פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

צו דער צײַט, ווען ס׳וועט אַרויסגיין דער דאָזיקער נומער פֿון "פֿאָרווערטס", וועט רוסלאַנד שוין האָבן דעם נײַעם פּרעזידענט — דמיטרי מעדוועדיעוו. איך שרײַב עס פֿריִער פֿונעם 7טן מײַ, דעם טאָג פֿון איבערלייגן די לייצעס פֿון וולאַדימער פּוטינס הענט. אָבער גאָר ניט אַלע לייצעס וועט ער אָפּגעבן, ווײַל זייער אַ סך מאַכט פֿאַרבלײַבט בײַ אים: ער וועט קאָמאַנדעווען מיט דער רעגירונג, ער וועט אָנפֿירן מיט דער פֿירנדיקער פּאַרטיי "פֿאַראייניקט רוסלאַנד" (אָן ווערן איר מיטגליד!), און ער איז די פּאָפּולערסטע פּערזענלעכקייט אין לאַנד.

בדרך-כּלל ווערט דער עולם מיד פֿון זייערע פֿירער. ס׳איז באַוווּסט, אַז די פּאָפּולער­קייט פֿון פּרעזידענטן פֿאַלט גע­וויינטלעך צום סוף פֿון דעם צײַט-אָפּשניט, וואָס זיי פֿאַרברענגען בײַ דער מאַכט. עס אַקומולירט זיך ניט-צופֿרידנקייט און עס ווילט זיך זען אַנדערע פּנימער. מיט פּוטינען זעט עס אויס גאָר אַנדערש. דער אינדעקס פֿון זײַן פּאָפּולערקייט האַלט זיך שוין זייער לאַנג אַרום 80 פּראָצענט, מיט דער העכסטער דערגרייכונג אין דעצעמבער 2007 — 87 פּראָ­צענט. נידעריקער פֿון 65 פּראָ­צענט (אין יאָר 2005) האָט זיך דער אינדעקס, דאַכט זיך, קיין מאָל ניט אַראָפּגעלאָזט.

ס׳איז ניטאָ, בלי-ספֿק, קיין איין ענטפֿער, וואָס זאָל דערקלערן די דאָזיקע הייסע ליבע. אָבער ס׳איז קלאָר, אַז פּוטינען און זײַן קאָמאַנדע האָט זיך אײַנגעגעבן צו צעטיילן די סאָוועטישע דער­פֿאַרונג אויף צוויי טיילן: איין טייל האָט מען דעפֿינירט ווי די טרויעריקע געשיכטע, און דעם צווייטן טייל — ווי די מסורה, מיט וועלכער מע דאַרף זיך גרויסן. עס זײַנען פֿאַרבליבן, פֿאַרשטייט זיך, ניט ווייניק "גרויע זאָנעס" — פֿאַר צו באַוויינען דורך אייניקע רוסן און פֿאַר לויבן אין הימל אַרײַן דורך אַנדערע רוסן. אָבער דער הויפּטשטראָם פֿליסט פֿונדעסטוועגן אין די ריכטונגען פֿון דער אָנגענומענער צעטיילונג.

למשל, אַ צענטראַל אָרט אין דער מסורה פֿאַרנעמט די צווייטע וועלט-מלחמה. אין זייער אַ גרויסער מאָס האָט עס צו טאָן מיט ניט-אידעאָלאָגישע, זייער מענטשלעכע סיבות. אָבער גלײַכצײַטיק שפּיגלט אָפּ די איצטיקע פּראָפּאַגאַנדיסטישע ראָלע פֿון דער מלחמה-געשיכטע איינעם פֿון די גרונט-קאָמפּאָנענטן פֿון דער אידעאָלאָגיע, געירשנט פֿון דער סאָוועטישער תּקופֿה און, אפֿשר, אויך פֿון דער פֿריִערדיקער געשיכטע, דהײַנו: די מורא פֿאַר דער אַרומיקער וועלט.

