- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
ס‘רובֿ ייִדן איבער דער וועלט פֿײַערן די טעג מיט שטאָלץ און ווירדע דעם 60סטן יוביליי פֿון מדינת־ישׂראל. עס שאַפֿט זיך אָבער אַן אײַנדרוק, אַז אין ישׂראל גופֿא איז די שטימונג נישט גאָר אַ פֿײַערלעכע; ווי מע וואָלט זיך אַליין נישט פֿאַרגינען אַזאַ שיינע שׂימחה. פֿאַר וואָס זשע באַקומט זיך אַזוי, אַז די תּפֿוצות טראָגן זיך מער אַרום מיט מדינת־ישׂראל, ווי די ישׂראלים מיט זייער אייגענער היים? די נײַע אויסשטעלונג אינעם לאָנדאָנער מוזיי "טייט־מאָדערן" אַנטפּלעקט ניט קיין נײַע נעמען אָדער ריכטונגען אין דער מאָדערנער קונסט. אַנשטאָט דעם, ברענגט זי צונויף די ווערק פֿון דרײַ קלאַסיקער, וועלכע האָבן באַשטימט די ריכטונג פֿון דער אייראָפּעיִשער און אַמעריקאַנער קונסט אינעם 20סטן יאָרהונדערט׃ מאַרסעל דושאַן, פֿראַנסיס פּיקאַביאַ און מאַן ריי. זייער שעפֿערישע צוזאַמענאַרבעט האָט זיך אָנגעהויבן אין ניו־יאָרק ערבֿ דער ערשטער וועלט־מלחמה און האָט שפּעטער ממשיך געווען אין פּאַריז.
צו מרדכי שטריגלערס 10טע יאָרצײַט ברענגען מיר אַ ספּעציעלן אַרטיקל, אָנגעשריבן פֿאַרן "פֿאָרווערטס", אַ מין הקדמה צו אַ גרעסערן חיבור, וואָס באַהאַנדלט די באַציִונגען און ווידעראַנאַנדן צווישן דעם געוועזענעם רעדאַקטאָר פֿון "פֿאָרווערטס" און דעם גרינדער און אָנפֿירער פֿון מדינת־ישׂראל דוד בן־גוריון. צוליב טעכנישע סיבות און מאַנגל אין אָרט, ווערן דאָ נישט אָנגעוויזן די מקורים, אויף וועלכע עס שטיצט זיך אָט די הקדמה. זיי וועלן אָנגעגעבן ווערן בפֿירוש אין אַ גרעסערן חיבור. דער מחבר פֿון דעם אַרטיקל שטיצט זיך, צווישן אַנדערן, אויף שטריגלערס בריוו צו ייִדישע שרײַבער, אַרכיוו־מאַטעריאַלן, מינדלעכע אינטערוויוען, צײַטונגס־אַרטיקלען און געדרוקטע אָפּהאַנדלונגען.
די קאָנסערוואַטיווע באַוועגונג אינעם 60סטן יאָרטאָג פֿון מדינת־ישׂראל. — אינטערוויו מיטן ראַבײַ ענדראָ סאַקס, ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרווערטס" די קאָנסערוואַטיווע, גלײַך ווי די רעפֿאָרמער, זענען אַ נישט־אָרטאָדאָקסישע רעליגיעזע באַוועגונג, וואָס איז טעטיק אין ישׂראל זינט צענדליקער יאָרן. מען קאָן זאָגן וועגן די קאָנסערוואַטיווע, אַז זיי געפֿינען זיך צווישן דער אָרטאָדאָקסיע און רעפֿאָרעם, ווײַל זיי שטיצן אונטער די הלכה און ייִדישע טראַדיציעס. בעת מיר פֿײַערן 60 יאָר מדינת־ישׂראל, קען מען מאַכן דעם חשבון מיט די ווערטער: קאָלאָסאַלע דערגרייכונגען און באַאומרויִקנדיקע דערשײַנונגען. טעאָדאָר הערצל האָט פֿאַרשריבן אין זײַן טאָגבוך נאָכן ערשטן ציוניסטישן קאָנגרעס אין יאָר 1897 דאָס פֿאָלגנדיקע: "צו רעזומירן דעם קאָנגרעס אין איין פּסוק — אַ זאַך, וואָס איך וואָלט נישט געוואַגט צו טאָן עפֿנטלעך — דאַרף געזאָגט ווערן, אַז אין באַזעל האָב איך געשאַפֿן די ייִדישע מדינה. די תּורה זאָגט בײַם אָנהייב פֿון דער פּרשה, אַז אַ כּהן טאָר זיך נישט מטמא זײַן דורך אַ טויטן, אַחוץ געוויסע אויסנעמלעכע פֿאַלן. אין דער פּרשה ווערן אויך אָנגעגעבן אַ צאָל אַנדערע מיצוות, וואָס האָבן צו טאָן מיט די כּהנים: מיט וועמען זיי זאָלן חתונה האָבן, און אין