פּערזענלעכקײטן
פֿון יחיאל שיינטוך (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אלי וויזעל, נאָוועמבער 1980
אלי וויזעל, נאָוועמבער 1980
Credit: Getty Images

אין דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור, זינט דעם 19טן יאָרהונדערט, זענען געווען ייִדישע שרײַבער וועלכע מיר קענען אָנרופֿן "טאָטאַלע שרײַבער". דאָס זײַנען שרײַבער וואָס האָבן געשריבן און געדרוקט אין פֿיל ליטעראַרישע זשאַנערן — פּראָזע, פּאָעזיע, פּובליציסטיק, ליטעראַטור־קריטיק, דראַמעס, בריוו, פּאָפּולערע וויסנשאַפֿטן און איבערזעצונגען; יעדער איינער פֿון זיי האָט אויך רעדאַגירט זשורנאַלן און ליטעראַרישע זאַמלביכער, זיי האָבן געשריבן פּאָלעמישע אַרטיקלען, און דער עיקר, זיי זײַנען געווען צוויי־שפּראַכיקע שרײַבער (אויף ייִדיש און העברעיִש), אָדער אַפֿילו דרײַ־שפּראַכיקע, און פּאָליגלאָטן ממש.

צווישן אָט די ייִדישע שרײַבער דאַרף מען דערמאָנען: מענדעלע מוכר־ספֿרים, י. ל. פּרץ, שלום־עליכם, אַהרן צייטלין, דער הומאָריסט דער טונקעלער, און צוויי שרײַבער פֿון שארית־הפּליטה — מרדכי שטריגלער און אלי וויזעל.

אלי וויזעל, אַ געבוירענער אין סיגעט־מאַרמאָרעש (1928), באַהערשט ייִדיש, העברעיִש, פֿראַנצויזיש, רומעניש, אונגאַריש, ענגליש און דײַטש. ווי אַ טאָטאַלער שרײַבער, שרײַבט ער און דרוקט אין פֿיר שפּראַכן לכל־הפּחות: פֿראַנצויזיש, ייִדיש, העברעיִש און ענגליש, און די זשאַנערן פֿון זײַן ליטעראַרישער טעטיקייט נעמען אַרום קורצע דערציילונגען, מעמואַרן און דערציילערישע פּראָזע, חסידישע שריפֿטן, אגדות, לעגענדאַרישע פּראָזע, דראַמעס, פֿילמיניקע זשורנאַליסטישע שריפֿטן, ליטעראַטור־קריטיק, ראָמאַנען, פּובליציסטישע שריפֿטן וועגן גורל און געשיכטע פֿון ייִדישן פֿאָלק אין סאָוועט־רוסלאַנד און ארץ־ישׂראל, רעפֿעראַטן און רעדעס אויף אַ שלל טעמעס אויפֿן געביט פֿון יודאַיִסטישע וויסנשאַפֿטן, אַקטועלע רעפּאָרטאַזשן, רעדאַקטאָר פֿון אַ טעאַטער־צײַטונג אויף ייִדיש, און אַ לאַנג־יאָריקע פּובליציסטישע טעטיקייט אין דער ייִדישער פּרעסע אין פּאַריז און ניו־יאָרק, ווי אויך אין דער העברעיִשער פּרעסע פֿון מדינת־ישׂראל. ס’רובֿ ביכער זײַנע דערשײַנען קודם־כּל אויף פֿראַנצויזיש און ווערן איבערגעזעצט אויף ענגליש און אויף העברעיִש.


אלי וויזעלס שרײַבערישע אָנהייבן אויף ייִדיש

אין אַן אַרײַנפֿיר צו אַן אָפּקלײַב פֿון אלי וויזעלס צײַטונגס־אַרטיקלען אויף העברעיִש, מיטן טיטל "איפה היהודים שלי?" (וווּ זײַנען מײַנע ייִדן?), תל אביב 2009, עמ’ 9, טענהעט יואל רפל, דער רעדאַקטאָר פֿון בוך, אַז אלי וויזעלס מאַמע־לשון איז געווען העברעיִש. אין דער שפּראַך האָט ער זיך אויסגעלערנט קינדווײַז אַרויסצוזאָגן "אבא", "אמא", "ירושלים", נאָך איידער ער האָט זיך אויסגעלערנט אַרויסזאָגן די ווערטער אין וועלכער עס איז אַן אַנדער שפּראַך. נישט געשטויגן און נישט געפֿלויגן! לויט אלי וויזעלס אייגענע ווערטער, איז זײַן ערשטע שפּראַך געווען ייִדיש, און זי באַגלייט אים ביז הײַנט, בעת ער גיט זיך אָפּ מיט לערנען תּורה, בײַם לערנען גמרא פֿירט ער דעם לימוד אויף ייִדיש.

