(צום דרײַסיקסטן יאָרצײַט פֿון זײַן פּטירה)
וואָלט געווען בײַם באַרג סיני אַ רעקאָרדיר-אַפּאַראַט, וואָלטן מיר הײַנט געקענט זיך צוהערן צו די דונערן און בליצן, און אפֿשר אַפֿילו צו גאָטס וואָרט אַליין. אָבער, אַז מיר זײַנען זוכה אין אונדזער צײַט כּמעט צו אַ גאַנצן תּחית־המתים, און קענען זיך צוהערן צום לעבעדיקן וואָרט פֿון ייִדישע שרײַבער וואָס געפֿינען זיך שוין לאַנג אויפֿן עולם-האמת — דאַרפֿן מיר אויף דעם בענטשן ברכּת-כּהנים.
שעהען לאַנג בין איך געזעסן צוגעשמידט צו אַן אָדיאָ-אַפּאַראַט און זיך צוגעהערט מיט גרויס הנאה און נײַגער צום ליטווישן ייִדיש פֿון מײַן באָבע חווה-לאה און מײַן מאַמען אין מויל פֿון חיים גראַדען. זײַן ווילנער אייגנאַרטיקער ייִדיש איז מיט קליינע ענדערונגען געווען מײַן באָבעס שטייבצער און מײַן מאַמעס פּינסקער לשון.
ביז הײַנט פֿעלט אין דער אָפּשאַצונג פֿון חיים גראַדעס ליטעראַרישער ירושה, אַ גרינטלעכער אַנאַליז פֿון גראַדעס לעבעדיקן וואָרט, ווי אַ רעדנער און לעקטאָר וועגן ייִדישער ליטעראַטור, ייִדישער קולטור און ייִדישער רעטאָריק. עס פֿעלט אַ באַשרײַבונג פֿון זײַן אינטאָנאַציע, סטיל, און פּסיכאָלאָגישן חן — ווי נאָר גראַדע איז עס געווען מסוגל אויסצודריקן ברשות-הרבים און בעל-פּה — ס’הייסט, מינדלעך, טעאַטראַליש און הומאָריסטיש אַפֿילו.
ווי אַ רעדנער און לעקטאָר אין אוניווערסיטעטן און ייִדישע אינסטיטוציעס, ביבליאָטעקן און צוזאַמענטרעפֿן פֿון ווילנער און סתּם ייִדן, האָט גראַדע פֿאַרפֿיקסירט און פֿאַראייביקט דעם ליטווישן ייִדיש, מיטן צוגאָב פֿון זײַן אייגענעם אייגנאַרטיקן סטיל, אינהאַלט, שעפֿערישקייט און רעאַליסטישן צוגאַנג צו די פּראָבלעמען פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, מאָדערנער ייִדישער אידענטיטעט און ייִדישער קולטור-געשיכטע — באַשרײַבנדיק אין וואָרט און קלאַנג אויף זײַן ליטווישן ייִדיש דאָס ייִדישע לעבן פֿון דעם לערנער און בן-תּורה ביז צום עם-האָרץ און דעם המון.
אין סעפּטעמבער הײַיאָר, וועט באַשלאָסן ווערן, וואָס ס׳וועט זײַן מיט חיים גראַדעס פּריוואַטן אַרכיוו, וווּ עס געפֿינען זיך ניט ווייניק מאַנוסקריפּטן פֿון זײַנע רעדעס און לעקציעס בעל-פּה. איך זאָג, בעל-פּה, ווײַל נישט געקוקט אויף דעם וואָס גראַדע פֿלעגט צוגרייטן שריפֿטלעך זײַנע רעפֿעראַטן, איז אין דעם מאָמענט ווען ער איז געשטאַנען פֿאַר אַ פּובליקום פֿון צוהערער, האָט ער — ווי אַ באַראָמעטער — אויפֿן אָרט באַשלאָסן, מיט וועמען ער האָט צו טאָן, געביטן די פּלאַנירטע טעמע אָדער באַשלאָסן אַנדערש צו ריידן, און דער געשריבענער טעקסט איז פֿאַרבליבן פֿאַריתומט אין דער טעקע, און ער האָט אים קיין מאָל נישט פֿאָרגעלייענט.
