לייענענדיק, אַז דער אַמאָליקער פּרעזידענט דזשימי קאַרטער מאַכט אַ לוסטרײַזע איבערן מיטעלן מיזרח און געפֿינט זיך איצט אין סיריע, וווּ ער פֿאַרהאַנדלט מיט די כאַמאַסניקעס וועגן אַ שלום־אָפּמאַך צווישן די ישׂראלים מיט די פּאַלעסטינער, איז מיר געקומען אויפֿן זינען צו פֿירן מיט אים אַ קאָרעספּאָנדענץ, נעמלעך, שרײַבן אים אַ בריוועלע. הײַנט אַז קאַרטער איז שוין כּמעט אין תּרחס יאָרן, זיצט אויפֿן זאָטל און איז אַ קאַפּיטשקע עובֿר־בטל, דאַרף מען מיט אים פֿאַרהאַנדלען ער זאָל אויפֿהערן מיט אונדז האַנדלען.
ער פֿאַרמאָגט אַ פּאָר גליטשיקע אייגעלעך מיט אַ וווּנק וואָס קען זיך בלויז פֿאַרגלײַכן מיט זײַן געשליפֿענער, גליטשיקער צונג. האָב איך זיך אַוועקגעזעצט און גענומען זיך איבערשרײַבן מיטן הויך געשעצטן שמויש און פֿירן מיט אים אַ בריוו־אויסשטויש:
צום אַמאָליקן פּרעזידענט דזשימי קאַרטער,
אַזוי ווי איר האָט אַ צד אין שיסל, און ווילט אונדז אונטערשטעלן אַ פֿיסל, און איר דרייט זיך אַרום אויף דער וועלט ווי אַ בכור אויפֿן גוטן אָרט, און ווילט ראַטעווען די וועלט פֿון ייִדן, און זענט מיט אונדז אין גאַנצן נישט צופֿרידן, האָט איר באַשלאָסן צו ווערן אַ שתּדלן פֿאַר שלום צווישן די אַראַבער מיט די ייִדן. וויל איך אײַך בלויז שטעלן איין פּראָסט און פּשוט פֿראַגעלע: ווי קומט עס וואָס איר זײַט אַזוי אויסגעקאָכט מיט די סאַודישע פּרינצן וואָס געפֿינען זיך אין בענזין־פּראָווינצן, מיט זייערע קומאָשקעלעך, און דער עיקר, מיט זייערע מזומאָנטשקעלעך? שרײַבט געשווינד, איידער איר פֿאַרשווינדט.
די פּרינצעסין פֿון עפּעסעסן
ליבע פּרינצעסין,
ווער האָט עס אײַך געזאָגט, אַז אַזאַ ברודערשאַפֿט עקזיסטירט גאָר צווישן די שלום־ליבנדיקע אַראַבישע פֿעלקער מיט דזשימין, דעם הומאַניסט. אײַער זאָרג איז אומזיסט. איך מוז מודה זײַן, אַז איך בין גאָט די נשמה שולדיק, און מיט גאָט מיין איך אונדזער דרײַלינג און נישט זייער צווילינג, די שי־יִנג און די סו־נינג.
