באַערונג־קאָנצערט פֿאַר די געפֿאַנגענע און פֿאַרשוווּנדענע
אין די ראַמען פֿון די פֿײַערונגען, געווידמעט 60 יאָר מדינת־ישׂראל, וועט דער ישׂראלדיקער פֿילהאַרמאָנישער אָרקעסטער דורכפֿירן דעם 25סטן מײַ אַן אייגנאַרטיקן קאָנצערט: אַ מוזיקאַלישע באַערונג לכּבֿוד דעם געפֿאַנגענעם סאָלדאַט גלעד שליט און די פֿאַרשוווּנדענע סאָלדאַטן אהוד גאָלדוואַסער און אלעד רגבֿ.
אויף דעם קאָנצערט, דעם ערשטן פֿון דעם ראַנג, וועט אויפֿטרעטן די באַוווּסטע ישׂראל־זינגערין יהודית ראַביץ מיט דעם ליד פֿון שלום חנוך "דאָס ליד אָן אַ נאָמען", מיט דער באַגלייטונג פֿונעם פֿילהאַרמאָנישן אָרקעסטער אונטער דער אָנפֿירונג פֿון דיריגענט דזשאַנאַנדרעאָ נאַדזשאַ.
די פּראָגראַם פֿון אָט דעם אויסנעמלעכן קאָנצערט שליסט אויך אײַן: וויוואַלדי — "די פֿיר סעזאָנען"; רעספּיגי — "די פֿאָנטאַנען פֿון רוים"; רעספּיגי — "אורני רומה". מיטן סאָליסט, דעם פֿידלער יוליאַן ראַכלין.
די איניציאַטיוו דורכצופֿירן דעם קאָנצערט קומט אַרויס פֿונעם פֿילהאַרמאָנישן אָרקעסטער־פֿאָנד מיט דער שטיצע פֿון פֿאָנד "הישׂג" (דערגרייכונג); דער ציל איז צו פֿאַרשטאַרקן די פֿאַרבינדונג צווישן דעם אָרקעסטער מיט דער קהילה. דער באַערונג־קאָנצערט פֿאַר די געפֿאַנגענע און פֿאַרשוווּנדענע וועט אויך דערמעגלעכן דעם פֿרײַען אַרײַנטריט צו דעם אויסנעמלעכן קאָנצערט פֿון סאָלדאַטן און יוגנטלעכע. די ערן־געסט פֿון דעם אָוונט וועלן זײַן די משפּחות פֿון די געפֿאַנגענע און פֿון די פֿאַרשוווּנדענע, דער הויפּט פֿון גענעראַל־שטאַב פֿון צה״ל, גבי אַשכּנזי, עלנטע סאָלדאַטן און געזעלשאַפֿטלעכע פּערזענלעכקייטן.
דער "הישׂג"־פֿאָנד איז אויפֿגעקומען מיט דרײַ יאָר צוריק, אַ דאַנק דער פֿינאַנציעלער שטיצע פֿון דער משפּחה דזשערי שוואַרץ און ה. רײַסמאַן, פֿון קאַנאַדע מיטן צוועק צו שטיצן איינזאַמע און באַפֿרײַטע סאָלדאַטן און זיי צוטיילן סטיפּענדיעס פֿאַר אַקאַדעמישע לימודים.
דרײַ קוואַלן: פּוילן, פֿראַנקרײַך, ישׂראל
פֿון דרײַ באַזונדערע קוואַלן נעמט זיך די שטויסקראַפֿט פֿון הײַיאָריקן ישׂראל־פֿעסטיוואַל, וועלכער וועט צו שטאַנד קומען אין ירושלים פֿון 24סטן מײַ ביזן 22סטן יוני: דעם פּוילישן, דעם פֿראַנצויזישן און די פֿײַערונגען צום 60סטן יוביליי פֿון מדינת־ישׂראל.
"מיט נישט קיין גרויסער סומע געלט האָט זיך באַשטײַערט צום הײַיאָריקן פֿעסטיוואַל דער פֿײַערונג־קאָמיטעט פֿון 60 יאָר מדינת־ישׂראל; אָבער אַ דאַנק אָט די פֿײַערונגען, איז געווען פֿיל לײַכטער צו ווירקן אויף די וועלט־אַנסאַמבלען זיך צו באַטייליקן אין פֿעסטיוואַל", האָט געזאָגט דער גענעראַל־דירעקטאָר יוסי טל־גן. "דאָס יאָר איז געקומען צום הויכפּונקט די גרייטקייט פֿון די פֿאַרשיידענע אַמבאַסאַדעס אין ישׂראל מיטצואַרבעטן מיט אונדז, ווי אויך די וויליקייט פֿון די אַנסאַמבלען און קינסטלער, צו וועלכע מיר האָבן זיך געווענדט, דאָס צו רעאַליזירן. נישט בלויז האָבן אונדז געהאָלפֿן די פֿראַנצויזישע און פּוילישע פֿאָרשטייער, נאָר אויך די דײַטשישע, די רומענישע, די בראַזיליאַנער און די ענגלישע. זיי אַלע האָבן געהאַט אַ דעצידירנדיקע ווירקונג אויף דער פּראָגראַם פֿון פֿעסטיוואַל", האָט טל־גן באַשטעטיקט.
