‫אינטערװיוען
צבֿי־הײַנריך גרעץ
צבֿי־הײַנריך גרעץ

די קאָנסערוואַטיווע באַוועגונג אינעם 60סטן יאָרטאָג פֿון מדינת־ישׂראל. — אינטערוויו מיטן ראַבײַ ענדראָ סאַקס, ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרווערטס"

די קאָנסערוואַטיווע, גלײַך ווי די רעפֿאָר­מער, זענען אַ נישט־אָרטאָדאָקסישע רעליגיע­זע באַוועגונג, וואָס איז טעטיק אין ישׂראל זינט צענדליקער יאָרן. מען קאָן זאָגן וועגן די קאָנסערוואַטיווע, אַז זיי געפֿינען זיך צווישן דער אָרטאָדאָקסיע און רעפֿאָרעם, ווײַל זיי שטיצן אונטער די הלכה און ייִדי­שע טראַדיציעס.

די דאָזיקע באַוועגונג איז אַנטשטאַנען אין דײַטשלאַנד אין דער צווייטער טייל פֿונעם 19טן יאָרהונדערט, מיט סימפּאַטיעס פֿאַר אַ מאָדערנער וועלט־אָנשויונג, וואָס וויל זיך צופּאַסן צו דער צײַט און צו די באַדינגונגען פֿון די ייִשובֿים אין וועלכע זי איז טעטיק.

אירע פֿירער — הרבֿ נחמן קראָכמאַל, זכריה פֿרענקעל, צבֿי־הײַנריך גרעץ און אַנדערע האָבן מקפּיד געווען מקיים צו זײַן מיצוות, אונטערגעשטיצט דעם לימוד פֿון העברעיִש און זיך באַמיט צו געבן אַן עסטעטישן אויסזען דעם ריטואַל אין זייערע טעמפּלען.

אין קעגנטייל צו די רעפֿאָרמער, האָבן די קאָנסערוואַטיווע קיין מאָל נישט אויפֿגע­הויבן קיין האַנט קעגן דעם ציוניזם, נישט אויסגעמעקט ירושלים פֿון זייערע תּפֿילות, נאָר שטענדיק אונטערגעשטיצט דעם צוריק­קער פֿונעם ייִדישן פֿאָלק קיין ארץ־ישׂראל.

זײַן אַ קאָנסערוואַטיווער ייִד מיינט כּלומרשט נישט מוותּר זײַן אויף גאָרנישט, נאָר אָפּהיטן אַלץ וואָס איז פֿאַרהייליקט געוואָרן אין משך פֿון דורות, נאָר אין אמתן האָבן זיי יאָ אײַנגעפֿירט געוויסע ענדערונגען ווי שפּילן מיט אַן אָרגל אין די שבתים און יום־טובֿים. מען קאָן זאָגן, אַז זיי זענען מער מדקדק אויף מיצוות אינעם טעמפּל ווי אינעם פּריוואַטן לעבן. דעריבער איז זיך נישט צו חידושן ווען מתפּללים קומען צו פֿאָרן שבת אין טעמפּל מיט זייערע אויטאָס און די ראַבײַס זאָגן גאָרנישט וועגן דעם.

מיר האָבן אויסגענוצט אַ באַזוך אין ירושלים כּדי זיך צו באַקענען מיטן "צענטער פֿון דער קאָנסערוואַטיווער באַוועגונג", אויף דער גאַס בן־יהודה 13, און דאָרט זיך באַקענט מיט איינעם פֿון די רבנים וואָס זענען דאָ טעטיק — ראַבײַ ענדראָ סאַקס. פֿון זײַנע ווערטער איז געווען צו דרינגען, אַז וואָס שייך ענדערונגען אין מינהגים איז אַלץ אָפּהענגיק פֿונעם רבֿ. פֿאַראַן רבנים וואָס זענען מער גענייגט זיך צו פֿירן אָרטאָדאָקסיש און דערלויבן נישט אין שיל קיין שום ענדערונג און אַנדערע, וואָס זענען מער רעפֿאָרמיסטיש געשטימט. מיר געדענ­קען ווי אַזוי מיט 50 יאָר צוריק בערך, זענען מיר, מיזרחי־רבנים אין אַמעריקע, אויסגע­שלאָסן געוואָרן פֿון דער פּאַרטיי, ווײַל מיר זענען געשטאַנען בראָש פֿון קאָנסערוואַטיווע קהילות.