איך מוז זיך מודה זײַן, אַז נישט נאָר פֿאַרשטיי איך חיים גראַדען, נאָר מיט מיר אַליין איז עס געשען בבֿחינת בדידי הווה עובֿדא: אין אויגוסט 2012 בין איך אײַנגעלאַדן געוואָרן צו האַלטן זעקס רעפֿעראַטן וועגן ייִדישער ליטעראַטור און שפּראַך אין אַ סעמינאַר פֿון דער ייִדישער געזעלשאַפֿט אין שוועדן, נעבן שטאָקהאָלם. כ’האָב צוגעגרייט יעדע לעקציע מיט ראָשי-פּרקים, אויסגעסדרט יעדע טעמע, וואָס צו זאָגן פֿריִער און וואָס שפּעטער; און אינעם מאָמענט ווען כ’בין געשטאַנען פֿאַר דעם פּובליקום פֿון אַרום 100 מענטשן (אַלע אין זייערע 50ער און 60ער יאָרן), זין און טעכטער פֿון געראַטעוועטע פֿון אומקום, מיט וועלכע איך האָב זיך קיין מאָל ניט געטראָפֿן און נאָר געוווּסט, אַז זיי קענען ייִדיש פֿון דער היים בלויז, דעמאָלט האָב איך אינסטינקטיוו אַוועקגעוואָרפֿן די ראָשי-פּרקים און דעם אײַנגעשטעלטן סדר בײַ יעדן רעפֿעראַט, און זיך געלאָזט גלײַך ריידן, אָנשטעלנדיק אַן אויער צו יעדן שאָרך און רעאַקציע פֿון פּובליקום, וואָס האָבן מיר אָנגעוויזן וווּהין צו פֿאָרן ווײַטער.
אין פֿאַרגלײַך מיט חיים גראַדעס באַגאַבטקייט ווי אַ לעקטאָר, זײַנען די מאַנוסקריפּטן פֿון זײַנע רעפֿעראַטן אין זײַן פּריוואַטן אַרכיוו — טויטע ווערטער. דער זשוואַווער לעבעדיקער גראַדע בעל-פּה, זײַן אינטאָנאַציע, זײַן טאָן, די איבערחזרונגען, זײַנע קווענקלענישן, די אָפּגעהאַקטע זאַצן און ניט-פֿאַרענדיקטע אַרויסזאָגן, צוזאַמען מיטן מעכטיקן שטראָם פֿון זײַן שפּרודלדיקן אינהאַלט, אַסאָציאַציעס, דיגרעסיעס און זײַן צוריקקומען שטענדיק צום עיקר — דאָס אַלץ צוזאַמען באַטרעפֿט אין זיך אַ שעפֿערישע קונסט שבעל-פּה, וואָס באַלײַכט ממקור-ראשון גראַדעס קוק אויפֿן ייִדישן לעבן, זײַן שאַפֿן, און זײַן צוגאַנג צו זיך ווי אַ שרײַבער, און צו ליטעראַטור.
פֿון אַלע ייִדישע שרײַבער וואָס האָבן עמיגרירט קיין אַמעריקע און טיילווײַז געלעבט פֿון געבן לעקציעס אויף ייִדיש פֿאַר אַ פּובליקום פֿון ליבהאָבער פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור, אין שטעט און שטעטלעך אין אַמעריקע, קאַנאַדע און אין אויסלאַנד, איז גראַדע אפֿשר דער שרײַבער, וואָס איז מער פֿון אַלע אַרומגעפֿאָרן (אויך איבער דער גאַנצער וועלט) מיט זײַנע רעפֿעראַטן, און געלעבט פֿון דעם ווי אַ פּרנסה-זאַך. גראַדע אַליין באַטאָנט, אַז עס איז נישט פֿאַראַן קיין איין באַרג אויף דער וועלט, איבער וועלכן ער איז נישט געפֿלויגן (אַ-פּראָפּאָ באַרג סיני). ניט שטענדיק איז זײַן פּובליקום געווען אויף דער געהעריקער הייך צו פֿאַרשטיין וועגן וואָס ער רעדט. זײַענדיק שוין אַ בן-שישים, איז ער געקומען אויף נאָך איין באַזוך אין מדינת-ישׂראל, מיט איבער פֿערציק יאָר צוריק, כּדי האַלטן אַ רעפֿעראַט וועגן חיים-נחמן ביאַליקן אינעם העברעיִשן אוניווערסיטעט, בײַ דער אָנוועזנהייט פֿון די פּראָפֿעסאָרן דבֿ סדן און חנא שמערוק בײַם ייִדיש-אָפּטייל. חנא שמערוק האָט געשיקט חווה טורניאַנסקין און מיך, מקבל-פּנים זײַן גראַדען אין זײַן האָטעל, אין נאָמען פֿונעם ייִדיש-אָפּטייל בײַם העברעיִשן אוניווערסיטעט. דאָס איז געווען מײַן ערשטע און איינציקע טרעפֿונג מיט גראַדען. בעת אַ קורצן שמועס, מיט זײַן כאַראַקטעריסטישער אָפֿנהאַרציקייט און אויפֿריכטיקייט, האָט ער שוין דעמאָלט זיך באַקלאָגט אַז “איך בין שוין מיד און דול אַרומצופֿאָרן און האַלטן לעקציעס פֿאַר אַלטע ייִדן וואָס ווערן אַנטשלאָפֿן בעת איך רייד פֿאַר זיי".