גלײַכצײַטיק איז צו באַמערקן אָבער, אַז די פּוילישע באַטייליקונג איז מער פֿאַרבונדן מיטן פּוילישן יאָר אין ישׂראל ווי מיט די 60־יאָר פֿײַערונגען. די זעקס אַנסאַמבלען וואָס וועלן קומען פֿון פּוילן — צווישן זיי: דער נאַציאָנאַלער טעאַטער, דער טעאַטער פֿון וואַרשע, דער כאָר און דער וואַרשעווער פֿילהאַרמאָנישער אָרקעסטער, דערוועקן גרויס נײַגער און אינטערעס זיך צו באַקענען נענטער מיט דער פּוילישער קולטור פֿון הײַנט.
פֿאַרשיידנאַרטיק און צוגעפּאַסט צו אַלע געשמאַקן איז די טעאַטער־פּראָגראַם פֿון פֿעסטיוואַל. די טעאַטער־גייער וועלן קאָנען אויסוויילן צווישן די צוויי טעאַטערס וואָס קומען פֿון פּוילן, פֿון פֿראַנקרײַך, פֿון רוסלאַנד און פֿון די ישׂראלדיקע אויפֿפֿירונגען, ספּעציעל געשאַפֿן צום פֿעסטיוואַל. אַ באַזונדערן אינטערעס דערוועקט דער פּראָיעקט "דער דיבוק", וועלכער באַצייכנט 90 יאָר זינט דער גרינדונג פֿון טעאַטער "הבימה" אין מאָסקווע, אין 1917, און דער קענצייכן פֿון "הבימה" איבער דער וועלט. אין דער דאָזיקער ראַם וועט אויפֿגעפֿירט ווערן "דער דיבוק" דורכן וואַרשעווער אַנסאַמבל צוזאַמען מיט קלענערע אַנסאַמבלען אינספּירירטע פֿון דער לעגענדאַרער דראַמע.
"דער דיבוק" פֿון וואַרשע האָט באַאַרבעט און רעזשיסירט קזשישטאָף ווידליקאָווסקי, וועלכער האָט אַרײַנגעפֿלאָכטן אין אַנ־סקיס אָריגינאַל אַ קורצע דערציילונג פֿון חנה קראָל וועגן אַן אַמעריקאַנער ייִד, וואָס קען זיך נישט באַפֿרײַען פֿון זײַן ברודערס געשפּענסט, וועלכער איז דערהרגעט געוואָרן אין דער וואַרשעווער געטאָ. אין אָט דער ווערסיע, וווּ עס נעמט אויך אָנטייל די באַוווּסטע ישׂראלדיקע אַקטריסע אורנה פּורת, פּרוּווט מען נישט אַרויסצוטרײַבן דעם דיבוק, וואָס האָט זיך באַזעצט גײַסטיק און פֿיזיש אין קערפּער פֿון דער יונגער כּלה, נאָר דווקא אים פֿאַרהיטן.
גלײַכצײַטיק וועלן אויפֿגעפֿירט ווערן נאָך דרײַ "דיבוקים": דער טאַנץ "אין מיטן נאַכט", געשטעלט פֿון רעננה רז און עופֿר עמרם; "דיבוק־דערציילונגען ווי אַן אַרײַנבליק אין די נשמה־טיפֿענישן" און "צווישן צוויי וועלטן" פֿון יהודה שוחט, וואָס שליסט אײַן אַקטיאָרן און ליאַלקעס און גיט צו דער לעגענדע אַ נײַ ליכט.
אויך "די דרײַפֿוס־אַפֿערע" איז זוכה צו אַ באַנײַטן אינטערעס אין די ראַמען פֿון פֿעסטיוואַל: אַ פֿראַנצויזישע פּיעסע, וואָס פּרוּווט אַרײַנצודרינגען אין דרײַפֿוסעס געדאַנקען־גאַנג בשעת זײַן אַרעסט צוליבן כּלומרשטן פֿאַרראַט און פֿאַרשטיין די האַנדלונג פֿון דרײַפֿוס דעם מענטשן. דער אַקטיאָר אַלעקס אַנסקי וועט אויך אויפֿפֿירן די מאָנאָדראַמע "איך בין נישט דרײַפֿוס", וווּ די צענטראַלע געשטאַלט איז דער שולדיקער אין דער גאַנצער אַפֿערע, דער אָפֿיציר־אַנטיסעמיט פֿערדינאַנד עסטערהאַזי.
