אות, תשע״א / 2011, 293 זײַטן. די פֿאַרגרעסערטע אויסגאַבע נעמט אַרײַן, דאָס מאָל, זיבן אַרבעטן פֿון זעליק קלמנאָוויטשן, געשריבן אויך פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה. אויך די צוגעגעבענע ביבליאָגראַפֿישע רשימה (5 זײַטן אין דער ערשטער אויסגאַבע) איז אין דער צווייטער אויסגאַבע געוואַקסן ביז צו 11 זײַטן, וווּ עס ווערן פֿאַרנאָטירט קלמנאָוויטשעס כּתבֿים.
ד״ר שלום לוריאס אַרײַנגעלייגטע מי אין "ספר קלמנובֿיץ" איז קענטיק אין די צענדליקער הערות, צעזייט און צעשפּרייט איבערן גאַנצן בוך, מיט אָנווײַזונגען און דערקלערונגען בײַ יעדן חיבור באַזונדער — גרינטלעך און דײַטלעך דערקלערט, ווי ד״ר שלום לוריאס שטייגער איז אין אַלץ וואָס ער האָט גענומען אויף זיך צו פֿאַרפֿולקאָמען ווי אַ פֿאָרשער און לערער.
אין עלטער פֿון 84 יאָר האָט די ישׂראלדיקע געזעלשאַפֿט אין מדינת־ישׂראל אָפּגעמערקט ד״ר שלום לוריאס ווערטפֿולע בײַטראָגן, און אים באַלוינט מיטן מענדעלע־פּרײַז מטעם דער תּל־אָבֿיבֿער מוניציפּאַליטעט בײַ אַ יום־טובֿדיקער פֿאַרזאַמלונג פֿון הונדערטער פֿאַרבעטענע געסט.
די פֿאָרמאַציע־יאָרן אין שלום לוריאס דערציִונג, זענען פֿאַרבונדן מיט ווײַטע פּייסאַזשן אַנדערש ווי דאָ, אין ישׂראל. אָבער עס זענען פֿאַרזעצט געוואָרן אין זיי קערנדלעך וואָס האָבן אים אויסגעשולט צו ווערן אַ פֿאָרשער פֿון דער ליטעראַטור בײַ ייִדן. זײַנע קינדער־ און יוגנט־יאָרן האָט ער געוויילט אין דער ייִדישער ליטע, און הויפּטזעכלעך אין ווילנע, ירושלים דליטא. און נישט נאָר די שטאָט און די מדינה, נאָר אויך זײַן פֿאָטערס שטוב — זעליק קלמנאָוויטש, אַ פּערזענלעכקייט מיט מידות און אַ פּראָמינענטער ייִדיש־פֿאָרשער, דערמאָרדעט אין אַ טויטן־לאַגער אין עסטלאַנד.
שלום לוריאס יוגנט איז געווען פֿאַרבונדן מיט דער ווילנער רעאַל־גימנאַזיע, דער הויפּט־אַנשטאַלט פֿון דער ייִדישער קולטור־באַוועגונג, וואָס איז געווען כּמעט די איינציקע גימנאַזיע אין גאַנץ פּוילן, צווישן ביידע וועלט־מלחמות, וווּ מען האָט געלערנט אויף ייִדיש; מיט דער באַרימטער סטראַשון־ביבליאָטעק און דער ייִוואָ־ביבליאָטעק, אין וועלכער זײַן פֿאָטער איז געווען אַ צענטראַלע פֿיגור סײַ ווי אַ פֿאָרשער און סײַ ווי אַן אָנפֿירער [...] גלײַך נאָך דעם ווי ער האָט פֿאַרענדיקט זײַנע לימודים אין ווילנער מיטלשול, האָט שלום לוריא געטאָן עפּעס וואָס זייער ווייניק פֿון די אַביטוריענטן פֿון דער רעאַל־גימנאַזיע האָבן געוואָלט, אָדער געקענט, אויספֿירן — ער איז עולה געווען; און אין ארץ־ישׂראל איז ער צוגעשטאַנען אויפֿצובויען, ווי אַ חלוץ, דעם קיבוץ מרחביה, און זיך דאָרט באַזעצט.