גראַדע האָט אָן אויפֿהער געזוכט זײַן פּובליקום און איז געווען איבערגליקלעך אַז ער האָט אָנגעטראָפֿן אויף אַ פּובליקום וואָס פֿאַרשטייט וועגן וואָס ער רעדט. און גערעדט האָט ער אָן אויפֿהער פֿאַר אַזאַ־אָ פּובליקום וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור, אירע דערגרייכונגען און דורכפֿאַלן, וועגן תּלמידי-חכמים אין דער ליטע, וועגן דער מוסר-באַוועגונג און אירע ישיבֿות, וועגן חזון איש, זײַן רבי אין די 1920ער און אָנהייב 1930ער יאָרן, וועגן ייִדישע שרײַבער אין רוסלאַנד, וועגן די קלאַסיקער, וועגן זיך אַליין און וועגן זײַן שאַפֿן...
כּמעין המתגבר... איז אַלץ אין ייִדיש דורכגעפֿלאָכטן מיט מאמרי-חז״ל און העברעיִשע ווערטער, אָנגעפּיקעוועט מיט אַלגעמיינעם וויסן פֿון דער וועלט־ליטעראַטור, קונסט, פֿילאָסאָפֿיע און אַפֿילו ביבל-קריטיק, אויטאָביאָגראַפֿישע פֿאַקטן און באַשרײַבונגען אין דער טיף, פֿון געשעענישן און מענטשן-טיפּן, דערשײַנונגען און אַנעקדאָטן פֿון ייִדישן לעבן אין ווילנע.
אין אויגוסט הײַיאָר, איז דערשינען אין דער ניו-יאָרקער "די צוקונפֿט", אַן אַרטיקל פֿון כוליאָ בן-שמואל וועגן חיים גראַדען און דעם חזון איש, זײַן רבי. דער אַרטיקל פּרעטענדירט צו זײַן אַן אַקאַדעמישע אָפּשאַצונג פֿון די באַציִונגען צווישן תּלמיד און זײַן רבין, אָבער עס פֿעלט דאָרט אַ דערמאָנונג פֿון אַ גרינטלעכער פֿאָרש־אַרבעט וועגן חזון איש, פֿון דאָקטאָר בנימין בראַון וואָס איז דערשינען זומער 2011. אין אָט דער מאָנומענטאַלער אָפּשאַצונג פֿון חזון איש, ווי דער פּוסק-הדור, דער גרויסער מאמין און דער מנהיג פֿון דער חרדישער רעוואָלוציע אין 20סטן יאָרהונדערט, ווערט אָפּגעגעבן אין צענדליקער מקומות אַ ברייט אָרט פֿאַר חיים גראַדעס שריפֿטן וועגן חזון איש, ווי אַ היסטאָרישער מקור זיך צו באַקענען נענטער מיטן חזון איש און זײַן דרך, זײַן פּערזענלעכקייט און זײַן דרך-התּורה.
נישט געקוקט אויף דעם וואָס בנימין בראַונס בוך פֿון מער ווי 950 זײַטן איז געשריבן אויף העברעיִש, געפֿינען מיר דאָרט צעזייט און צעשפּרייט ציטאַטן אויף ייִדיש פֿון חזון איש אַליין, וועלכער איז געווען אײַנגעטונקען אין ש"ס און פּוסקים, און געשריבן צענדליקער הלכה-ספֿרים, און בריוו אויף העברעיִש. דער חזון איש האָט אָבער אינעם טאָג-טעגלעכן לעבן גערעדט ייִדיש. דער פֿרומער ייִדיש פֿון מאָדערנעם ייִדישן דיכטער, פּראָזאַיִקער, און פּרעלעגענט חיים גראַדע, איז אויף זיכער באַאײַנפֿלוסט געוואָרן פֿון ייִדישן לשון פֿון זײַן רבין, אין די וויכטיקסטע פֿאָרמאַציע־יאָרן פֿון יונגן חיים גראַדע, וועלכער איז געווען דעם חזון אישס אַ תּלמיד צווישן די יאָרן 1925—1932.