פּרעזידענט דזשימיניקריקעט
פּרעזידענט דזשימיניקריקעט,
עס איז צו מיר דערגאַנגען אַ ידיעה אַז דער "זאַיעד־סענטער פֿאַר קאָאָרדינאַציע", וואָס איז עטאַבלירט געוואָרן פֿונעם שייך זאַיעד בין־סולטאַן אַל־נאַהאַיאַן, האָט איבערגעגעבן זײַן כאַזײַסטווע (באַלעבאַטישקייט) צו זײַן זון. בעת דער סולטאַן, דער פּאָקראַקע, האָט זיך געפּריאַזשעט אויף דער פּליאַזשע אין מאָנאַקאָ און זיך געבאָדן אין באַדן־באַדן, האָט זײַן זון גענומען באַלעבאַטעווען איבער דער קאַסע פֿונעם צענטער, און געפֿירט אַ פּריוואַטן חשבון מיט דער אַתּה בחרתּנו־ראַסע. האָב איך זיך אָנגעשטויסן אינעם שטיקעלע נײַעס, אַז דער שייך זאַיעד בין־סולטאַן איז אַ פֿאַרברענטער שׂונא־ישׂראל ימח־שמו, וועלכער רופֿט די ייִדן "שׂונאים פֿון אַלע פֿעלקער". ער פּראָקלאַמירט לכל עם ועדה, אַז די ייִדן האָבן געהאַט אַ האַנט אינעם מאָרד פֿונעם פּרעזידענט דזשאָן קענעדי און געשפּילט די הויפּט־ראָלע אין דער אַטאַקע אויפֿן וועלט־צענטער אין ניו־יאָרק. און אויב דאָס איז נישט גענוג האָט אַל־נאַהאַיאַן, זײַן שטעלפֿאַרטרעטער, פּראָקלאַמירט אַז דער חורבן איז אַן אויסגעטראַכטע מעשׂה, נישט־געשטויגן נישט־געפֿלויגן; גלאַט פֿונעם פֿינגער אויסגעזויגן. אַ חוץ דעם אַלעם, האָט די זעלביקע זאַיעד בין־סולטאַן אַל־נאַהאַיאַנס פֿאַמיליע געגעבן געלט דעם האַרוואַרדער אוניווערסיעט מיט זײַן פּאָרטרעט, זיי זאָלן אויפֿשטעלן אַן איסלאַמישן צענטער און אַן איסלאַמישן מעטשעט. ערשט נאָך אַ שווערן דרוק אויפֿן פּרעזידענט פֿון האַרוואַרד האָט מען געמוזט צוריקגעבן די מיליאָנען. דער איינציקער וואָס האָט גענאָסן פֿון די זאַיעד־געלטער איז געווען דזשימי קאַרטער. איר האָט זיך אָפּגעזאָגט צוריקצושיקן דאָס געלט. איז ווי זשע קומט עס וואָס איר פּאַשעט זיך אויף די פּעטראָליום־געלטער, וויל איך וויסן אַצינד, איידער ס'טראָגט אײַך אַוועק דער מידבר־ווינט.
די פּרינצעסין פֿון עפּעסעסן
חשובֿע פּרינצעסין,
איך ווייס נישט וויפֿל איר זײַט ווערט. איך גיי נישט מיט אײַך אין פֿאַרמעסט. אָבער איך נייטיק זיך אין קעסט. מײַן פּערזענלעכע "דזשימי קאַרטער־פֿונדאַציע" העלפֿט מיר אין אַרויסגעבן מײַנע ביכער און פּובליקאַציעס. אַרן מיך ווייניק זייערע פּראָוואָקאַציעס. איך בין נאָר אויסן צו פֿאַרשפּרייטן שלום אין מיטעלן מיזרח און נעמען וואַקאַציעס. פֿאַרוואָס זאָל איך באַערדיקן מײַנע שטיצער, ווען איך קען פּרעדיקן. הקיצור, אויף ברידער־ליבע און שלום קען מען זיך פֿאַרלאָזן. דאָס קען מען צעבלאָזן. דער עיקר, עס איז דער חובֿ פֿון די ייִדן צו פֿאַרלאָזן און אָפּגעבן אַלע פֿאַרכאַפּטע שטחים, וועלן די אַראַבער מיט די ייִדן פּראַווען שׂימחה־ושׂשׂון ווי אַ כּלה מיט אַ חתן, אָן רישעות און אָן האַס. אַזוי זאָגט צו דער "כאַמאַס". מען באַשולדיקט די כאַמאַסניקעס אומזיסט און אומנישט, זיי קען מען אָפּקויפֿן מיט באַקשיש. זיי זײַנען נישט מער ווי אַ וווילטעטיקע אָרגאַניזאַציע, וואָס זאָרגט פֿאַרן וווילזײַן פֿון די פּאַלעסטינער, וואָס שטייען אויס געברענטע צרות פֿון דער ייִדישער מדינה. זי האַנדלט ברוטאַל און נישט הומאַניטאַר, נישט מענטשלעך און נישט ערלעך. זיי האָבן פֿאַרכאַפּט ירושלים און כאָטש דער בירגערמײַסטער איז מער נישט קאָלעק, דאַרף מען מיט די ייִדעלעך לערנען בלק. מ'קען נישט גיין מיט בײַלן, מען מוז טיילן מיט די פֿיר אײַלן.