אין דעם הײַיאָריקן פֿעסטיוואַל נעמט אויך אָנטייל דער באר־שבֿע־טעאַטער מיט דער פּרעמיערע "די ספֿרדישע באַלאַדע", רעזשיסירט דורך יורם פֿאַלק. די פֿאָרשטעלונג איז באַזירט אויף דעם ראָמאַן "די ייִדישקע פֿון טאָלעדאָ", פֿון ייִדיש־דײַטשישן שרײַבער לעאָן פֿויכטוואַנגער.
די פֿראַנצויזישע באַטייליקונג איז נישט ווייניקער צוציִענדיק פֿון דער פּוילישער; צום פֿעסטיוואַל וועלן קומען פֿינף אַנסאַמבלען, צווישן זיי: דער באַלעט פּראָלזשוקאַזש, "די בליִענדיקע קונסט" מיט זײַנע 60 זינגער און אינסטרומענטיסטן, דער פֿידלער דוד גרימעל, דער פּיאַניסט מישעל באַרוף און די טשעליסטין עמנואל בערטראַן.
קלאַסישע מוזיק אויפֿן פֿעסטיוואַל
די פּראָגראַם פֿון קלאַסישער מוזיק דערוועקט אַ גרויסע דערוואַרטונג בײַ די פֿאַרברענטע ליבהאָבער פֿון אָט דעם מוזיקאַלישן זשאַנער. עס וועלן אויפֿטרעטן, צווישן אַנדערע, דער פֿראַנצויזישער אַנסאַמבל "די בליִענדיקע קונסט", וואָס באַשטייט פֿון זינגערס, זינגערינס און אינסטרומענטן, און פֿאַרנעמט זיך, בעיקר, מיט דער אויספֿירונג פֿון באַראָק־מוזיק מיט די אויטענטישע אינסטרומענטן פֿון יענער תּקופֿה, אונטער דער אָנפֿירונג פֿון דעם קאָנטראָטענאָר־זינגער פּאָל עגניאַו. זיי וועלן אויפֿטרעטן דעם 21סטן יוני אין ריזיקן זאַל פֿון "בניני האומה".
עס וועט אויך אויפֿטרעטן דער איטאַליענישער אַנסאַמבל "אַקאָרדאַנע", וואָס באַשטייט פֿון צוויי זינגער און פֿינף מוזיקער; זייער אויפֿטריט איז געווידמעט דער אַלטצײַטיקער פּאָפּולערער מוזיק פֿון דרום־איטאַליע.
"דער ירושלימער פּראָיעקט" באַשטייט פֿון אַ בשותּפֿותדיקער מיטאַרבעט צווישן שפּאַנישע קינסטלער אונטער דער לייטונג פֿון דיריגענט דזשאָרדי סאַוואַל מיט מוזיקער (ייִדן און אַראַבער), וואָס פֿאַרנעמען זיך, בעיקר, מיט עטנישער מוזיק.
מיט אינטערעס ווערט דערוואַרט דער אויפֿטריט פֿון דעם וואַרשעווער פֿילהאַרמאָנישן כאָר אין אַ פּראָגראַם פֿון מאָדערנע פּוילישע קאָמפּאָזיטאָרס ווי אויך דער פּיאַנע־רעציטאַל פֿון יונגן ראָמאַן ראַבינאָוויטש, געווינער פֿון צווייטן פּרײַז (קיין ערשטער איז נישט געווען) פֿון אָקאָרשט פֿאָרגעקומענעם רובינשטיין־פֿאַרמעסט.
מיטאָלאָגישער ים־מאָנסטער
"די הידרע" — די נײַע בשותּפֿותדיקע טאַנץ־שאַפֿונג פֿון די ישׂראלדיקע קינסטלער ענבל (אינבאַל) פּינטאָ און אַבֿשלום פּאָלאַק דערעפֿנט דעם הײַיאָריקן ישׂראל־פֿעסטיוואַל.
"די הידרע" (לויט דער גריכישער מיטאָלאָגיע — אַ געפֿערלעכער ים־מאָנסטער מיט עטלעכע קעפּ) איז אַ בשותּפֿותדיקע ישׂראל־יאַפּאַנישע פּראָדוקציע און באַזיצט אייגנשאַפֿטן פֿון ביידע קולטורן; זי דערציילט וועגן שיינקייט און האָפֿענונג אײַנגעשלאָסן אינעם צוזאָג, וואָס כּמעט קיין מאָל פֿאַרווירקלעכט ער זיך נישט. דעם טאַנץ פֿירט אויס דער אַנסאַמבל צוזאַמען מיט צוויי יאַפּאַנישע געסט־טענצער, באַגלייט מיט דער מוזיק פֿון באַך און אַנדערע קאָמפּאָזיטאָרן.
דאָס אַלץ איז בלויז אַ טראָפּן אין ים פֿון די קונסט־אויסדרוקן אויף אַלע געביטן, וואָס עס דערוואַרט דער געטרײַער צושויער.