אין די סאָוועטישע צײַטן האָט מען די דאָזיקע מורא באַפֿאַרבט מיט די אידעען פֿון פֿאַרטיידיקן דאָס לאַנד פֿון סאָציאַליזם, די האָפֿענונג פֿון אַלע (אַ חוץ די אונטער­געקויפֿטע מצד די כיטרע קאַפּיטאַליסטן) האָרעפּאַשניקעס אין דער גאָרער וועלט. די דאָזיקע מאַנקאָליע פֿאַרשווינדט ניט אויך איצט: ס׳רובֿ רוסן גלייבן באמונה-שלמה, אַז די אַמעריקאַנער און אַנדערע אימפּעריאַליסטן קראַפּירן נאָך פֿאַרכאַפּן צי, לכל-הפּחות, אָפּשוואַכן די רוסישע מלוכה. און געשעענישן, וואָס אַנטוויקלען זיך אַרום זיי, גלײַך ווי אילוסטרירן זייער בולט און איבערצײַגעוודיק די דאָזיקע "קאָנספּיראַציע".

די נאַציאָנאַלע טראַוומע פֿון פֿאַרלירן ריזיקע טעריטאָ­ריעס, וועלכע האָבן אין משך פֿון יאָרהונדערטער גע­הערט צו דער רוסישער מלוכה, וועט מען היילן דורות-לאַנג. קיין חידוש ניט, אַז זייער אַ סך געשעענישן ווערן אויפֿגענומען מיט אַזאַ ווייטיק, גלײַך ווי מע האָט אַ שיט געטאָן מיט זאַלץ אויף פֿרישע וווּנדן. נײַעס, וועלכע מע קען אַזוי אינטערפּרעטירן, פֿעלן ניט אויס: די געוועזענע "ברידערלעכע" רעפּובליקן ווערן — אָדער ווילן ווערן — מיט­גלידער פֿון "נאַטאָ", מע טראָגט אַריבער קבֿרים פֿון סאָוועטישע זעלנער, מע דערלויבט ניט צו לערנען רוסיש, וכ׳. אַלץ ווערט אויפֿגענומען אָדער ווי אַ סימן פֿון סכּנה, אָדער פּשוט אַ דערנידעריקונג, אַ שפּײַ אין פּנים.

דערפֿאַר טאַקע האָט מען ליב פּוטינען. ער האָט פֿאַרקערפּערט מיט זיך די אידעע פֿון ניט פֿאַרשווײַגן די באַליידיקונגען, נאָר זיך קעגנשטעלן און פֿאַרטיידיקן די נאַציאָנאַלע ווירדע פֿונעם רוסישן פֿאָלק. סײַ ער אַליין, סײַ די גאַנצע פּראָפּאַגאַנדע-מאַשין האָט קולטיווירט דעם אימאַזש פֿון אַ פּרעזידענט אַ נאַש-בראַט, וואָס וועט ניט דערלאָזן מע זאָל באַליידיקן אים און זײַן לאַנד. בכלל, ער איז אַזאַ יאַט, אַז אַפֿילו יונגע שיינע פֿרויען קענען זיך נאָך פֿאַרליבן אין אים.

ניט לאַנג צוריק איז אַדורך אַ קלאַנג, אַז פּוטין גייט אַוועק פֿון זײַן ווײַב און גייט זיך צונויף מיט אַלינאַ קאַבאַיעוואַ, אַ יונגע, שיינע גימנאַסטקע, וואָס דרייט זיך איצט אויך אין פּאָליטיק. בעת פּוטינס רײַזע קיין איטאַליע האָט מען בײַ אים אָפֿן געפֿרעגט, צי ס׳איז דאָ אַ שמץ אמת אין די דאָזיקע פּליאָטקעס. האָט ער געענטפֿערט, אַז ס׳איז אַ ליגן. אָבער ס׳איז סײַ-ווי-סײַ געווען אַ גוטע רעקלאַמע: וואָס קען זײַן פֿאַר אַ מאַנצביל בעסער, ווי אַז מע קען אים אַסאָציִיִרן מיט אַ יפֿת-תּואר, וואָס האָט זיך באַוויזן, כּמעט אַ נאַקעטע, אין גלאַנציקע מערבֿדיקע זשורנאַלן.

ווי אַזוי וועט די רעאַלע מאַכט זײַן צעטיילט צווישן פּוטינען און מעדוועדיעוון? קיין ענטפֿער אויף דעם ווייסט קיינער ניט. פּוטין, דער געוועזענער אויסשפּירער (וואָס האָט אַ מאָל אַ זאָג געטאָן אַז "אויסשפּירער קענען ניט זײַן געוועזענע") האָט, בכלל, ליב סודות. וועט מען שוין מוזן וואַרטן, ביז זיי וועלן זיך אַנטפּלעקן.