וועלכע פֿאַלן זיי טאָרן נישט ברענגען קיין קרבנות אינעם בית-המיקדש. צו דער צײַט, ווען ס׳וועט אַרויסגיין דער דאָזיקער נומער פֿון "פֿאָרווערטס", וועט רוסלאַנד שוין האָבן דעם נײַעם פּרעזידענט — דמיטרי מעדוועדיעוו. איך שרײַב עס פֿריִער פֿונעם 7טן מײַ, דעם טאָג פֿון איבערלייגן די לייצעס פֿון וולאַדימער פּוטינס הענט. אָבער גאָר ניט אַלע לייצעס וועט ער אָפּגעבן, ווײַל זייער אַ סך מאַכט פֿאַרבלײַבט בײַ אים: ער וועט קאָמאַנדעווען מיט דער רעגירונג, ער וועט אָנפֿירן מיט דער פֿירנדיקער פּאַרטיי "פֿאַראייניקט רוסלאַנד" (אָן ווערן איר מיטגליד!), און ער איז די פּאָפּולערסטע פּערזענלעכקייט אין לאַנד. באַערונג־קאָנצערט פֿאַר די געפֿאַנגענע און פֿאַרשוווּנדענע אין די ראַמען פֿון די פֿײַערונגען, געווידמעט 60 יאָר מדינת־ישׂראל, וועט דער ישׂראלדיקער פֿילהאַרמאָנישער אָרקעסטער דורכפֿירן דעם 25סטן מײַ אַן אייגנאַרטיקן קאָנצערט: אַ מוזיקאַלישע באַערונג לכּבֿוד דעם געפֿאַנגענעם סאָלדאַט גלעד שליט און די פֿאַרשוווּנדענע סאָלדאַטן אהוד גאָלדוואַסער און אלעד רגבֿ. ס׳רובֿ פֿאָרשער פֿון אונדזער שפּראַך פֿאַרנעמן זיך בלויז מיט די אַלגעמיינע וועלטלעכע ווערק, און אינטערעסירן זיך נישט מיט דער מיזרח-אייראָפּעיִשער פֿרומער ליטעראַטור — אַחוץ איינצלנע אויסנאַמען, אַזעלכע ווי "שבֿחי בעש״ט" און רבי נחמנס "סיפּורי מעשׂיות". אין פֿאַרגלײַך מיט די אַלטע קלאַסישע ווערק, אַזעלכע ווי "צאנה-ראנה" און "מעשׂה-בוך", וועלכער זענען אַן אָפֿטער אָביעקט פֿון ליטעראַרישע, לינגוויסטישע און היסטאָרישע פֿאָרשונגען, בלײַבן די ביכער, מיט דרײַסיק יאָר צוריק איז בײַ מיר געבוירן און פֿאַרפֿעסטיקט געוואָרן די אידעע, און מײַן ווײַב האָט עס אונטערגעהאַלטן, אַז מיר מוזן פֿאַרלאָזן דעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. אָנגעגעבן דאָקומענטן האָבן מיר שפּעטער, אין האַרבסט 1979; אָבער זינט 1978 זײַנען מיר שוין "געזעסן אויף די וואַליזקעס". בײַ אונדז זײַנען טאַקע געשטאַנען צוגעגרייט זעקס וואַליזקעס פֿון אַ געוויסן סאָרט — פֿון אַ לײַכטער סחורה, כּדי אײַנשפּאָרן וואָג פֿאַר נייטיקע זאַכן. לייענענדיק, אַז דער אַמאָליקער פּרעזידענט דזשימי קאַרטער מאַכט אַ לוסטרײַזע איבערן מיטעלן מיזרח און געפֿינט זיך איצט אין סיריע, וווּ ער פֿאַרהאַנדלט מיט די כאַמאַסניקעס וועגן אַ שלום־אָפּמאַך צווישן די ישׂראלים מיט די פּאַלעסטינער, איז מיר געקומען אויפֿן זינען צו פֿירן מיט אים אַ קאָרעספּאָנדענץ, נעמלעך, שרײַבן אים אַ בריוועלע. הײַנט אַז קאַרטער איז שוין כּמעט אין תּרחס יאָרן, זיצט אויפֿן זאָטל און איז אַ קאַפּיטשקע עובֿר־בטל, דאַרף מען מיט אים פֿאַרהאַנדלען ער זאָל אויפֿהערן מיט אונדז האַנדלען. נאָך אין יאָר 1940, האָט שלמה ביקל, אין זײַן בוך "רומעניע" געשריבן וועגן יוסף בורגן: "די סצענעס אין זײַנע דערציילונגען פֿאַרמאָגן דאָ און דאָרט אַזעלכע פֿרישע און אָריגינעלע אימאַזשן... בורגס פֿרישע, לעבעדיקע, סוגעסטיווע אימפּרעסיע גיט צו וויסן, אַז דער יונגער דערציילער פֿאַרמאָגט אַן אייגן שעפֿעריש אויג צו דערזען און אַן אייגענע געמיט־אַטמאָספֿער אויף אײַנצוהילן דערין דאָס געזעענע". |