איידער ער האָט געשריבן אויף ייִדיש זײַנע איבערלעבונגען אין די לאַגערן פֿון אוישוויץ און בוכנוואַלד — דאָס האָט ער געטאָן ערשט אין יאָר 1955 — האָט ער זיך אַנטוויקלט ווי אַ ייִדישער שרײַבער און זשורנאַליסט דווקא אויף ייִדיש במשך פֿון 10 יאָר, צווישן 1945 און 1955. זײַן ערשטע זשורנאַליסטישע אַרבעט איז געווען אין יאָר 1947, בערך אין עלטער פֿון 19 יאָר, ווי אַן איבערזעצער אויף ייִדיש פֿון אַרטיקלען וואָס זענען דערשינען אין דער העברעיִשער פּרעסע אין ארץ־ישׂראל, כּדי זיי אָפּצודרוקן אין פּאַריזער זשורנאַל אויף ייִדיש, "ציון אין קאַמף". דאָס איז געווען אַן אָרגאַן פֿון דעם ארגון "צבאי לאומי" (אצ"ל) אונטער דער רעדאַקציע פֿון יוסף כראָסט.

אין זײַנע זכרונות דערציילט אלי וויזעל וועגן זײַן רעדאַקטאָר, וועמען ער רופֿט אָן מיטן נאָמען יוסף, אָבער דערמאָנט נישט זײַן פֿאַמיליע-נאָמען. דאָס אייניקל פֿון יוסף כראָסט, הילה אלרֹאי, וועלכע איז הײַנט אַ בעל־יועץ בײַם ישׂראלדיקן קאָנסול אין ניו־יאָרק, און מײַנע אַ געוועזענע סטודענטין, האָט זיך געטראָפֿן מיט אלי וויזעל אין ניו־יאָרק אין אָקטאָבער 2009, און ער האָט איר דערציילט וועגן זײַנע אָנהייבן אין עלטער פֿון 19 יאָר, ווי אַ ייִדישער זשורנאַליסט אין פּאַריז, אַ געראַטעוועטער פֿון בוכנוואַלד.

אין אויגוסט 1948, מיט אַ צײַט שפּעטער, האָט אלי וויזעל אָפּגעדרוקט אין זשורנאַל "ציון אין קאַמף" זײַן ערשטע דערציילונג, דווקא אויף ייִדיש, מיטן נאָמען "אַ באַגעגעניש". דאָס איז געווען אלי וויזעלס ערשטער אַרויספֿאָר אין דער ייִדישער ליטעראַטור, און ווי אַ שרײַבער בכלל. די דערציילונג באַהאַנדלט אַ טראַגישן צוזאַמענשטויס צווישן צוויי יונגע מענטשן אין ארץ־ישׂראל, איינער — אַ מיטגליד פֿון "הגנה", און דער צווייטער — אַ מיטגליד פֿון "אצ״ל". די דערציילונג איז אויפֿגעקומען ווי אלי וויזעלס אַן עמאָטיווע רעאַקציע, געשריבן מיט דערשיטערונג, אין אָנבליק פֿונעם גורל פֿון דער שיף "אַלטאַלענאַ", אין יוני 1948 אין תּל־אָבֿיבֿער וואַסערן. די געשיכטע מיט דער שיף "אַלטאַלענאַ" האָט אים נישט אָפּגעלאָזט, און אין דעם ערשטן באַנד פֿון זײַנע מעמואַרן ווידמעט ער אָט דער געשיכטע, צוזאַמען מיט דעם שווערן אײַנדרוק וואָס זי האָט געמאַכט אויף זײַן געמיט, גאַנצענע זײַטן. ווי אַ באַגאַבטער זשורנאַליסט רעדט ער אַרום די פּרשה, און אַנאַליזירט זי בפּרטי־פּרטים און גיט צו, ווי אַן עדות, דאָס וואָס ער האָט אַליין געזען ווען ער איז אָנגעקומען אויף אַ וויזיט קיין מדינת־ישׂראל אין יאָר 1949, און צוגעגאַנגען צום ברעג אין תּל־אָבֿיבֿ. דאָרט האָט ער געזען די רעשטן פֿון דער שיף "אַלטאַלענאַ" האַלב אײַנגעזונקען אין וואַסער, אויף איר האָט ער געלייענט אַן אויפֿשריפֿט מיט ווײַסער פֿאַרב: "גורל כזה מצפה ל’חירות’" ("אַזאַ גורל דערוואַרט חירות" — "חירות", די פּאַרטיי וואָס איז דעמאָלט געווען אין דער כּנסת).

אלי וויזעל, וואָס איז מיט יאָרן שפּעטער באַקרוינט געוואָרן מיטן נאָבעל־פּרײַז פֿאַר שלום, האָט געשריבן אין זײַנע זכרונות, אַז זײַן ערשטע דערציילונג אויף ייִדיש, "אַ באַגעגעניש", שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ רינג אין אַ ביז גאָר לאַנגער קייט פֿון טייטלעכע ברידערקריגן וואָס פֿאַנגען זיך אָן מיט קין און הבֿל, אַ ברידערקריג וואָס נעמט אָן פֿאַרשיידענע פֿאָרמען און געשטאַלטן במשך די דורות בײַם ייִדישן פֿאָלק. עס איז קיין ספֿק נישט אַז די דערציילונג "אַ באַגעגעניש", כאָטש זי דערמאָנט נישט בפֿירוש די פּרשה "אַלטאַלענאַ", איז געקומען צו שטאַנד ווי אַ רעזולטאַט פֿון אַ טיפֿן צער און אַן אויסדרוק פֿון אַ ייִאוש־געפֿיל אין אָנבליק פֿון ברידער־סיכסוך אין דער ייִדישער מדינה, וואָס איז ערשט אַנטשטאַנען, זײַענדיק אינערלעך צעשפּאָלטן און צעריסן שוין אין 1948.