דזשימי פֿון "גימי"
דזשימי פֿון "גימי",
ניעזשעלע שפּילט איר דעם אידיאָט, ווען דער זעלבער שייך זאַיעד האָט אויסגעקויפֿט אין 1970, אײַער בראַטשיק בילין פֿון אַ באַנקראָט. איר מאַכט זיך כּלא־ידע, אַז ביליס ניסלעך־ביזנעס איז געגאַנגען וווּ אײַער שלום גייט, און איר זײַט געווען שטאַרק דאַנקבאַר דעם קעניגלעכן הויז פֿון סאַודיע פֿאַר דער זכיה. איר מאַכט זיך נישט וויסנדיק, אַז אַגאַ האַסאַן־שבעדי האָט אײַך אונטערגעקויפֿט מיט אַ האַלבן מיליאָנטשיק אויפֿצושטעלן דעם דזשימי קאַרטער־צענטער. דאָס איז בײַ אײַך ווערט ניסלעך? און וווּ זײַנען אַהינגעקומען די צען מיליאָן פֿאַר אײַער פּריוואַטן געברויך. איז דאָס אַלץ אַוועק מיטן רויך? דאָס, דזשימי, קענט איר נישט אָפּלייקענען. און אַז דער סאַודישער קעניג פֿאַהד האָט אײַך אין 1993 דערלאַנגט דורך זײַנס אַ קרובֿ אַכט מיליאָן שמאָליאַרעס, דאָס איז בײַ אײַך זודע־וואַסער מיט סעלצער? און נאָך דעם האָט מען אײַך אָן צערעמאָניע אַרײַנגערוקט אַ מיליאָנטשיק אין דער לאַדאָניע. איז דאָס בײַ אײַך באַלאָניע? און די געלטער זײַנען אויך געקומען פֿון דער בין לאַדען־משפּחה וואָס איר האָט האָלט, ווײַל זיי באָדן זיך עד־היום אין שוואַרצן גאָלד. און אויב דאָס איז נישט גענוג, האָט איר געוווּנען אַ פּריז פֿון אַ האַלבן מיליאָן פֿאַר אַן "ענווײַראָנמענטאַל"־קאָנטאָרל איבער דער פּאַרפּעסטעטער לופֿט, און אין וועמענס נאָמען? נישט פֿון דער "גרינער" פּאַרטיי, חלילה, נישט ווײַל איר האָט געטאָן תּפֿילה, נאָר פֿון דעם שייך זאַיעד. איז דאָס נישט קיין בושה? דאָס מאָל האָט אײַך דער פּרעמיער־מיניסטער פֿון די פֿאַראייניקע אַראַב־עמעריטס אויסגעציילט אַן אַפּותּיקי מיט דער ברכה פֿונעם קעניג פֿאַהד. דאַרף דאָך אײַך ערגעץ אײַער געוויסן פּלאָגן מן־הסתּם, וואָס אײַערע מנדבֿים ווילן אונדז אַרײַנוואַרפֿן אין ים, בעת איר האַנדלט מיט שלום און מיט פֿרידן. וויל איך אײַך לאָזן וויסן, אַז ס'וועט אויף אײַך נאָך קומען דאָס וואָס איר ווינטשט די ייִדן.