אַ שאָד נאָר, וואָס די ציטאַטן פֿון חיים גראַדעס צמח אַטלאַס, וווּ דער חזון איש איז אַ צענטראַלע פֿיגור, ווערן אָנגעגעבן אין בנימין בראַונס בוך, לויט דער העברעיִשער איבערזעצונג.
מײַן טענה איז, אַז אויב די גרינטלעכע פֿאָרש־אַרבעט פֿון בנימין בראַון וועגן חזון איש ציטירט אָן אויפֿהער חיים גראַדעס שריפֿטן וועגן חזון איש, האָבן מיר אַ גאַראַנטיע, אַז גראַדעס רעאַליזם איז אויך אַ רעאַליזם מיט אַ וויכטיקן היסטאָרישן ווערט; ווײַל אויב דער מחבר בנימין בראַון, אַן אויסגעשולטער אויפֿן פֿאַקולטעט פֿאַר יוריספּרודענץ בײַם העברעיִשן אוניווערסיטעט, מיט טיטלען אין אַלגעמיינער פֿילאָסאָפֿיע און יודאַיִסטישע וויסנשאַפֿטן, אַ בקי אין אַלץ וואָס איז געשריבן געוואָרן וועגן חזון איש אויך אינעם חרדישן לאַגער — אויב ער געפֿינט אויס, אַז ציטירן גראַדען הייסט צוגעבן וויסן און אַ בעסערן פֿאַרשטאַנד פֿאַר דער פּערזענלעכקייט און דרך-התּורה פֿון חזון איש, איז עס אַ זעלטענע אָנערקענונג פֿון גראַדעס עקסעלענץ, ווי אַ שרײַבער און אַן אמתדיקער פֿאַרשרײַבער פֿון אַ וועלט, וואָס איז מער נישטאָ.
גלײַך ווי עס איז דאָ אַ חיים-נחמן ביאַליק בכּתבֿ און אַ חיים-נחמן ביאַליק בעל-פּה — צוויי פֿאַרשיידענע אופֿנים פֿון אַרויסזאָגן זיך — אַזוי איז פֿאַראַן אַ חיים גראַדע בכּתבֿ אין זײַנע קינסטלערישע שאַפֿונגען, און אַ חיים גראַדע בעל-פּה (אַרײַנגערעכנט זײַנע בריוו צו ייִדישע שרײַבער און חבֿרים תּלמידי-חכמים, צו וועלכע ער שרײַבט ווי ער וואָלט גערעדט איש עם חברו). חיים גראַדע בעל-פּה דערמאָנט און איז אָפֿט מאָל מפֿרש זײַן בכּתבֿ, און צו מאָל אַנטבלויזט ער מינדלעך דאָס וואָס ער האָט נישט געוואָלט שרײַבן ווי אַ קינסטלער וועמענס ציל איז צוריק צו רעסטאַוורירן אַ וועלט מיט ייִדן, וואָס סטאַלין און זײַן קליקע האָבן פֿאַרניכטעט.
חיים גראַדעס קריטיק און השׂגות ווי אַ מאָדערנער ייִד נאָכן חורבן, קומען, דער עיקר, צום אויסדרוק אין זײַנע לעקציעס און רעדעס, און נישט אין זײַן ליטעראַרישן שאַפֿן. ווען אין איינער פֿון זײַנע לעקציעס גיט ער אַן אָנצוהערעניש, אַז "מײַן קריג מיט הערש ראַסיינער" איז אַ קינדערשפּיל אַנטקעגן די וויכּוחים און רײַסענישן צווישן אים און דעם חזון אישס משפּחה אין בני-ברק, אין יאָר 1962" — הערן מיר אַ גאָר אַנדערן טאָן און אַ גאָר אַנדער דעה וועגן דער חרדישער וועלט וואָס ער באַשרײַבט אַזוי עפּיש און סימפּאַטיש אין זײַן צמח אַטלאַס און אין זײַנע פּאָעמעס וועגן די תּלמידי-חכמים אין דער ליטע. בעל-פּה זאָגט ער זיך זייער שאַרף אַרויס קעגן בני-ברק, אַז זיי זײַנען געבליבן שטעקן אין יאָר 1932 (אַ יאָר פֿאַר היטלערס אַרויפֿקלעטערן אויפֿן בענקל), וווּ ער האָט זיי איבערגעלאָזט אין ווילנע, עלעהיי עס זענען נישט אומגעקומען זעקס מיליאָן ייִדן, נאָר ווײַל זיי זײַנען געווען ייִדן.