... און די וועלט האָט געשוויגן

דאָס ערשטע בוך, וואָס אלי וויזעל האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אין דרוק איז זײַנע זכרונות אויף ייִדיש, "...און די וועלט האָט געשוויגן", וועגן זײַנע איבערלעבונגען אין עלטער פֿון 15—16 יאָר בעתן גירוש פֿון די ייִדן פֿון סיגעט קיין אוישוויץ, צוזאַמען מיט זײַן פֿאָטער און זײַן גאַנצער משפּחה; און שפּעטער — צוזאַמען מיט זײַן פֿאָטער אין בוכנוואַלד. פֿון בוכנוואַלד האָט ער זיך באַפֿרײַט אַליין דעם 11טן אַפּריל 1945. דער כּתבֿ־יד פֿון זײַן ערשטן בוך אויף ייִדיש, "...און די וועלט האָט געשוויגן", האָט געהאַט 862 זײַטן, און איז אָנגעשריבן געוואָרן מערסטנס אויף אַ שיף, בעת אלי וויזעלס אַ רײַזע קיין בראַזיל, זומער 1955. ווען דאָס בוך איז דערשינען אין בוענאָס־אײַרעס, האָט עס געהאַט 253 זײַטן. דאָס בוך איז איבערגעזעצט געוואָרן אויף פֿראַנצויזיש, נאָך דעם ווי עס איז באַאַרבעט און געקירצט געוואָרן, און פֿאַרעפֿנטלעכט אין פּאַריז אין יאָר 1958. אַן ענגלישע איבערזעצונג אויפֿן יסוד פֿון דעם פֿראַנצויזישן נוסח איז דערשינען אין יאָר 1960.

אַרום די שינויים צווישן דעם ייִדישן מקור און די פֿראַנצויזישע און ענגלישע ווערסיעס, האָט זיך צעפֿלאַקערט אַ שאַרפֿער וויכּוח אין דער צווייטער העלפֿט פֿון די 1990ער יאָרן. אויף דעם האָט רעאַגירט אלי וויזעל אין דער ענגלישער אוידיציע, דערשינען אין יאָר 2006. דאָס בוך איז איבערגעזעצט געוואָרן אויך אויף העברעיִש. אָט די אַלע געקירצטע איבערזעצונגען זענען דערשינען אין דרוק אונטער די נעמען: La Nuit, Night, "הלילה". פֿון צו פֿיל מתעסק זײַן זיך מיט דעם פֿאַרגלײַך צווישן די ווערסיעס, איז דער ייִדישער מקור געבליבן אין שאָטן פֿון פֿאַרגעסנהייט.


1945—1955 — אלי וויזעל, זשורנאַליסט און ייִדישער שרײַבער

ביז ער האָט פֿאַרענדיקט צו שרײַבן דעם כּתבֿ־יד פֿון זײַן ערשטן בוך, "...און די וועלט האָט געשוויגן", וועגן וועלכן אלי וויזעל זאָגט, אַז ער איז נישט פֿאַרענדיקט געוואָרן, האָט דער יונגער וויזעל זיך פֿאַרנומען מיט איבערזעצונגען אויף ייִדיש און מיט זשורנאַליסטישער אַרבעט אין דער ייִדישער און העברעיִשער פּרעסע. זינט דעם יאָר 1949—1950 איז וויזעל געוואָרן אַ וואַנדערנדיקער זשורנאַליסט פֿון דער ארץ־ישׂראלדיקער צײַטונג, "ידיעות אחרונות", פֿון תּל־אָבֿיבֿ. אין אָט דער צײַטונג האָט ער אָפּגעדרוקט אויף העברעיִש אַרום 2,000 אַרטיקלען ביז אָנהייב יאָר 2000. אין דער ערשטער תּקופֿה, במשך אַ צען יאָר, איז ער געווען טעטיק אין דער ייִדישער פּרעסע אין פּאַריז, און רעדאַגירט דאָרט אַ טעאַטער־צײַטונג, מיטן נאָמען "דער טעאַטער־שפּיגל", אָנגעהויבן דערשײַנען אין פּאַריז, זינט דעם חודש אַפּריל 1951. אָט דער זשורנאַל איז דערשינען צײַטנווײַז לכּל־הפּחות ביזן יאָר 1957. שוין אין ערשטן נומער האָט וויזעל פֿאַרעפֿנטלעכט, אין עלטער פֿון 22 יאָר, אונטער אַ פּסעוודאָנים "אלישע כּרמלי", אַ קורצע דערציילונג מיטן נאָמען "דער אַרטיסט", וועגן אַ לעבנס־געשיכטע פֿון אַ תּימנער סאָלדאַט אין צבֿא־ההגנה־לישׂראל (צה״ל), וואָס איז געפֿאַלן בעת דער אומאָפּהענגיקייט־מלחמה אין 1948. סײַ אין אָט דער דערציילונג, ווי אויך אין זײַן ערשטער דערציילונג אויף ייִדיש, "אַ באַגעגעניש", איז די טעמאַטיק אַן ארץ־ישׂראלדיקע, אויף טעמעס, פֿאַרבונדן מיטן אויפֿקום פֿון מדינת־ישׂראל, געשריבן דווקא אויף ייִדיש. אונטער דעם זעלבן פּסעוודאָנים — א. כּרמלי — האָט אלי וויזעל אָפּגעדרוקט אין זעלבן נומער "טעאַטער־שפּיגל", אַן אַרטיקל וועגן דעם באַוווּסטן "אוהל"־טעאַטער אין ארץ־ישׂראל. אין זײַנע מעמואַרן דערציילט ער וועגן זײַן זשורנאַליסטישער פֿאַרצווײַגטער אַרבעט אין אָט דעם זשורנאַל במשך די ווײַטערדיקע נומערן, וואָס וועט באַרײַכערן וויזעלס ביבליאָגראַפֿיע פֿון זײַנע ייִדישע שריפֿטן, ווען אַזאַ ביבליאָגראַפֿיע וועט צונויפֿגעשטעלט ווערן.

