- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
מיט דרײַסיק יאָר צוריק איז בײַ מיר געבוירן און פֿאַרפֿעסטיקט געוואָרן די אידעע, און מײַן ווײַב האָט עס אונטערגעהאַלטן, אַז מיר מוזן פֿאַרלאָזן דעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. אָנגעגעבן דאָקומענטן האָבן מיר שפּעטער, אין האַרבסט 1979; אָבער זינט 1978 זײַנען מיר שוין "געזעסן אויף די וואַליזקעס". בײַ אונדז זײַנען טאַקע געשטאַנען צוגעגרייט זעקס וואַליזקעס פֿון אַ געוויסן סאָרט — פֿון אַ לײַכטער סחורה, כּדי אײַנשפּאָרן וואָג פֿאַר נייטיקע זאַכן. אין אונדזער באַשלוס צו לאָזן זיך אין וועג אַרײַן האָט עפּעס אַ ראָלע געשפּילט די מאָסקווער אָלימפּיאַדע. דער ייִדישער פֿאָלקלאָר האָט דעמאָלט געשאַפֿן אַזאַ באָבע-מעשׂה (מע וואָלט געקענט אָנשרײַבן אַ גאַנץ בוך וועגן אַזעלכע משוגעתן): די רעגירונג וועט דערלויבן אַרויסצופֿאָרן. פֿאַר וואָס? ווײַל זי וועט, נעבעך, ניט האָבן קיין ברירה. אַנדערש וועלן דאָך אָפּגעסמט ווערן די באַציִונגען מיט דער מערבֿדיקער וועלט. קיינער פֿון די חכמים-מופֿלגים האָט ניט געקענט פֿאָרויסזען דעם בויקאָט פֿון דער מאָסקווער אָלימפּיאַדע און דעם יאָרנלאַנגן פּאַראַליז פֿונעם עמיגראַציע-פּראָצעס. דער סוף איז געווען, אַז מיר זײַנען פֿאַרבליבן "זיצן אויף די וואַליזקעס" אַזש ביזן אָנהייב 1990ער יאָרן. וואָס פֿאַר אַ שד האָט אונדז געשטופּט אָנצונעמען דעם באַשלוס וועגן פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד? מיר האָבן דאָך געלעבט בעסער פֿון דורכשניטלעכע סאָוועטישע בירגער. קודם-כּל, זײַנען מיר געווען מאָסקווער תּושבֿים, און דאָס אַליין האָט אונדז געשטעלט אין אַן אַנדער קאַטעגאָריע סאָוועטישע מענטשן. דאָס לעבן אין מאָסקווע איז געווען רײַכער און אינטערעסאַנטער, האָט געגעבן מער מעגלעכקייטן פֿאַר פּראָפֿעסיאָנעלער און קולטורעלער אַנטוויקלונג. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס די קראָמען זײַנען געווען בעסער באַזאָרגט מיט סחורה. מײַן ווײַב און איך האָבן באַקומען אַ העכערע בילדונג. מיר האָבן געהאַט פֿרײַנד און קרובֿים. די עלטערן האָבן אונדז געהאָלפֿן צו קויפֿן אַ גוטע קאָאָפּעראַטיווע דירה, אין אַ נישקשהדיקער געגנט פֿון מאָסקווע. איך האָב אָנגעהויבן מאַכן ניט קיין שלעכטע קאַריערע. טאָ וואָס זשע האָט אונדז אויסגעפֿעלט? אַנטיסעמיטיזם? יאָ, מיר האָבן געפֿילט געוויסע באַגרענעצונגען. אָבער — איך וויל עס איבערחזרן — מיר האָבן, ווי ס׳רובֿ ייִדן אַרום אונדז, סײַ-ווי-סײַ געלעבט בעסער פֿון ס׳רובֿ "פּריווילעגירטע גויים", סײַדן יענע האָבן געהערט צו די פּני. צוריק גערעדט, זײַנען ייִדן געווען אויך צווישן די פּני. און דאָך האָט אונדז כּמעט קיינער פֿון די ייִדן ניט געשטעלט די פֿראַגע — "וואָס פֿעלט אײַך אויס?". מײַן מאַמעס שוועסטערקינד, וואָס איז געווען עטלעכע יאָר אין געפֿענגעניש בײַ די דײַטשן (מע האָט ניט אַנטפּלעקט זײַן אָפּשטאַמונג), האָט זיך געחידושט, ווען איך האָב אים דערציילט, אַז מײַן שעף, אַ ייִד, האָט רעאַגירט זייער נעגאַטיוו אויף מײַנע עמיגראַציע-פּלענער. "בײַ אונדז אין לאַגער האָט מען דערשאָסן יעדן צענטן, טאָמער עמעצן פֿון