(סוף פֿון פֿריִערדיקן נומער)
די טעג געפֿינען זיך אין דרוק פֿיר ביכער וואָס וועלן דערשײַנען אין יאָר 2012, אַרויסגעגעבן פֿונעם דבֿ סדן-פּראָיעקט בײַ דער ייִדיש-קאַטעדרע פֿון העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים. די אַלע ביכער זענען געקניפּט און געבונדן מיטן חורבן און ווידער־אויפֿבוי פֿון דער ייִדישער קולטור און לעבן נאָך די אומקום-יאָרן אויף דער גאָרער וועלט און אין מדינת-ישׂראל. ד״ר אליהו סלע-סלדינגר, אַליין אַ געראַטעוועטער ייִנגל פֿון בערשאַד (אַ געטאָ און לאַגער אין טראַנסניסטריע), איז דער מחבר פֿון בוך אחר התופת (נאָכן גיהנום). דאָס איז זײַן אויטאָביאָגראַפֿיע, באַזירט אויף די טאָגביכער וואָס ער האָט געפֿירט כּמעט טאָג-טעגלעך אין די יאָרן 1947—1952, זײַענדיק אַ יונגער בחור פֿון 16 ביז 21 יאָר. דאָס בוך (איבער 400 זײַטן) איז דאָס אַכטע ווערק וואָס ד״ר אליהו סלע-סלדינגר פֿאַרעפֿנטלעכט. אין אים וועט דער לייענער באַקומען אַ באַגריף פֿון דעם מאַרשרוט וואָס אַ גרופּע שואה-יתומים פֿון דער שארית-הפּליטה מאַכט דורך נאָך דער באַפֿרײַונג לענגאויס אייראָפּע, דערנאָך מיט דער אומלעגאַלער עליה, קאַראַנטין אין קפֿריסין און אָפּקומעניש דאָרט, ביז זײַן עליה קיין ארץ-ישׂראל; און דעם ווידער־אויפֿבוי סײַ פֿון זײַן פּערזענלעכן לעבן און סײַ פֿון זײַן צושטײַער ווי אַ דערציִער, שרײַבער, און אַקאַדעמישער פֿאָרשער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור בעתן אומקום. דאָס בוך דערשײַנט בשותּפֿות מיטן ה. לייוויק-פֿאַרלאַג בײַם פֿאַראיין פֿון ייִדישע שרײַבער און זשורנאַליסטן אין ישׂראל, בית לייוויק, תּל-אָבֿיבֿ.
אַ צווייט בוך, וואָס דערשײַנט הײַיאָר אין פֿאַרלאַג פֿון דער ייִדיש-קאַטעדרע אין ירושלים, איז אַ גלענצנדיקע פֿאָרש־אַרבעט געשריבן פֿון ד״ר מנחם קרן וועגן דער ייִדישער און העברעיִשער ליטעראַטור און פּרעסע, אונטערן טיטל מרמורש סיגט: מרכז יהודי למרגלות הרי הקרפטים — תולדות ותרבות. דאָס בוך האָט באַקומען די רובינליכט-פּרעמיע, פֿאַרטיילט אין בית-לייוויק סוף 2011 (זע די מאָטיוון פֿון דער זשורי, געדרוקט אין "פֿאָרווערטס" 23סטער דעצעמבער, 2011).
ווײַטער גייען אין דרוק מאָנאָלאָגן און דיאַלאָגן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, אויסגעפֿירט צו ווערן אויף דער בינע — פֿון חיים-נחמן ביאַליקס "דאָס לעצטע וואָרט" ביז מרדכי שטריגלערס "בוכנוואַלדער זאָרגן". די מאָנאָלאָגן און דיאַלאָגן, געשריבן, צווישן אַנדערע, פֿון שלמה גילבערט, יוסף טונקל (דער טונקעלער), און אַהרן צייטלין, זענען באַזאָרגט מיט קורצע אַרײַנפֿירן, וועלכע שטעלן אַוועק יעדן איינעם פֿון די טעקסטן אין אַ ביאָגראַפֿישן און היסטאָרישן קאָנטעקסט. דאָס בוך ווערט באַגלייט פֿון אַן אויספֿירלעכן אַרײַנפֿיר וואָס באַהאַנדלט די מאָנאָלאָגן און דיאַלאָגן ווי אַ ליטעראַרישע פֿאָרעם, מיט אַ צוגאָב פֿון אַן אויספֿירלעכער ביבליאָגראַפֿיע וועגן דער געשיכטע פֿון אָט דער ליטעראַרישער פֿאָרעם בכלל, און אין דער ייִדישער און העברעיִשער ליטעראַטור בפֿרט. דאָס בוך איז צוויישפּראַכיק — דער ייִדישער מקור גייט רעכטס און די העברעיִשע איבערזעצונג — לינקס. אַ טייל פֿון די מאָנאָלאָגן און דיאַלאָגן זענען אינסצעניזירט געוואָרן אויף ייִדיש און געבראַכט געוואָרן אין אַ העברעיִשער איבערזעצונג, בעת דער ירושלימער קאָנפֿערענץ וועגן 100 יאָר ייִדיש, 1908—2008, אָפּגעהאַלטן אין דעצעמבער 2009, אין ווײַז-אוידיטאָריום פֿונעם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים.