צווישן וויזעלס אַנדערע זשורנאַליסטישע אויפֿטוען אין דער ייִדישער פּרעסע, דאַרף מען דערמאָנען אַז זינט דעם אָנהייב פֿון די 50קער יאָרן, האָט ער באַזוכט די מאַראָקאַנער מלוכה און שפּאַניע, ווי אַן אויסלענדישער קאָרעספּאָנדענט פֿון "ידיעות אחרונות", און האָט אָפּגעדרוקט זײַנע אײַנדרוקן אין דער העברעיִשער און ייִדישער פּרעסע, צווישן אַנדערע אין ניו־יאָרקער "פֿאָרווערטס" אין דער צווייטער העלפֿט פֿון די 1950ער יאָרן.


אַ בן־תּורה און תּלמודיסט

נישט געקוקט אויף דעם וואָס אלי וויזעל ווערט נישט פֿאָרגעשטעלט ווי אַ בן־תּורה, דאַרף מען באַטאָנען, אַז דאָס לערנען גמרא אויף ייִדיש באַגלייט אים פֿון שטענדיק אָן, זינט זײַנע קינדער יאָרן און ביז הײַנט צו טאָג. מיר וועלן דאָ דערמאָנען דרײַ פּערזענלעכקייטן אין וויזעלס לעבן, מיט וועלכע ער האָט אַ לענגערע תּקופֿה געלערנט גמרא אין דרײַ פֿאַרשיידענע תּקופֿות פֿון זײַן לעבן: מיט זײַן יוגנט־חבֿר דוד הלבֿני־ווײַס, הײַנט אַ פּראָפֿעסאָר פֿון תּלמוד אין בר־אילן אוניווערסיטעט — מיט אים האָט ער געלערנט גמרא און געפֿירט אַ שקלא וטריא אויף ייִדיש, אין סיגעטער בית־מדרש פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה; אויך האָט ער געלערנט גמרא אויף ייִדיש מיטן וואַנדערנדיקן לערער און תּלמודיסט, שושני, אין פּאַריז און אומגעגנט, דער עיקר, אין די יאָרן 1946—1948; און אויך האָט ער אַ לענגערע צײַט געלערנט גמרא בחבֿרותא אין טעאָלאָגישן סעמינאַר אין ניו־יאָרק מיט פּראָפֿעסאָר שאול ליבערמאַן, צוויי מאָל אַ וואָך, במשך 17 יאָר, פֿון 1966 און ביז ליבערמאַנס פּטירה אין יאָר 1983.

פּראָפֿעסאָר דוד הלבֿני־ווײַס האָט אין זײַן עפֿענונגס־רעדע דעם 7טן דעצעמבער 2009, אָפּגעהאַלטן בײַ דער ירושלימער קאָנפֿערענץ וועגן 100 יאָר ייִדיש, 1908—2008 גערעדט וועגן דער טעמע "דעם זיידנס תּלמודישע טערמינאָלאָגיע אויף ייִדיש", און ער איז אַ באַגלייבטער עדות וועגן זײַנע געמיינזאַמע גמרא־לימודים בחבֿרותא מיט אלי וויזעל פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה. וויזעל דערציילט אין אַן אַרטיקל וועגן זײַן חבֿר און שכן אין סיגעט־מאַרמאָרעש, דער יונגער דודל ווײַס, ר’ שאַיע ווײַסעס אייניקל, "מיר האָבן עטלעכע זמנים געלערנט בײַם סעלישטער מלמד", פֿאַרשטענדלעך אויף ייִדיש, אלי וויזעל, "עטלעכע ווערטער וועגן אַ יוגנט־חבֿר", "פֿאָרווערטס" (ניו־יאָרק), 1969.2.12, ז’ 4.

וויזעלס פּאַריזער גמרא־לערער, דער אַזוי גענאַנטער "שושני", איז ביז הײַנט אַ מיסטעריעזע רעאַלע געשטאַלט, וואָס זײַן אמתער נאָמען איז קיינעם נישט באַקאַנט. אַ באַרג מיט אַרטיקלען און אויך ביכער האָט מען געשריבן וועגן שושנין, און ס’וועט דאָ זײַן ענג דאָס אָרט זיך אַרײַנצולאָזן אין פּרטי־פּרטים. שושני איז אויפֿגעשוווּמען אין אלי וויזעלס לעבן, צום ערשטן מאָל, כּמעט באַלד נאָך דעם סוף פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה. פֿריִער נאָך, האָט מרדכי שטריגלער זיך אָנגעשטויסן אָן שושנין, סוף 1930ער יאָרן אין וואַרשע, פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה, און שטריגלער האָט אַפֿילו נישט געוווּסט אַז דאָס איז שושני. מרדכי שטריגלער באַשרײַבט אָט די געשטאַלט אין תּל־אָבֿיבֿער זשורנאַל, "די גאָלדענע קייט", וועגן אַ מעשׂה־שהיה, "אַ מעשׂה אָן אַ סוף". אין אָט דער דערציילונג באַשרײַבט ער אייניקע סצענעס וואָס באַלײַכטן און אילוסטרירן די עקסטראַוואַגאַנטע געשטאַלט פֿון אלי וויזעלס גמרא־לערער, פֿון אַן אומדערוואַרטן קוקווינקל. איך ציטיר:

אינעם חסידישן שטיבל אויף נאָוואָליפּיע גאַס האָט די צײַט זיך אָפּגעשטעלט [...] פֿאַר צוואַנציק גראָשן וועל איך באַווײַזן די קונץ! גיטס מיר צוואַנציק גראָשן — און כ’וועל ווײַזן די קונץ!!! [...] און נאָכן קול האָט זיך אַרײַנגעשפּאַרט אַ נידעריקלעך געשטאַלט [...] אַ ווילד־באַוואַקסן פּנים... ממש איין קנויל פֿון גרויליק־צעשטויבטע האָר, ווי אין להכעיסדיק־צעשויבערטן חוזק [...] אַזוי ווי אַ חיה וואָלט אַהער אַרײַנגעשפּרײַזט, גלײַך פֿון די וועלדער [...] — וואָס זאָגן? דער פּאַסקודנער גוף האָט זיך געגעבן אַ טרייסל: שוטה! כ’האָב געזאָגט: עפֿן דאָס ספֿר און הייב אָן פֿון דאָרט, וווּ דו האָסט געעפֿנט... זע נאָר, ווי ער פֿאָלגט: ווי ער צעעפֿנט דעם שווערן ירושלמי, און נעמט אַרויסלייענען טאַקע פֿון דאָרט, וווּ דאָס אויג האָט אָנגעשטאָכן: איין הלכה, נאָך איינע... ביז דער האָריקער ייִד האָט געגעבן אַ שנײַד די וואַרגיקע לופֿט מיט זײַן אויסגעשטרעקטן אָרעם: גענוג! און תּיכּף האָט ער גענומען אַרויסשנאָרכן פֿון די ווײַטערדיקע הלכות. מיכאל איז אים נאָכגעגאַנגען מיטן פֿינגער איבער די שורות און געשטוינט: ס’זאָל דאָס פֿעלן אַן אות! ערשט נאָכן אָנכאַפּן, מיט די אָנגעדראָלענע ליפּן, אַ דף אָדער מער — האָט ער זיך אָפּגעשטעלט אין סאַמע מיטן פֿון אַ וואָרט. דערנאָך האָט ער זיך ווידער אַרומגעקוקט און זיך אײַנגעגעסן אין מיר: — דו, גראָבע ניאַניע! גיי און ברענג אַן אַנדער ספֿר...

כ’האָב אָנגעטראָפֿן אויפֿן "ספֿר חסידים" און אַפֿילו ניט געוואַרט אויף זײַן באַפֿעל. אַ קינד האָט שוין געקענט וויסן, אין וואָס "די קונץ" באַשטייט: מ’דאַרף אָנהייבן אַרויסזאָגן פֿונעם ספֿר — און ער וועט זאָגן ווײַטער.


אלי וויזעל — ליטעראַטור־קריטיקער אויף ייִדיש

אין איינעם פֿון אלי וויזעלס פֿילצאָליקע אַרטיקלען אויף יידיש, אין "פֿאָרווערטס", לערך אין יאָר 1957 מעלדעט ער זײַנע לייענער, אַז עס איז ניט פֿאַראַן קיין איין בוך וועגן אומקום פֿון אייראָפּעיִשן ייִדנטום ער זאָל נישט האָבן געהאַט געלייענט. מיינען מיינט ער אַלע די ביכער, געדרוקט אין די לשונות וואָס ער באַהערשט. ווען עס וועט צונויפֿגעשטעלט ווערן די פֿולע ביבליאָגראַפֿיע פֿון אלי וויזעלס שריפֿטן (ביכער און אַרטיקלען), וועט דער אָפּשניט פֿון זײַנע ליטעראַטור־קריטישע אַרטיקלען זײַן אַ ביז גאָר פֿיל־פֿאַרביקער און וואָגיקער טייל פֿון זײַן שאַפֿן — ייִדישע ליטעראַטור־קריטיק און ליטעראַטור־קריטיק פֿון דער וועלט־ליטעראַטור אַרײַנגערעכנט.