ד״ר שלום לוריא איז אַזוי אַרום געוואָרן אַ צווייפֿאַכיקער חלוץ: ווי אַ מיטגליד און חבֿר פֿון "השומר־הצעיר" אין ווילנע, וווּ עס איז געווען אויך טעטיק אַבא קאָוונער, האָט ער פֿאַרווירקלעכט דעם סאָציאַליסטישן אידעאַל פֿון זײַן באַוועגונג און אָנגעפֿירט מיט זײַן אַקאַדעמישן לעבן אין חיפֿהער אוניווערסיטעט — סײַ ווי אַ פֿאָרשער און סײַ ווי אַ לערער — פֿון זײַן וווין־אָרט אין קיבוץ. איין מאָל אַ חלוץ — אויף שטענדיק אַ חלוץ. אין מדינת־ישׂראל איז זײַן צוגאַנג צו דער ישׂראלדיקער קולטור געבליבן שטענדיק הויפּטזעכלעך, אַ צוויישפּראַכיקער; זײַן בויען אַ היים אין ארץ־ישׂראל האָט נישט פֿאַרמינערט זײַן צובונד צו די ייִדיש־העברעיִשע וואָרצלען פֿון זײַן ווילנער ייִדישן באַוווּסטזײַן; שטילע וואַסערן גראָבן טיף. ווי אַ ייִדיש־העברעיִשער ליטעראַטור־פֿאָרשער איז ד״ר שלום לוריא געגאַנגען אין די פֿוסטריט פֿון דרײַ פֿון זײַנע גרויסע לערער — דבֿ סדן, שמואל ווערסעס און חנא שמערוק — דרײַ פּראָפֿעסאָרן, וועלכע האָבן געגרינדעט אין חודש אַפּריל 1965 דעם מענדעלע־פּראָיעקט בײַם אינסטיטוט פֿאַר יודאַיִסטישע וויסנשאַפֿטן אין העברעיִשן אוניווערסיטעט פֿון ירושלים. ער איז געווען טעטיק במשך 10 יאָר אין גײַסט און אונטער דער השפּעה פֿון אָט די דרײַ לערער, און פֿון דעם מענדעלע־פּראָיעקט, האָט שלום לוריא אָנגעשריבן זײַן דאָקטאָראַט וועגן מענדעלע מוכר־ספֿרימס כּתבֿים.
ד״ר שלום לוריאס דאָקטאָראַט קען באַטראַכט ווערן ווי נאָך איין געלונגענער רעזולטאַט פֿון דער צען־יאָריקער אַקטיוויטעט פֿון מענדעלע פּראָיעקט וועמענס געשיכטע דאַרף נאָך אָנגעשריבן ווערן. דער הויפּט־רעזולטאַט פֿון פּראָיעקט, באַטראַכט אין אַ היסטאָרישער פּערספּעקטיוו, איז דער פֿאַקט, וואָס אַ דאַנק די דרײַ אויבן דערמאָנטע פּראָפֿעסאָרן, איז אין יאָר 1965 דערשינען צום ערשטן מאָל אין דער געשיכטע פֿון דער מענדעלע־פֿאָרשונג, אַ צוויישפּראַכיקע ביבליאָגראַפֿיע פֿון מענדעלעס ייִדישע און העברעיִשע כּתבֿים צוזאַמען. ביז דעמאָלט האָבן די ליטעראַטור־פֿאָרשער אַזוי ווי מכריז געווען: "גִזרו את הילד החי לשניים" — "שנײַד דאָס לעבעדיקע קינד אויף צווייען," אַזוי ווי שלמה המלך האָט דערקלערט (מלכים א, ג, 25) און די וואָס האָבן זיך פֿאַרנומען מיט דער העברעיִשער ליטעראַטור, האָבן נישט גענומען אין באַטראַכט מענדעלעס ייִדישע כּתבֿים, און פֿאַרקערט. שלום לוריא איז געווען פֿון די ערשטע תּלמידים, פֿאָרשער און לערער, וואָס האָט זיך באַצויגן צו ביידע שפּראַכן אין מענדעלעס ליטעראַרישער ירושה. אַ חלוץ בלײַבט אַ חלוץ.
דער דבֿ סדן־פּראָיעקט בײַ דער ייִדיש־קאַטעדרע און דעם מאַנדעל־אינסטיטוט פֿאַר יודאַיִסטישע וויסנשאַפֿטן אין העברעיִשן אוניווערסיטעט פֿון ירושלים, וועט באַערן דעם ליכטיקן אָנדענק פֿון ד"ר שלום לוריא, און אַרײַננעמען זײַן דאָקטאָראַט אין דעם פֿינף־יעריקן פּלאַן אָפּצודרוקן אַ סעריע פֿאָרש־אַרבעטן וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור.