פֿון רעכטס אויף לינקס: יוסף בורג, יחיאל שרײַבמאַן, מישע לעוו, זלמן כּץ |
נאָך אין יאָר 1940, האָט שלמה ביקל, אין זײַן בוך "רומעניע" געשריבן וועגן יוסף בורגן: "די סצענעס אין זײַנע דערציילונגען פֿאַרמאָגן דאָ און דאָרט אַזעלכע פֿרישע און אָריגינעלע אימאַזשן... בורגס פֿרישע, לעבעדיקע, סוגעסטיווע אימפּרעסיע גיט צו וויסן, אַז דער יונגער דערציילער פֿאַרמאָגט אַן אייגן שעפֿעריש אויג צו דערזען און אַן אייגענע געמיט־אַטמאָספֿער אויף אײַנצוהילן דערין דאָס געזעענע".
די ווײַטערדיקע צוויי שורות האָב איך שוין אַמאָל ציטירט, נאָר איך וועל זיי איבערחזרן: "עס האָט זיך געגרייט אַרײַנצוקומען אין אונדזער בעלעטריסטיק אַ בערגעלסאָן־תּלמיד מיט אַן אָנזאָג פֿון אייגנס און עכטקייט..."
שלמה ביקלס עדות־זאָגן ווײַזט, אַז שוין פֿון סאַמע אָנהייב אָן האָט יוסף בורגס ליטעראַרישער וועג זיך אָנגעהויבן מיט הצלחה און ניט נאָר אָנגעהויבן. כּמעט אַלע זײַנע שפּעטערדיקע ווערק זײַנען אינהאַלטלעך אינטערעסאַנט און קינסטלעריש שטאַרק. ס'איז רײַפֿע מײַסטערשאַפֿט. דער שרײַבער יוסף בורג האָט בײַ אַלע אומשטאַנדן פֿאַרהיט זײַן קינסטלערישן "איך". מיר, אַ שטייגער, איז גענוג איבערצולייענען זײַנס אַ זײַטעלע, וואָס איז ניט אונטערגעשריבן, און כ'וועל מיט דער פֿולער זיכערקייט אָנרופֿן זײַן נאָמען.
איז מיט וואָס, קען מען פֿרעגן, דערקלערט זיך זײַן באַזונדערקייט? קלאָר, אַז ניט אַלץ וואָס בורג האָט געשאַפֿן, איז אויף איין ניוואָ און פֿאַרדינט בלויז גוטע ווערטער. נאָר כּמעט שטענדיק איז ער דורכויס אַ שילדערער. אַזוי מאָלט ער זײַנע ליטעראַרישע העלדן און, באַזונדערס שילדערט ער דעם בוקאָווינער קאָלאָריט, אין וועלכן ער איז אַזוי טיף פֿאַרוואָרצלט: די בערג, טאָלן, וועלדער, טײַכן. אָט דער קאַרפּאַטן־פּייזאַזש האָט אים באַאײַנפֿלוסט און באַווירקט אויפֿן גאַנצן לעבן. וויפֿל וואַסערן זײַנען פֿון דאַן אָפּגעלאָפֿן און אַ דין־לירישער פֿאָדעם שפּינט זיך אינעם געוועב פֿון אַלע זײַנע ווערק.
אָט האָט איר אײַך ניט מער ווי אַ פּאָר שורות:
"פֿון תּמיד אָן האָב איך ליב געהאַט דעם פֿרילינג, ליב געהאַט דעם זײַדענעם שאָרך פֿון וועלדער, לײַכט אויסגעטיילט די שטים פֿון פֿאַרשיידענע ביימער, אָפֿט אַפֿילו גערעדט מיט זיי, גלײַך ווי זיי וואָלטן געווען מענטשן..."
נו, ווי געפֿעלט אײַך אַזאַ זאָג?
דעם פּראָזאַיִקער יוסף בורג, דינט די נאַטור ניט נאָר צוליב אַטמאָספֿער, שיינקייט, שטימונג. זי איז אַן און פֿאַר זיך אין צענטער פֿון דער סיפּור־המעשׂה. אַזוינס טרעפֿט ניט אָפֿט און דאָס איז אַ גרונטשטריך אין זײַן שאַפֿן.
נאָך אַן אויסצייכענונג: זײַן ייִדיש לשון איז סײַ שורשדיק, סײַ הײַנטצײַטיק. זײַן דערצייל־שפּראַך איז אַ פּשוטע, אַ היימישע, אַ פֿאַרשטענדלעכע און צו מאָל קענט איר אָנטרעפֿן אויף טשיקאַווע, ערשט־געבוירענע ווערטער־אויפֿבליצן.