די פּרינצעסין פֿון עפּעסעסן
צו דער פּרינצעסין,
איך בין אפֿשר ווערט דעם שטעקן, אָבער זאָל זיך די וועלט עקן. מיט זאָגן "שלום" האָט נאָך קיינער נישט צוגעלייגט קיין גראָשן. ס'איז אַזוי ווי מ'זאָגט "ליבע". מיר קריסטן פּראָקלאַמירן שוין ליבע איבער צוויי טויזנט יאָר, און ס'האָט אונדז גאָרנישט ניט געשאַט. ס'איז דאָ אַ סיבה פֿאַר ווערטער ווי "שלום" און "ליבע". זיי האָבן אַ סך אויפֿגעטאָן פֿון צווישן די מאַסן ווען ס'איז געקומען צום האַסן. אין מײַן אייגן לאַנד בין איך נישט קיין גרויסער נבֿיא, אָבער דאָ, בײַ די סאַודיס, בײַ די סיריער, בײַ די פּאַלעסטינער, טראָגט מען מיך אויף די הענט מיט נגינה. זײַט אויך וויסן, אַז די איראַנער זײַנען גאָרנישט אויסן. אַכמאַדינעדזשאַד איז נישט אַזאַ שׂונא־ישׂראל ווי עס דאַכט זיך. ער האָט מיר געשוווירן בײַ זײַן באָרד און פּאות, אַז אויפֿן אַטאָמישן באָמבעלע דאַרף מען נאָך נישט אָנהייבן בלאָזן תּקיעות. און אַזוי לאַנג ווי ער האָט די מאַכט, דאַרף מען נעמען אין באַטראַכט, אַז עס איז נישט מער ווי אַ באָמבעלע, אַ באַלעמל, וואָס מ'קען זיך דערמיט שפּילן. געדענקט ווי אַראַפֿאַט האָט זיך געשפּילט מיטן רעוואָלווער אין דער "יו־ען", כרושטשאָוו מיטן שוך, קאַסטראָ מיט דער רויטער פֿאָן, די קאַטוילן מיט דער מאַטקע־באָסקע, אַזוי טראָגט ער זיך אַרום מיטן באָמבעלע ווי אַ סאָסקע. בײַ נאַכט, ווען ער גייט שלאָפֿן, לייגט ער עס אַרונטער אונטערן בעט, מען זאָל עס בײַ אים נישט צוגנבֿענען. איר ווייסט דאָך ווי די ישׂראלדיקע שב״כ זײַנען געניט. זיי דערגייען אַלע סודות ווי די אינדיאַנער דעם סאַנסקריט. אַז איך וועל אַהיים קומען, וועל איך אַגיטירן, אַז אַמעריקע זאָל פּטור ווערן פֿון אַלע אירע נוקלעאַרע אײַנריכטונגען און ראַקעטן. צו וואָס טויגן זיי? מיר זײַנען אַ שלום־ליבנדיק פֿאָלק. שלום דאַרף זײַן אונדזער פּאַראָל און אויס מיטן עול.
דזשימיני קריקעט קוקיריקי
דזשימיני,
לאָמיר רעדן אָפֿענע דיבורים איידער איר גייט דאָ אָפּזינגען דעם שיר־השירים, ווײַל אויף ביזנעס שטייט די וועלט, און אויף געלט שטייט די וועלט, און אויף פֿרײַנדשאַפֿט וואָס באַצאָלט זיך, און אויף סודות און אויף רויב, און אויף מענטשלעכקייט וואָס טויב, און אויף יושר וואָס איז בלינד, און אויף מאָרדן און אויף זינד. וואָס זשע האַקסטו אונדז אַ טשײַניק, ווען פֿאַר דיר איז אַלצדינג ווייניק. לאָז שוין אָפּ מיט דײַנע סגולות, דײַנע פּעולות, דײַנע גדולות. טראָג זיך אָפּ, פֿאַרשפּאָר זיך קללות.
די פּרינצעסין פֿון עפּעסעסן