וויזעל (אין מיטן) באַקומט דעם נאָבעל־פּריז פֿאַר שלום, דעם 10טן דעצעמבער 1986, אין אָסלאָ.
רעכטס: דער פֿאָרזיצער פֿונעם קאָמיטעט פֿונעם נאָבעל־שלום־פּריז, עגיל אַאַרוויק. לינקס: וויזעלס זון, אלישה
וויזעל (אין מיטן) באַקומט דעם נאָבעל־פּריז פֿאַר שלום, דעם 10טן דעצעמבער 1986, אין אָסלאָ. רעכטס: דער פֿאָרזיצער פֿונעם קאָמיטעט פֿונעם נאָבעל־שלום־פּריז, עגיל אַאַרוויק. לינקס: וויזעלס זון, אלישה
Credit: Getty Images

ווי אַ ליטעראַטור־קריטיקער אויף ייִדיש, אין דער ייִדישער פּרעסע (הויפּטזאַכלעך אין "פֿאָרווערטס") גיט זיך אָפּ וויזעל זייער אַ סך מיט ביכער־רעצענזיעס וואָס באַהאַנדלען פּובליקאַציעס וועגן חורבן פֿון אייראָפּעיִשן ייִדנטום בפֿרט און פֿון דעם חורבן בכלל. זײַן סטיל איז אַ קלאָרער, און אַ צוגענגלעכער פֿאַרן אַלגעמיינעם ייִדישן לייענער. דער סוד־הצמצום איז זײַן נאַשבראַט, און ער שאַפֿט זיך מיט אים כּדי מכבד זײַן דעם מחבר און דעם אינהאַלט פֿון דעם קריטיקירטן ווערק, אָן פֿאַרמישן זײַנע אייגענע השׂגות און באַוואָרענישן, שטיצנדיק זיך אויף זײַן בקיאות און טיפֿער קענטעניש פֿון דעם היסטאָרישן הינטערגרונט פֿון טעקסט, שטעלנדיק דעם טראָפּ אויפֿן געוועב פֿון טעקסט און זײַן צירעוואַניע (דאָס וואָס מען רופֿט אויף העברעיִש שתי־וערב).

צווישן די טויזנטער אַרטיקלען וואָס וויזעל האָט אָפּגעדרוקט אין "פֿאָרווערטס" און אונטערגעשריבן מיט זײַן נאָמען, זינט די 1950ער יאָרן, במשך גאַנצע יאָרצענדליקער, ווערט קלאָר אַז דער לייענער פֿון דער ייִדישער פּרעסע האָט אַ דאַנק זײַנע ליטעראַטור־קריטישע אַרטיקלען געקענט נאָכפֿאָלגן צו דער צײַט באַשרײַבונגען און מיטצײַטלערישע אָפּשאַצן פֿון דערשינענע ביכער אויף ייִדיש, פֿראַנצויזיש, ענגליש, העברעיִש, רומעניש, אונגאַריש און דײַטש — וועגן דעם חורבן, די צווייטע וועלט־מלחמה און וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור און קולטור בכלל.

נישט געקוקט אויף דעם וואָס אלי וויזעל האַלט זיך אָפּ בײַם שרײַבן ליטעראַטור־קריטיק און רעצענזיעס אויף ביכער, פֿון באַטאָנען זײַן פּערזענלעכע מיינונג, זענען אָבער דאָ פֿאַלן, ווען ער זאָגט זיך אַרויס און באַטאָנט זײַנע אייגענע מיינונגען אין יענע אינסטאַנצן, אין וועלכע ער איז פּערזענלעך פֿאַרמישט ווי אַ געראַטעוועטער פֿון אומקום. דעמאָלט פֿאַרלאָזט וויזעל דעם זאַכלעכן סטיל בײַם פֿאָרשטעלן פֿאַרן לייענער דעם אינהאַלט פֿון אַ בוך, און באַגלייט זײַן טרײַע באַשרײַבונג פֿון אינהאַלט מיט זײַנעם אַן אייגענעם פּירוש. ווי אַ געראַטעוועטער פֿון אוישוויץ, קאָמבינירט ער אַ באַשרײַבונג פֿון אינהאַלט צוזאַמען מיט זײַן אייגענער דערפֿאַרונג, למשל, אין זײַנעם אַן אַרטיקל וועגן קאַצעטניקס אַ בוך. אויך קאַצעטניק איז אַ געראַטעוועטער פֿון אוישוויץ, און באַשרײַבט אין פּאָעטישער פּראָזע ענלעכע געשעענישן אין זעלבן לאַגער. קאַצעטניקס בוך, "דער זייגער וואָס איבערן קאָפּ", איז דערשינען אויף העברעיִש אין יאָר 1960. לויט וויזעל, האָט דער בוך באַשריבן, דער עיקר, בילדער פֿון לעבן אין אוישוויץ, און אַ סך ווייניקער געשעענישן. וויזעל האָט גלײַך דערשפּירט, ווי נאָר דאָס בוך איז דערשינען אויף העברעיִש, און נאָך איידער ער איז דערשינען אויף ייִדיש אין יאָר 1961, אַז "דער זייגער וואָס איבערן קאָפּ" איז — ערשטנס, קאַצעטניקס שאַרפֿסטער חיבור, און צווייטנס, אַז דאָס בוך איז אַ צונויפֿשטעל פֿון בילדער, ווי אין קינאָ, און דערפֿאַר — אויך לויט מײַן מיינונג — קען ער דינען ווי אַ סצענאַר פֿאַר אַן אַנימאַציע־פֿילם, וואָס זאָל אַרויסברענגען הויפּטזאַכלעך די וויזועלע אַספּעקטן, פֿאַרבאָרגן אין אָט די בילדער. ווי ווײַט זיי זײַנען דערשיטערנדיק, אַפֿילו אין די אויגן פֿון אלי וויזעל וואָס איז דאָרט געווען, לייענען מיר אין זײַן אַרטיקל וועגן קאַצעטניקס בוך.