* * *
שוין העכער דרײַסיק יאָר זינט דעמאָלט, ווען דער מאָסקווער פֿאַרלאַג "סאָוועטסקי פּיסאַטעל" האָט מיר פֿאָרגעלייגט צו רעצענזירן יוסף בורגס אַ היפּשן מאַנוסקריפּט אונטערן נאָמען "דאָס לעבן גייט ווײַטער...". אַליין דער מחבר האָט זײַנע דערציילונגען, נאָוועלעס, עסייען, מעמואַרן אײַנגעטיילט אין טיילן, אָנהייבנדיק פֿון "אַרום דעם טשערעמאָש", געשריבן און טיילווײַז פֿאַרעפֿנטלעכט ביז דעם ווי בורג איז געוואָרן אַ סאָוועטישער בירגער און אַ היפּשע צאָל דערציילונגען, סקיצעס וועלכע ער האָט מיט גרויסע שוועריקייטן פֿאַרעפֿנטלעכט אין "סאָוועטיש היימלאַנד". דאָרט איז פֿאַר אים געווען אויסגעטיילט אַ דערנער־וועג.
פֿאַרוואָס איז עס אים געקומען?
די סיבה פֿון אַזאַ באַציִונג צו אים, און נאָך צו אייניקע שרײַבער, איז פּראָסט־פּשוט. ווײַל דער זשורנאַל האָט זיך ניט געכאַפּט דרוקן זייערע ווערק, האָבן זיי זיך אָנגענומען מיט מוט און געשיקט זייערע ווערק אין די ייִדישע פּעריאָדישע אויסגאַבעס פֿון וואַרשע, פּאַריז, ניו־יאָרק. די מאַטעריאַלן פֿלעגן אָפּגעשיקט ווערן, אויסמײַדנדיק דעם מאָסקווער ייִדישן קאָנטראָל, וואָס מיינט, דאָס באַוואַכטע אויג פֿון אהרן ווערגעליס, דער הויפּט־רעדאַקטאָר פֿון "סאָוועטיש היימלאַנד". ווי איר פֿאַרשטייט, האָט ער עס ניט געוואָלט דערלאָזן.
איז ווי באַשטראָפֿט מען די שולדיקע?
אין 1965 דערשײַנט אַ זאַמלונג "אַזוי לעבן מיר" — דאָקומענטאַלע נאָוועלעס, פֿאַרצייכענונגען, רעפּאָרטאַזשן. די מחברים האָט מען פֿאַרבעטן דערציילן ווי אַזוי לעבן די ייִדן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד? מיט וואָס פֿאַרנעמען זיי זיך, וווּ וווינען זיי, וואָסער סבֿיבֿה רינגלט זיי אַרום אין די זעכציקער יאָרן פֿון 20סטן יאָרהונדערט?
דעם פֿאַמיליע־נאָמען יוסף בורג וועט איר דאָרט ניט טרעפֿן, כאָטש אַזוינע מאַטעריאַלן האָט ער פֿאַרמאָגט. אמת, דעם סאָוועטישן ייִדישן לייענער איז ער נאָך דאַן געווען ווייניק באַקאַנט. ס'איז פֿאַרבײַ נאָך פֿינף יאָר. בורגן קען מען שוין. עס דערשײַנט אַ זאַמלונג דערציילונגען, וווּ עס זײַנען פֿאָרגעשטעלט ס׳רובֿ סאָוועטישע ייִדישע פּראָזאַיִקער. צווישן די זיבן און פֿופֿציק אויטאָרן איז בורגן ווידער ניט אויסצוזוכן.
יוספֿן איז געגאַנגען אין לעבן צו ווערן אַ מיטגליד פֿון דעם אוקראַיִנישן שרײַבער־פֿאַראיין, און וויפֿל ער זאָל ניט געווען פּרוּוון — איז איין מאָל ניין. וועגן דעם דערמאָן איך, ווײַל באַקומענדיק דעם מאַנוסקריפּט "דאָס לעבן גייט ווײַטער..." האָב איך גוט פֿאַרשטאַנען, ווי שווער ס'וועט אָנקומען דערשלאָגן זיך, ביז פֿון כּתבֿ־יד וועט זיך באַקומען אַ בוך.
דאַנק דיר גאָט. ס'האָט זיך באַקומען. און דערנאָך איז דער פֿאַרלאַג אײַנגעגאַן מיט אַ שטעמפּל באַשטעטיקן מײַן אָפּרוף (רעקאָמענדאַציע), כּדי דער ייִדישער פּראָזאַיִקער יוסף בורג זאָל קענען אָנגענומען ווערן פֿאַר אַ מיטגליד פֿון שרײַבער־פֿאַראיין.