די דאָזיקע פּראָבלעם וועט באַלײַכט ווערן מיט פֿאָלגנדיקן משל — ווען אַ ייִד האָט אַ קאָמפּליצירטע הלכה־פּראָבלעם און וויל די פּראָבלעם לייזן קענען זיך שאַפֿן דרײַ פֿאַלן: אויב ער וועט זיך ווענדן צו אַן אָרטאָדאָקסישן רבֿ, קען ער זיך פֿאָרשטעלן פֿון פֿאָרויס, אַז דער רבֿ וועט פּסקענען לחומרא און אַסרן. אויב ער וועט גיין צו אַ רעפֿאָרעם־ראַבײַ וועט ער אים געבן אַ היתּר, נאָר ס'איז שווער צו וויסן ווי אַזוי דער קאָנסערוואַטיווער רבֿ וועט פּסקענען: מעג מען — צי מען טאָר נישט? אַלץ איז אָפּהענגיק פֿונעם רבֿ. די אָרטאָדאָקסן האָבן אַ שולחן־ערוך. אויך די רעפֿאָרמער, נאָר עס שײַנט, אַז די קאָנסערוואַטיווע האָבן אַזאַ שולחן־ערוך נאָך נישט פֿאַרפֿאַסט.

דער רבֿ וועט פּסקענען לויט ווי ער האָט געלערנט אינעם שעכטער־סעמינאַר, וועלכער איז דער אינסטיטוט וואָס בילדט אויס רבנים פֿאַר דער דאָזיקער באַוועגונג.

מיר האַלטן, אַז עס וועט זײַן אינטערע­סאַנט פֿאַר אונדזערע לייענער זיך צו באַ­קענען מיט דער דאָזיקער זעלטענער פּער­זענלעכקייט.

ווער איז עס געווען דער דאָזיקער שלמה שעכטער (1847—1915)? ער איז געווען אַ מאָדערנער רבֿ, אַ היסטאָריקער. זײַן גרעס­טער אויפֿטו איז פֿאַרבונדן מיט דער אַנט­דעקונג פֿון דער קאַיִרער גניזה, אַ זאַך וואָס ער האָט פּאָפּולאַריזירט. די דאָזיקע גניזה האָט זיך געפֿונען אויפֿן בוידעם אין דער שיל וווּ עס האָט יאָרן־לאַנג געדאַוונט דער רמב"ם. אַזוי ווי בײַ ייִדן טאָר מען נישט אַרויסוואַרפֿן קיין "שמות" — אָפּגעריסענע בלעטער פֿון אַ ספֿר, איז מען זיך נוהג זיי אויסבאַהאַלטן אין דער גניזה און דערנאָך זיי באַערדיקן אויף אַ בית־הקבֿרות. האָבן זיך אָנגעזאַמלט אין דער גניזה פֿון קאַיִר גאַנצע בערג מיט שמות פֿון וויכטיקע ספֿרים. אויך אַזעלכע ווי בן־סירא, וואָס זענען נעלם געוואָרן. הרבֿ שעכטער האָט אַלץ געטאָן כּדי צונויפֿנעמען אָט די שמות און געווויר ווערן צו וועלכע ספֿרים זיי געהערן. ער האָט אויך אַנטדעקט העברעיִשע לידער פֿון אומבאַקאַנטע דיכטער. אינעם בית־התּפֿוצות איז פֿאַרוואָגלט געוואָרן אַ בריוו וואָס אַ פֿרוי האָט געשיקט צו איר מאַן אין קאַיִר, געשריבן אין אַן אַרכאַיִשן ייִדיש און אויך דעם בריוו האָט מען געפֿונען אין דער גניזה, מיינענדיק מסתּמא, אַז דאָס האָט אַ געוויסע קדושה. יש אומרים, אַז אַפֿילו ביזן הײַנטיקן טאָג האָט מען נישט באַוויזן אַלץ צו דעשיפֿרירן און די "שמות" ווערן נאָך אַלץ סאָרטירט און דעשיפֿרירט.