די וויכטיקייט פֿון אָט דעם אַרטיקל, וועלכער פֿיגורירט נישט אין קיין שום ביבליאָגראַפֿישער רשימה וועגן קאַצעטניקס שאַפֿן, שטעקט ערשטנס, אין וויזעלס טאַלאַנט איבערצוגעבן אין אַ צוציִענדיקער פֿאָרם דעם אינהאַלט פֿון אַ בוך, צוגעבנדיק זײַנע אייגענע רעאַקציעס און פּירושים; צווייטנס, נישט געקוקט אויף דעם וואָס וויזעל אַליין איז געוואָרן געפּרוּווט און האָט דורכגעלעבט די גרוילן פֿון אוישוויץ און בוכנוואַלד, הערט ער נישט אויף צו לויבן קאַצעטניקס שרײַבערישע קונסט. וויזעל באַגלייט זײַן רעצענזיע וועגן "דער זייגער וואָס איבערן קאָפּ" מיט אַ טיפֿער פֿאַרטײַטשונג, ווי איינער וואָס איז באַקאַנט פֿון דער נאָענט מיטן באַשריבענעם, דערקלערט דאָס פֿאַרשריבענע, און זאָגט זיך אַרויס כּסדר, באַטאָנענדיק די טראַגישקייט פֿונעם טעקסט.


די פּאָעטיק פֿון אלי וויזעל, דער ייִדיש־שרײַבער

אין זײַנע מעמואַרן, וואָס אלי וויזעל האָט פֿאַרפֿאַסט אויפֿן סמך פֿון זײַנע טאָגביכער, שרײַבט ער, אַז דער געדאַנק וועגן זײַן פֿליכט צו פֿאַרשרײַבן אַלץ וואָס מיט אים האָט פּאַסירט אין דער נאַצי־תּקופֿה, האָט אים נישט געלאָזט צו רו במשך די פֿולע צען יאָר אין וועלכע ער האָט ניט געשריבן וועגן דעם. אין אָט דער צײַט האָט ער זיך נישט געפֿילט בכּוח צו טאָן זײַן פֿליכט. די שטומעניש וואָס ער האָט גוזר געווען אויף זיך צווישן זײַנע 16 און 26 יאָר, איז געווען אין אַ געוויסן זין אַן אָפּשפּיגלונג פֿון פֿאַרשווײַגעניש־בונד וואָס האָט געהערשט צווישן אים און זײַנע חבֿרים אין זעלבן עלטער, מיט וועלכע ער האָט געוויילט די ערשטע יאָרן פֿון זייער באַפֿרײַונג פֿון בוכנוואַלד, אין ספּעציעלע אַנשטאַלטן פֿאַר רעליגיעזע מלחמה־יתומים פֿון בוכנוואַלד.

אין די ערשטע פּלטים־יאָרן פֿון זײַן לעבן אין פּאַריז און אומגעגנט (1945—1948), אין עלטער פֿון 17 ביז 19 יאָר — אַ יונגער בחור אין אַ גרופּע געראַטעוועטע יוגנטלעכע שומרי־מצוות — האָט אלי וויזעל ווײַטער געלערנט תּורה און אָפּגעהיט ייִדישע דינים. אין דער זעלבער צײַט האָט ער זיך געלערנט פֿראַנצויזיש און פֿראַנצויזישע ליטעראַטור. ווי אַ באַגאַבטער מוזיקער, האָט ער אויך אָנגעפֿירט מיט אַ כאָר, אין איינעם פֿון די אַנשטאַלטן וווּ עס האָבן זיך געפֿונען זײַנע חבֿרים־פּליטים. אין יאָרצענדליק 1945—1955 האָט ער, ווי שוין געזאָגט, געשריבן אויף ייִדיש אויף פֿאַרשיידענע טעמעס (דער חורבן אויסגעשלאָסן). ווי אַ געראַטעוועטער יוגנטלעכער, איז זײַן ערשטער אימפּולס געווען, צו געפֿינען אַ "זיץ אין לעבן". דערפֿאַר האָט ער אָפּגעלייגט זײַן עליה קיין ארץ־ישׂראל אויף אַן אומבאַשטימטער צײַט, און איז געבליבן לעבן אין פּאַריז, און אין יאָר 1956 זיך אַריבערגעפּעקלט קיין ניו־יאָרק. אין אָט דער צײַט האָט ער זיך פֿאַרנומען מיט אַלגעמיינער בילדונג און מיט אויסזוכן פּרנסה, ווי אַן איבערזעצער, אַ שרײַבער, און אַ זשורנאַליסט אויף ייִדיש און העברעיִש.