און איצט, בעט איך מחילה און ציטיר עטלעכע שורות וועגן מיר, וואָס ווערן איבערגעחזרט אין עטלעכע באַקומענע בריוו פֿון י. בורגן. דאָס מאָל אָנגעשריבן דעם 30סטן אָקטאָבער 1990: "און ווידער וועגן דעם זעלבן: זאָגן אײַך אַ דאַנק, הייסט גאָרנישט זאָגן, ווײַל איך בין אײַער אייביקער בעל־חובֿ. וואָלט אין די זיבעציקער, אַכציקער יאָרן נישט געווען מישע לעוו, וואָלט הײַנט נישט געווען יוסף בורג אַלס שרײַבער. אַ שרײַבער וועלכער איז הײַנט באַקאַנט נישט נאָר דעם ייִדישן לייענער. טראָג איך אין מײַן האַרצן אַ געפֿיל פֿון דאַנקבאַרקייט און ליבע פֿאַר אַלץ, וואָס איר האָט געטאָן פֿאַר מיר".
בריוו, בריוו, בריוו — דאָס זײַנען רעיונות וועגן און אַרום אונדזער ליטעראַטור, וועגן באַזונדערע ווערק, און, פֿאַרשטייט זיך וועגן זיך. צו ערשט, נעם איך זיך פֿאַר די וואָס כ'האָב באַקומען נאָך זײַענדיק אַ מאָסקווער תּושבֿ.
* * *
...איר פֿרעגט, ווי איז מיר געפֿעלן עלי שעכטמאַנס "ערבֿ"? ס'איז אַ ווערק פֿון זייער אַ גרויסער מײַסטערשאַפֿט. דעם ראָמאַן האָב איך ניט גלאַט געלייענט, נאָר געקוויקט זיך און מיט אומגעדולד אַרויסגעקוקט אויף די ווײַטערדיקע טיילן. סאַראַ ערדישע געשטאַלטן, בילדער פֿון דער נאַטור, שטייגער, ייִדיש־לשון. אָט ווער ס'איז הײַנט צו טאָג אונדזער עכטער, נאַציאָנאַלער שרײַבער.
...ניט לאַנג צוריק האָב איך באַקומען דעם זיבעטן נומער "סאָוועטיש היימלאַנד" און ערשט פֿאַרענדיקט לייענען נתן זאַבאַרעס היסטראָישן ראָמאַן "גלגל החוזר". ווער האָט זיך געקענט ריכטן, אַז הײַנט צו טאָג וועט אַ ייִדישער שרײַבער אַזוינס אַרויסגעבן. אַלע זײַנע דרײַ ביכער ("ס'איז נאָך גרויס דער טאָג", "אונטער דער הייסער זון פֿון פּראָוואַנס" און "אין מיטן העלן טאָג") זײַנען אָנגעשריבן מער ווי גוט און זייער דערקענטיש־ווערט איז ניט צום איבערשאַצן. מיר דאַכט, אַז כּדי שאַפֿן אַזאַ טרילאָגיע דאַרף מען יאָרן־לאַנג זאַמלען און באַהערשן מאַטעריאַלן. איז עס אמת, אַז געשטאָרבן איז ער, זיצנדיק בײַ זײַן שרײַבטיש? ביז דעם האָב איך געלייענט זײַן "אַ סעזאָן אויף דאַטשע" און "אַ פּשוטע מאַמע". ס'איז אויך ליטעראַטור, אָבער ניט צום פֿאַרגלײַכן. זײַן שרײַבן דערמאָנט מיר ליאָן פֿויכטוואַנגערן. מיר דאַכט, אַז ער האָט דורכגעלייגט אַ נײַעם וועג אין אונדזער ליטעראַטור. ווי מיינט איר?
...זעט אויס, אַז אַל דאָס גוטס קומט אומגעריכט. באַקומען אײַער בריוו פֿון ישׂראל. כ'האָב געוווּסט, אַז איר וועט עולה זײַן. אַנדערש האָט עס ניט געקענט זײַן. אין בערלין האָב איך זיך געזען מיט גענאַדי עסטרײַך. ער איז אַ האַרציקער, צוגעלאָזטער מענטש. וועגן אײַך האָט ער מיר קיין סך נישט געקענט זאָגן. אויך יצחק לודען, וועלכן כ'האָב באַגעגנט אין אַמסטערדאַם, האָט נישט געוווּסט קיין סך צו דערציילן וועגן אײַך; מיט מאָסקווע האָב איך קיין שום קאָנטאַקטן נישט. אויך 'די ייִדישע גאַס' זע איך קיין מאָל נישט. די ייִדישע פּרעסע פֿון ישׂראל און אַמעריקע באַקום איך. פֿון מאָל צו מאָל באַווײַז איך זיך אויף די צײַטונגס־שפּאַלטן. וואָס מאַכט שירע גאָרשמאַן?