אַפֿילו צו דעם חזון איש האָט חיים גראַדע טענות ממגרש ליבו; טענות, וועגן וועלכע ער שרײַבט נישט אין זײַנע ליטעראַרישע שריפֿטן. גראַדע זאָגט בפֿירוש, אין איינער פֿון זײַנע לעקציעס, אַז עס זענען דאָ ווייטיקדיקע ענינים, פֿאַרבונדן מיטן חזון איש, וועגן וועלכע ער האָט באַשלאָסן, ווי אַ קינסטלער, ניט צו שרײַבן. אָבער ברמז און נישט-ברמז זאָגט ער מיטן פֿולן מויל, אַז די דאָגמאַטישע פֿאַנאַטישקייט פֿון חזון איש, צוזאַמען מיט אַלע זײַנע מעלות און גרויסקייט ווי אַ מענטש מיט אַ ביז גאָר טיפֿן מיטגעפֿיל צו מענטשן, איז ער נישט געקומען אויף דער לוויה פֿון גראַדעס פֿאָטער, ווײַל דער פֿאָטער איז געווען אַ משׂכּיל. און גראַדע דערציילט, ווי ער האָט זיך נוקם געווען אין חזון איש, זײַן רבין, און גלײַך חרטה געקראָגן.
פֿון חיים גראַדע בעל-פּה, ווערט קלאָר, אַז די מעשׂה וואָס כוליאָ בן-שמואל דערציילט אין "די צוקונפֿט", וועגן הרבֿ ניסים קאַרעליצעס שווײַגן, ווען ס’איז געקומען צו די רייד וועגן חיים גראַדען, און דאָס פֿאַרשווײַגן פֿון גראַדעס נאָמען ווי אַ תּלמיד פֿון חזון איש אין דער דרײַבענדיקער ביאָגראַפֿיע פֿון חזון איש, פּאר הדור — דאָס אַלץ איז פֿאַרבונדן נישט נאָר מיטן פֿאַקט וואָס גראַדע איז געווען בבחינת “שנה ופרש"; עס ווײַזט זיך אַרויס, אַז גראַדע האָט זיך פֿאַרמאָסטן אין יאָר 1962, אין בני-ברק, אָנצוהאַלטן אַ וויכּוח, און איז אַרויסגעטראָטן שטאָל און אײַזן מיט זײַן מאָדערנעם ייִדישן באַוווּסטזײַן קעגן דער חרדישער טענדענץ, ווי ער רופֿט עס אָן, אויסצוזוכן פֿון אונטער דער ערד דאָס וואָס צעשיידט ייִדן און נישט דאָס וואָס פֿאַראייניקט זיי. איבער דעם שווײַגט מען אין בני-ברק, ווען חיים גראַדעס נאָמען ווערט דערמאָנט.
חיים גראַדעס ביאָגראַפֿיע איז פֿאַרהילט אין אַ געדיכטן נעפּל. עס זענען פֿאַראַן אַ סך פּרטים וואָס מיר קענען נישט. אָנהייבנדיק פֿון דעם אָפּשטאַם פֿון זײַן נאָמען — גראַדע — און ענדיקנדיק מיט דעם מהלך פֿון זײַנע יונגע יאָרן אין ווילנע. דער כוליאָ בן-שמואל אין זײַן אַרטיקל אין "די צוקונפֿט" מאַכט אויפֿן נאָמען גראַדע אַ גאַנצן פּירוש... פֿון וואַנען האָט ער דאָס אַלץ גענומען? חיים גראַדע בעל-פּה, איז פֿול מיט אויטאָביאָגראַפֿישע פּרטים, דער עיקר, וועגן זײַן גײַסטיקער אויטאָביאָגראַפֿיע, ווען ער רעדט וועגן זיך, ווי אַ שרײַבער. דאָס אייגענע אין זײַנע בריוו צו קאָלעגן שרײַבער און חבֿרים תּלמידי-חכמים.
ווען עס וועט ווערן דערמעגלעכט צונויפֿצוקלײַבן גראַדעס לעבעדיק וואָרט, וועט אַנטדעקט ווערן אַן אוצר פֿון שעפֿערישקייט אין וואָרט און קלאַנג — אַ פּאָרטרעט פֿון אַ מענטש און אַ קינסטלער פֿון ייִדישן וואָרט, מיט אַ ווילנער קנייטש.