וועגן פֿערטן בוך וואָס גייט אַרײַן אין דרוק, איז געווען אַ דערמאָנונג אין "פֿאָרווערטס", אין אַן אַרטיקל געשריבן צוזאַמען מיט מרים טרין, זע: יחיאל שיינטוך און מרים טרין, "וועגן אַ בריוו־אויסטויש צווישן מרדכי שטריגלער און ה.לייוויק (1945—1952: אויף די שפּורן פֿון אַן ערשטן בריוו)", "פֿאָרווערטס", מײַ 13, 2011. דאָס בוך אַנטהאַלט 75 בריוו, וואָס שטריגלער און לייוויק האָבן געשריבן איינער צום צווייטן במשך פֿון זיבן יאָר. אין אָט די בריוו צעוויקלט זיך אַ ברייטע קאַנווע פֿון פּראָבלעמען און פֿאַרמעסטן פֿאַר וועלכע עס שטייען ייִדן פֿון דער שארית-הפּליטה, גלײַך נאָך די מלחמה-יאָרן, צוזאַמען מיט באַטראַכטונגען וועגן דער אַנטוויקלונג פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור און פּרעסע נאָכן חורבן און דילעמעס פֿאַרבונדן מיטן שאַפֿן פֿון ליטעראַטור בײַ ייִדן אויף ייִדיש און אויף העברעיִש, אויפֿן פֿאָן פֿון די שטרײַטן און לעבנס-פּראָבלעמען פֿון ייִדישן ייִשובֿ אין ארץ-ישׂראל און אין מדינת-ישׂראל. צווישן אַנדערע רירט אָן שטריגלער אויף אַ מעכטיקן אופֿן זײַן קוק אויף דוד בן-גוריונס באַציִונג צו דער שארית-הפּליטה און ער אַליין שלאָגט זיך מיט דער דעה אָן אויפֿהער, יאָ צי נישט עולה צו זײַן.
ווי געזאָגט, די בריוו דערמעגלעכן אַן איבערבליק איבער אַ תּקופֿה אין דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער קולטור, וואָס איז ווייניק באַשריבן געוואָרן, און בלײַבט ביז הײַנט ליידער גאַנץ אומבאַקאַנט. די ערשטע זיבן יאָר נאָך דער צווייטער וועלט-מלחמה, און די פּראָבלעמען פֿון דער שארית-הפּליטה, פֿאָדערן באַלויכטן צו ווערן מיט דערקלערונגען וועגן יענע ענינים, וואָס טויכן אויף אין דעם בריוו־אויסטויש צווישן צוויי קאָריפֿייען פֿון דער ייִדישער קולטור. אָבער, אליה וקוץ בה, סײַ דער לייענער פֿון אַזאַ בוך און סײַ זײַנע רעדאַקטאָרן וואָלטן נישט פֿאַרשטאַנען אַקוראַט וועגן וואָס עס שמועסן זיך דורך די ביידע. האָבן מיר געמוזט דערקלערן אין אַ סעריע פֿון אַזוינע 900 הערות, דאָס וואָס איז געווען אומפֿאַרשטענדלעך בײַם ערשטן אויגנבליק. די אַרײַנגעלייגטע פֿאָרש־אַרבעט, באַזאָרגנדיק די בריוו מיט שפּראַכלעכע און קולטור-היסטאָרישע דערקלערונגען, וועט דערמעגלעכן צו באַקומען אַ קלאָר בילד פֿון דער תּקופֿה און פֿון די צוויי פּערזענלעכקייטן, וואָס זענען פֿאַרבונדן מיט איר.
די קנאַפּע 600 זײַטן פֿון בוך וועלן אַנטהאַלטן אויך אַ שליסל פֿון נעמען און אַ שליסל פֿון ענינים, וואָס ווערן דערמאָנט אין די בריוו און אין די הערות. צו דעם זענען בײַגעלייגט געוואָרן אויך צוהאַנגען צו די בריוו, צום אַרײַנפֿיר און צום גאַנצן בוך בכלל, כּדי ממשותדיק ברענגען פֿאַרן לייענער די באַטרעפֿלעכע דאָקומענטאַציע, וועגן וועלכער עס ווערט גערעדט אין גאַנצן בוך.