הרבֿ שעכטער האָט אין זײַנע יוגנט־יאָרן געלערנט אין דער ישיבֿה פֿון לעמבערג און דערנאָך — אין ווין, אינעם אָרטיקן רבנים־סעמינאַר. דאַן איז ער אַריבער וווינען אין בערלין, וווּ ער האָט געלערנט אינעם דאָרטיקן אוניווערסיטעט. אין 1882 איז ער אָפּגעפֿאָרן קיין לאָנדאָן און אין 1901 — קיין ניו־יאָרק, וווּ מען האָט אים אויפֿגענומען ווי דער פֿאָרזיצער פֿונעם טעאָלאָגישן סעמינאַר פֿון דער קאָנסערוואַטיווער באַוועגונג. דעם דאָזיקן פּאָסטן האָט ער פֿאַרנומען ביזן לעצטן טאָג פֿון זײַן לעבן.

מיר האָבן געמאַכט די דאָזיקע אויפֿקלע­רונג וועגן הרבֿ שעכטער כּדי צו פֿאַרשטיין הלמאַי אַזוי פֿיל אָפּטיילונגען און מוסדות פֿון דער קאָנסערוואַטיווער באַוועגונג טראָגן זײַן נאָמען.

דער אויבנדערמאָנטער ראַבינער ענדראָ סאַקס קלערט אונדז אויף, אַז אין ישׂראל זענען קאָנסערוואַטיווע רבנים מער אָפּגעהיט ווי די רעפֿאָרמער אין ענינים וואָס האָבן צו טאָן מיט דער הלכה, דאָס הייסט, מער אָפּהענגיק פֿון זייער ישׂראלדיקן ועד־הלכה. אין ענינים פֿון טראַדיציעס היטן זיי שבת, כּשרות, תּפֿילין אד"גל און רעכענען זיך שטאַרקער מיט דער מיינונג פֿונעם ועד־הלכה אין פֿראַגעס וואָס האָבן צו טאָן נאָר מיט ישׂראל, ווי שמיטה, מעלקן קי אין די שבתים, אאַז"וו. אינעם ועד־הלכה זענען רעפּרעזענטירט רבנים פֿון פֿאַרשיידענע מדינות, וועלכע מײַדן אויס צו פּסקענען שאלות וואָס האָבן צו טאָן מיט חוץ־לאָרץ. דערצו איז פֿאַראַן אַ ועד־הרבנים וואָס איז זיך מטפּל מיט ענינים וועלכע האָבן צו טאָן מיט גלות־ייִשובֿים.

מיר פֿרעגן: וויפֿל רבנים האָט די קאָנ­סערוואַטיווע באַוועגונג? און די תּשובֿה איז — 1,600 רבנים איבער דער וועלט און 160 אין ישׂראל. אין ישׂראל זענען פֿאַראַן 50 קאָנסערוואַטיווע קהילות און אַ צאָלרײַכע יוגנט־באַוועגונג — "נועם". אויך אַ קיבוץ "חרתּון" אינעם גליל. פֿאַראַן קאָנסערוואַטיווע גרופּעס אין אַ ריי אוניווערסיטעטן; נח"ל־קאַדרען (נוער חלוצי לוחם — יוגנט־באַטאַליאָ­נען) וואָס דינען צוזאַמען אין צה"ל. גרופּעס יונגע רבנים וואָס פֿאָרן איבער דער וועלט און פֿאַרשפּרייטן ייִדישקייט צווישן אַסימי­לירטע ייִדן. אין צפֿון־אַמעריקע האָבן די קאָנסערוואַטיווע 800 קהילות; אין דרום־אַמעריקע — 50 און אין אייראָפּע — 30.

"און אין ישראל?", פֿרעגן מיר. "בערך 50 קהילות אין פֿאַרשיידענע שטעט און ייִשובֿים".

אייגנטלעך זענען מיר איצט דערגאַנגען צום עיקר פֿונעם שמועס, ווײַל לייענער פֿונעם "פֿאָרווערטס", זאָגן מיר אים, ווילן וויסן וואָס טוען די קאָנסערוואַטיווע אין ישׂראל?

מיר דערוויסן זיך אַזוי אַרום, אַז בעת די תּשרי־יום־טובֿים ווערן אָרגאַניזירט מנינים, בעת וועלכע מען קלערט אויף דעם באַדײַט פֿון די תּפֿילות מיט אינטערעסאַנטע פּרטים וואָס זענען מיט זיי פֿאַרבונדן. פֿאַר געוויסע ישׂראלים, וואָס האָבן זיך קיין מאָל נישט באַטייליקט אין אַ תּפֿילה איז אַן איבערלעבונג דאָס אָנטאָן אַ טלית, אָדער קריגן אַן עליה. אַזאַ איבערלעבונג איז אויך דאָס באַטייליקן זיך צום ערשטן מאָל אין אַ קאָלעקטיוון סדר און אַזעלכע סדרים ווערן אָרגאַניזירט אין די הונדערטער.