זײַנע אָנהייבן ווי אַ ייִדישער שרײַבער, זײַנען באַאײַנפֿלוסט געוואָרן קודם־כּל פֿון זײַן זשורנאַליסטישער טעטיקייט. דערפֿאַר האָט ער זיך פֿאַרנומען אין יאָרצענדליק 1947—1957, סײַ ווי אַ זשורנאַליסט און סײַ ווי אַ שרײַבער אויף ייִדיש, דער עיקר, מיט אַלץ וואָס עס טוט זיך אין ארץ־ישׂראל און אין מדינת־ישׂראל (אַזוי בײַם שרײַבן וועגן דער פּרשה־"אַלטאַלענאַ", אויך אין זײַן קורצער דערציילונג וועגן אַ געפֿאַלענעם סאָלדאַט בעת דער אומאָפּהענגיקייט־מלחמה פֿון 1948, און אין זײַן שפּיאָנאַזש און אַוואַנטורע־ראָמאַן אויך אויף ייִדיש, "שטילע העלדן", געדרוקט אין "פֿאָרווערטס", מיט פֿאָרזעצונגען, וועגן די באציִונגען צווישן מדינת־ישׂראל און ממלכת־מצרים האַרט פֿאַר "מבֿצע־קדש" — די סיני־מלחמה — און פֿאַרענדיקט קורץ פֿאַרן אויסברוך פֿון דער מלחמה אַליין). עס איז קיין ספֿק נישט, אַז דער אײַנגעבוירענער זשורנאַליסט אין אים האָט געבוירן דעם שרײַבער אין אים.

אָט די מסקנה איז נישט חל אויף זײַן בוך "...און די וועלט האָט געשוויגן", וואָס איז דערשינען סוף 1955. אָט דער בוך איז אַ שרײַבערישער אויסנאַם. דעם כּתבֿ־יד האָט וויזעל געשריבן אין איין אָטעם כּסדר, דווקא נאָך דעם ווי ער האָט זיך איזאָלירט לחלוטין פֿון דער אַרומיקער סבֿיבֿה, במשך דרײַ וואָכן אויף אַ שיף אין מיטן ים, אין זײַן קאַיוטע.

ווען וויזעל איז אָנגעקומען אין ניו־יאָרק, אין יאָר 1956, ווי אַ קאָרעספּאָנדענט פֿון דער ארץ־ישׂראלדיקער העברעיִשער צײַטונג, "ידיעות אחרונות", האָט אים אַן אויטאָ איבערגעפֿאָרן אין גאַס. אַרום דעם און אַרום זײַן שפּיטאָליזירונג האָט ער אָפּגעדרוקט אויף ייִדיש אַ סעריע אַרטיקלען אין "פֿאָרווערטס", אין צען פֿאָרזעצונגען, פֿון 1טן ביזן 21סטן אַפּריל 1957. אָט די דערציילונג אויף ייִדיש איז שפּעטער דערשינען ווי אַ באַזונדערע שאַפֿונג אין אַנדערע שפּראַכן און פֿאָרמאַטן. דאָרטן גיט ער איבער, אין דער ערשטער פּערזאָן, אַ כראָניק פֿון דעם אויטאָמאָביל־אַקצידענט און זײַנע נאָכווייען, אין וועלכער מיר געפֿינען, אַ סעריע זשורנאַליסטישע אַרטיקלען וועגן ניו־יאָרק, שפּיטעלער, און געשטאַלטן אַרום זיי און אַרום אים.

צווישן די שווערע הונדערטער און אפֿשר טויזנטער אַרטיקלען וואָס וויזעל האָט געדרוקט אין "פֿאָרווערטס", געפֿינט זיך לכל־הפּחות נאָך איין סעריאַליזירטער ראָמאַן אויף ייִדיש מיטן נאָמען "אלישע", געדרוקט אין 22 פֿאָרזעצונגען. וויזעל אַליין דערקלערט אין אַן אַרײַנפֿיר צום ראָמאַן, וועמענס טעמע זײַנען די אונטערערדישע ישׂראלדיקע אָרגאַניזאַציעס אין דער צײַט פֿון דעם ענגלישן מאַנדאַט אין די יאָרן 1945—1947, אַז ער שרײַבט נישט קיין געשיכטע, נאָר אַ ראָמאַן. דער אונטערשייד צווישן ביידע צוגאַנגען צו דער טעמע — דער היסטאָרישער צוגאַנג, וואָס וויזעל שלאָגט אָפּ, און דער ליטעראַרישער — וואָס וויזעל ראָמאַניזירט, שטעקט אין דעם פֿאַקט וואָס דער גאַנצער ראָמאַן פֿאַרנעמט זיך מיט יענעם קאַפּיטל וואָס וויזעל האָט נישט דערלעבט איבערצולעבן, ווי איינער פֿון יענע הונדערטער־טויזנטער לעבן־געבליבענע פּליטים פֿון אומקום וואָס זענען עולה געווען און אָנטייל גענומען אין ישׂראלס קאַמף קעגן מאַנדאַט. אלישע, די צענטראַלע געשטאַלט אין ראָמאַן, איז אלי וויזעלס Alter Ego מיט וויזעלס ביאָגראַפֿיע. אלישע איז עולה קיין ארץ־ישׂראל און ווערט אַ מיטגליד פֿון אַן ישׂראלדיקער אונטערערדישער קאַמף־אָרגאַניזאַציע. אַזוי אַרום רעאַליזירט אלי וויזעל אין זײַן ראָמאַניסטישן ליטעראַרישן דמיון דאָס וואָס ער איז נישט מסוגל געווען צו טאָן מיט זיך אַליין אויף דער וואָר.

וויזעלס שרײַבערישע טעטיקייט אויף ייִדיש האָט געפֿירט שפּעטער צו זײַן זשורנאַליסטישער אַרבעט אויף העברעיִש, וועלכע האָט זיך אָנגעהויבן אין 1950, אין דער טאָגצײַטונג "ידיעות אחרונות" און זיך געצויגן אַזוינע 50 יאָר.