במשך פֿון די פֿאַרלאָפֿענע יאָרן אַרבעט אויף אַזאַ אויסגאַבע, איז קלאָר געוואָרן פֿאַר די רעדאַקטאָרן פֿון בוך, אַז סײַ מרדכי שטריגלער און סײַ ה. לייוויק האָבן באַזוכט מדינת-ישׂראל אין די ערשטע פּאָר יאָר פֿון איר עקזיסטענץ, און האָבן אין זייער בריוו־אויסטויש וועגן דעם קורץ געמאָלדן איינער דעם אַנדערן; און דער עיקר, זיי האָבן פֿאַרעפֿנטלעכט זייערע אײַנדרוקן אין דער ייִדישער פּרעסע, נאָכן באַזוכן מדינת-ישׂראל. אָט די רײַזע-אײַנדרוקן פֿון ביידע שרײַבער, זענען אַ היסטאָרישער דאָקומענט פֿון אַ קולטור-געשיכטלעכער ווערט, פֿאַרבונדן מיט מדינת-ישׂראל אין שפּיגל פֿון צוויי ייִדישע ביז גאָר וויכטיקע שרײַבער, וועמענס צובונד צו דער מדינה און זאָרג פֿאַר איר צוקונפֿטיקער אַנטוויקלונג ווי אַ מדינה פֿון ייִדישן פֿאָלק, שפּרודלט אַרויס פֿון אַלץ, וואָס זיי שרײַבן און קומט צו אַ בולטן אויסדרוק אין זייער בריוו־אויסטויש. האָבן מיר דערפֿאַר באַשלאָסן, אַז עס וועט צוגעגרייט ווערן אַ צווייטער באַגלייטבאַנד: "רײַזע-באַשרײַבונגען פֿון אַ באַזוך אין מדינת-ישׂראל (1949—1950) פֿון ה.לייוויק און מרדכי שטריגלער". אַזאַ באַגלייטבאַנד וועט אויף זיכער זײַן אַ וועזנטלעכער צושטײַער צו דער געשיכטע פֿון מדינת-ישׂראל אין ליכט פֿון ייִדישע שרײַבער.
אין אָט דעם באַגלייטבאַנד ווערן אַרײַנגענומען 30 קאַפּיטלען פֿון אַ צײַטונגס-סעריע, וואָס ה.לייוויק האָט אָפּגעדרוקט קורץ נאָך זײַן באַזוך אין מדינת-ישׂראל און אַ סעריע פֿון אַ פֿיר אַרטיקלען, וואָס מרדכי שטריגלער האָט אָפּגעדרוקט אין דער ייִדישער פּרעסע ווי אַ רעזומע פֿון זײַנע דראַמאַטישע און טראַוומאַטישע אײַנדרוקן ווי אַ ייִדישער שרײַבער און געראַטעוועטער פֿון אומקום, נאָך זײַן באַזוך אין מדינת-ישׂראל אין יאָר 1949, צוזאַמען מיט אַ דאָקומענט פֿון מינדלעכער עדותשאַפֿט — אַ דעפּאָזיציע פֿון מרדכי שטריגלער אין יאָר 1968, וועגן זײַנע קאָמפּליצירטע באַציִונגען מיט דוד בן-גוריון זינט 1945.
צווישן אַנדערע ווערט געבראַכט אין אָט דעם באַגלייטבאַנד אויך אַ דאָקומענטירטע עדותשאַפֿט פֿון ה. לייוויקן וועגן זײַן רעפֿעראַט אין העברעיִשן פּען-קלוב אין מדינת-ישׂראל אין יאָר 1950, און דעם ביטערן וויכּוח צווישן אים און די העברעיִשע שרײַבער וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור און קולטור און איר גורל. לייוויק שרײַבט: "צום באַדויערן אָבער האָבן גראָד די מערסטע קאָלעגן שרײַבער, וואָס זענען געווען אויף דעם פּען-אָוונט אויפֿגענומען דעם ענין [ייִדיש] מיט אָן אַן ערך ווייניקער פֿאַרשטענדעניש און ווייניקער פֿאַרטיפֿונג ווי דער פּרעמיער בן-גוריון."
און וועגן בן-גוריונס שטעלונג צו ייִדיש, בעת זײַן געשפּרעך מיט אים זומער 1950, שרײַבט ה.לייוויק איבערגעבנדיק כּמעט ווערטלעך בן-גוריונס ענטפֿער אויף לייוויקס באַמערקונגען: "דער ענין ייִדיש אין ישׂראל זעט אויס אין מײַנע אויגן הײַנט אַנדערש ווי פֿריִער. [...] מיט פֿערציק יאָר צוריק האָבן מיר געמוזט אָננעמען, און אָנגענומען, די אומקאָמפּראָמיסלעכע שטעלונג, אַז נאָר העברעיִש. כ’וואָלט דעמאָלט ניט אַרויסגעוויזן קיין שום ווילן, אַז מײַנע קינדער, למשל, זאָלן קענען די ייִדישע שפּראַך. הײַנט גראָד וואָלט איך ניט וועלן, אַז מײַנע קינדער זאָלן ניט קענען קיין ייִדיש."