באַקומען אײַער בריוו מיט דעם אויסשניט פֿון משה אַלטמאַנס טאָגבוך. אויב מײַן זכּרון נאַרט מיך נישט אָפּ האָט ער דעם טאָגבוך געשריבן אויף רוסיש. זײַן טאָכטער האָט עס איבערגעשיקט קיין ישׂראל.
משה אַלטמאַן איז געווען מײַן געגאַרטער שרײַבער. זײַנע דערציילונגען האָב איך ממש געדאַוונט מיטן התלהבֿות פֿון אַ חסיד. די לעצטע יאָרן פֿון זײַן לעבן האָבן אים פֿאַרפֿאָלגט געדאַנקען וועגן דעם גורל פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, וועגן זײַן אייגענעם גורל. געוואָלט האָט ער, אַז אויף זײַן מצבֿה זאָל זײַן אויסגעקריצט זײַן איבערגעלאָזטע עפּיטאַפֿיע:
דאָ ליגט
משה אַלטמאַן
פֿונעם שטעטעלע ליפּקאַן!
איז געווען אַ ייִד
וואָס האָט אָנגעשריבן אַ ליד
און געוואָרן מיד.
שוין...
ליגט משה אַלטמאַן צווישן צלמים און זײַן מצבֿה, אַ פֿרעמדע, אַן עלנטע, קוקט אַריבער אַהין, ווי דער אַלטער טשערנאָוויצער בית־עולם, וווּ ס'איז באַהאַלטן אונדזער גרויסער משלים־שרײַבער אליעזר שטיינבאַרג און אויף דער מצבֿה — אַ באַרעליעף מיט אַ פֿאָרהאַנג, אַ הימל, שטערן, פֿייגעלעך, שמעטערלינגען און די ערשטע צוויי שורות פֿון אליעזר שטיינבאַרגס משל "דער האַמער און דאָס שטיק אײַזן":
טרויעריק, קינדער, אויף דער וועלט דער ברייטער, גראַמער!
ביטער! מיט אַ משל כאָטש זיך קוויקן לאָמיר.
...ווי איר זעט שיק איך אײַך דאָס בריוועלע פֿון דײַטשלאַנד. ווידער לייען איך לעקציעס אין אוניווערסיטעטן. איך האָב קיין מאָל ניט געטראַכט, אַז ניט מײַן ייִדיש, נאָר דײַטש וועט מיר אויף דער עלטער גיבן אַ שטיקל ברויט. פֿון דאַנען פֿאָר איך אויף אַ וואָך קיין האָלאַנד. ווען נישט דאָס פֿאָרעכץ וואָלט איך מיט מײַן משפּחה שיִער ניט אויסגעגאַנגען פֿאַר הונגער. נאָר איך בין שוין מיד פֿון אַרומשלעפּן זיך פֿון לאַנד צו לאַנד. מיך נעמט אַ פּחד וועגן דער נאָענטער צוקונפֿט. איך בין עלנט אַליין. כ'האָב קיינעם ניט אַ חוץ גוטע, ליבע פֿרײַנד און די ייִדישע קולטור־געזעלשאַפֿט, וואָס צאַפּלט נאָך אַזוי לאַנג ווי איך אָטעם.
אָט אַזוי האָב איך, אַ ייִדישער שרײַבער, זיך אַ ביסל אַראָפּגערעדט פֿון האַרצן, זיצנדיק אין אַ טוריסטן־האָטעל אין דיסעלדאָרף.
...איך האָב באַקומען אײַער בריוו, ליגנדיק אין דער קאַרדיאָלאָגיע. עפּעס האָט דאָס האַרץ מײַנס אָנגעהויבן מאַכן קונצן, נאָר די דאָקטוירים האַלטן, אַז עס איז נאָך ווײַט צו נאַכט. גלייב איך זיי. אויף מיר האָט זייער געווירקט דער טויט פֿון הערשל פּאָליאַנקער, מיט וועלכן מיר האָבן זיך געטראָפֿן אויף אַ קאָנפֿערענץ אין קיִעוו אין חודש סעפּטעמבער 1997.