הרבֿ ענדראָ סאַקס רעדט מיט באַגײַסטע­רונג וועגן דעם נצחון וואָס די קאָנסערוואַטי­ווע האָבן אָפּגעהאַלטן מיט צוויי יאָר צוריק בעתן אויסקעמפֿן, אַז מען זאָל זיי דערלויבן צו דאַווענען בײַם כּותל. דאָס איז געווען אַ קאַמף וואָס האָט גענומען אַ צענדליק יאָרן. די אָרטאָדאָקסן האָבן צו דעם נישט דער­לאָזט, נאָר אַזוי ווי מען האָט אַפּעלירט צום העכסטן געריכט און עס האָט זיך אַרויס­געוויזן, אַז די קאָנסערוואַטיווע וועלן גע­ווינען דעם פּראָצעס, האָט מען מוותּר גע­ווען און איצט קאָנען זיי תּפֿילה טאָן בײַם "רובינסאָן־בויגן‘, נישט ווײַט פֿונעם כּותל.

אַ וויכטיקער אויפֿטו איז דאָס שיקן איבער דער וועלט יוגנטלעכע פֿון דער "נועם"־באַוועגונג אין חנוכּה, אָדער אַנדערע יום־טובֿים. זיי גרייכן די ווײַטסטע קהי­לות אין אייראָפּע און אָרדע­נען אײַן מיט די דאָזיקע אַסימילירטע ייִדן כּלערליי געזעלשאַפֿטלעכע אימפּרע­זעס.

בײַ די 500 יונגטלעכע האָבן זיך לעצטנס באַטייליקט אויף אַ "שבתּון", דאָס הייסט, אַ קאָלעקטיוון שבת אין גבֿעת־חבֿיבֿה, בעת וועלכן מען האָט געלערנט די פּרשה פֿון דער וואָך, גע­האַלטן רעפֿעראַטן וועגן אַק­טועלע באַלערנדיקע טעמעס אד"גל.

נאָך לאַנג־יאָריקע באַ­מיִונ­גען איז געלונגען צו איבערצײַגן די ערשטע ספֿר­דישע קהילה זיך אָנצושליסן אין די רייען פֿון דער קאָנ­סערוואַטיווער באַוועגונג. 50 ספֿרדישע משפּחות, גע­קומענע פֿון איראַק, מאַראָקאָ, מצרים, טוניסיע און אַנדערע מקומות האָבן זיך ענדלעך פֿאַראייניקט און דאַווענען לויטן נוסח פֿון די קאָנסער­וואַטיווע. די דאָזיקע קהילה טראָגט דעם נאָמען "דגל־ישׂראל".

אין דער ייִדישער וועלט איז באַקאַנט די עקזיסטענץ פֿון אָפּשטאַמיקע פֿון די אַמאָליקע מאַראַנען וואָס זייערע אור־אור־עלטערן האָבן זיך געשמדט מיט פֿיל יאָרן צוריק, כּדי אַנטרונען ווערן פֿון דער אינקוויזיציע. די דאָזיקע האַלבע ייִדן ווילן איצט אַריבערגיין צום ייִדנטום, נאָר נישטאָ ווער עס זאָל זיך מיט זיי מטפּל זײַן. די דאָזיקע אויפֿגאַבע האָבן אויף זיך גענומען די קאָנסערוואַטיווע, וועלכע פֿאַרוואַנדלען זיי אין הונדערט־פּראָצענטיקע ייִדן און פֿאַר­אינטערעסירן זיי עולה צו זײַן קיין ישׂראל.

די קאָנסערוואַטיווע, אָדער מסורתי־באַווע­גונג (טראַדיציאָנעלע) גיט אַרויס פֿיל מאַטעריאַלן וועגן איר טעטיקייט און אין די בראָשורן ווערט געשילדערט די פֿאַר­צווײַגטע אַרבעט, וואָס איז פּאָזיטיוו און נוצלעך פֿאַרן ייִדישן פֿאָלק און פֿאַר ישׂראל.

אויף אַזאַ אופֿן איז מען מקרבֿ די דער­ווײַטערטע, דאָס הייסט, די יעניקע, וואָס זענען געבליבן אויף די מרחקים פֿונעם ייִדישן לעבנס־שטייגער און ווילן ווערן פֿולקאָמע ייִדן...