זײַנען עס געבליבן צוויי ייִדישע שרײַבער אין אוקראַיִנע און יונגע־לײַט פֿאַרליבטע אין ייִדיש. חרובֿ איז געוואָרן דאָס אַמאָל שפּרודלדיקע ייִדישע לעבן, און קיין יורשים זענען נישטאָ.
באָריס סאַנדלער איז אַ מאָלאָדיעץ. איך לייען זײַנע אַרטיקלען אין "פֿאָרווערטס". אין זײַן שמועס מיט שרײַבמאַנען פֿאַרענטפֿערט זיך שרײַבמאַן, אַז מען האָט מורא געהאַט פֿאַר ווערגעליסן. דערפֿאַר, הייסט עס, האָט מען געזינדיקט. איר ווייסט דאָך, אַז עס איז ווײַט נישט אַזוי. אַז שרײַבער, וואָס האָבן נישט געוואָלט מורא האָבן, האָבן נישט מורא געהאַט.
...איך טראַכט אָפֿט: אָט בין איך געבליבן איין ייִדישער שרײַבער נישט נאָר אין טשערנאָוויץ, נאָר אין דער גאַנצער אוקראַיִנע, און וואָס וועט זײַן שפּעטער... ס'ווערט אומעטיק אויפֿן האַרצן פֿון אַזעלכע געדאַנקען, נאָר באַפֿרײַען זיך פֿון זיי קען מען ניט. זיי עקבערן אין מוח.
יאָ, איך בין שוין אַן עלטער־זיידע. איך האָב אַן אוראייניקל, וואָס איז שוין אַ יאָר אַלט. דאָס איז מײַן לעצטע פֿרייד. אוי, ווי עס ווילט זיך, זיי זאָלן לעבן אין אַ בעסערער וועלט, ווי מיר האָבן געלעבט. זיי זאָלן נישט וויסן וואָס עס איז אַזוינס צער. זאָל דאָס קומענדיקע יאָרהונדערט זײַן פֿאַר אונדזערע קינדער, אייניקלעך און אוראייניקלעך גליקלעכער ווי דאָס פֿאַרגייענדיקע שוידערלעכע, פּסיכיש־קראַנקע צוואַנציקסטע יאָרהונדערט.
...מיר האָבן מיט אַ מאָל פֿאַרזאָגט די אויגן. איך זע כּמעט נישט, און דער געדאַנק, אַז איך קען אין גאַנצן בלינד ווערן, וואַרפֿט אָן אַ שרעקלעכע מורא. ניטאָ די ליכט, וואָס האָט מיר אַזוי פֿיל יאָר געשײַנט. פֿאַרשטייט איר דאָך, מסתּמא, אַז אָן די אויגן האָב איך נישט וואָס צו טאָן אויף גאָטס וועלט. איך וויל עפּעס אָנשרײַבן, אַרײַנשיקן אין "פֿאָרווערטס", נאָר עס באַקומט זיך ניט. די אויגן דינען ניט. איך בין פֿאַרבעטן אין עטלעכע אייראָפּעיִשע לענדער געבן לעקציעס, בין איך שוין, אָבער, ניט קיין פֿאָרער. די כּוחות הייבן אָן לאַנגזאַם צו פֿאַרלאָזן דעם גוף און די עלטער באַזעצט מיך מיט אַלע אירע כּוחות.
"און די עלטער באַזעצט מיך מיט אַלע אירע כּוחות".
* * *
יוסף בורג האָט שוין דורכגעמאַכט, ביז הונדערט און צוואַנציק, אַ לאַנג לעבן. דאָס זײַנען געווען צײַטן פֿון פּײַן און גליק, אַ געמיש פֿון גוטס און שלעכטס. ווי ניט אַ סך אַנדערע ייִדן אין זײַן עלטער, איז ער אין געטאָ, אַרומגערינגלט מיט שטעכלדראָט און שפּירהינט ניט געווען. אין אים האָט קיינער ניט געצילט, ווײַל אין די בלוטיקע שלאַכט־געפֿעכטן האָט ער ניט אָנטייל גענומען. זײַנע מלחמה־וועגן זײַנען געווען ווײַט פֿון פֿראָנט. אַ מענטש מיט ערודיציע האָט ער, ערגעץ אויף אוראַל, געקנעלט מיט תּלמידים. אויך סטאַלינס טורמעס, לאַגערן האָט ער אויסגעמיטן און דאָך האָט אים, דעם ייִדישן שרײַבער, דאָס לעבן ניט געפּעסטעט. אַזוי איז געווען זינט יענער ווײַט און ביז הײַנט, ווען ער איז צוגעשמידט צום קראַנקנבעט. ווינטשן מיר אים אַ רפֿואה־שלמה.
בילדער און בריוו פֿון יוסף בורג