די פּלעניקעס איז געלונגען צו אַנטלויפֿן. אָבער מע האָט סײַ-ווי סימפּאַטיזירט מיט די אַנטלאָפֿענע." אונדזערע עלטערן האָבן גלײַך געגעבן אָפֿיציעלע דערלויבענישן, אונטערגעשריבן פּאַפּירן, אַז זיי האָבן ניט קיין פֿינאַנציעלע צי אַנדערע טענות צו אונדז. מײַן טאַטע און מײַן ווײַבס עלטערן זײַנען געווען מיטגלידער פֿון דער פּאַרטיי. מײַן טאַטע איז געווען אַ פּאָליטישער אָפֿיציר (קאָמיסאַר) בעת דער מלחמה און אַ פּאָר יאָר נאָך דער מלחמה; מײַן שווער האָט פֿאַרענדיקט די העכסטע פּאַרטיייִשע שול און האָט געדענקט אויף אויסנווייניק אַ היפּשן חלק פֿון לענינס שרײַבערײַען. אָבער קיינער פֿון זיי האָט אַפֿילו ניט געפּרוּווט אונדז אָפּצושטעלן, כאָטש אונדזער באַשלוס האָט זיי זיכער אָפּגעקאָסט ניט ווייניק געזונט. די גאַנצע מעשׂה האָט דאָך געקענט זיך פֿאַרענדיקן מיט געזעגענען זיך אויף אייביק — דער סאָוועטן-פֿאַרבאַנד איז געווען אַ פֿאַרמאַכט לאַנד, ניט אַהין און ניט צוריק. גלײַכצײַטיק, האָבן אונדזערע ניט-ייִדישע פֿרײַנד, קאָלעגן און שכנים אָפֿט מאָל ניט געקענט פֿאַרשטיין די מאָטיוון, וואָס האָבן אונדז געיאָגט אין עמיגראַציע. אויף דער אייבערפֿלאַך האָט דאָך אַלץ אויסזעגען, לכל-הפּחות, אויף זייער שקאַלע, גאָר ניט שלעכט. זיי איז שווער געווען צו געפֿינען אַן ענטפֿער אויף דער פֿראַגע, פֿאַר וואָס מיר באַציִען זיך צו רוסלאַנד ווי צו אַ שטיף-לאַנד. * * * צי פֿאַרשטייט אַ דורכשניטלעכער ווײַסער יחיד די קריוודעס פֿון דער שוואַרצער באַפֿעלקערונג? בדרך-כּלל ניט. צו אַזאַ אויספֿיר קען מען קומען נאָך אַ מאָל, ווען מע זעט ווי אַזוי ס׳רובֿ ווײַסע און שוואַרצע קאָמענטאַטאָרן רעאַגירן אויף דעם טאַראַראַם אַרום דעם גלח רײַט און זײַן השפּעה אויף באַראַק אָבאַמאַס קאַמפּאַניע. מיר איז זייער ניט סימפּאַטיש, וואָס און ווי אַזוי דער דאָזיקער גלח האָט גערעדט. אָבער איך גלייב אויך, אַז מע דאַרף צו די דאָזיקע האַרבע ווערטער זיך צוהערן. ניט אַזוי אַפֿילו צו די עצם ווערטער, ווי צו דער געשעעניש גופֿא — אַז זיי זײַנען געזאָגט געוואָרן און אַז בײַ אַ סך לײַט, קודם-כּל אין דער אַפֿריקאַניש-אַמעריקאַנער סבֿיבֿה, האָבן זיי געפֿונען אַן אָפּקלאַנג. די גרינגסטע זאַך איז צו טענהן: וואָס פֿעלט זיי? אין דעם קאָנטעקסט פֿרייט מיך זייער דער פֿאַקט, וואָס דער געבילדעטער סעקטאָר פֿון דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט ווײַזט די טענדענץ צו שטיצן באַראַק אָבאַמאַ. זיי איז אפֿשר ניט גרינג עס צו טאָן, ווײַל ביזן הײַנטיקן טאָג איז ווייניק באַוווּסט וועגן זײַן פּראָגראַם. דער לאָזונג "שינוי!" איז ניט מער ווי אַ לאָזונג. אין וועלכער ריכטונג קלײַבט ער זיך עפּעס בײַטן? צי מע דאַרף גיין נאָך אים ווײַל ער האָט אַ ביסל אַנדערש פֿאָרמולירט דעם פּראָיעקט, ווי אַזוי צו רעפֿאָרמירן די ווייניק ציוויליזירטע מעדיצינישע סיסטעם? אָדער ווײַל ער קלײַבט זיך ניט אָפּשאַפֿן געוויסע שטײַערן אויף בענזין? דייוויד ברוקס, דער קאָלומניסט פֿון "ניו-יאָרק טײַמס", האָט די טעג געשריבן וועגן די צוויי גאַנץ באַזונדערע סובקולטורן, וואָס האָבן זיך געשאַפֿן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. ער האָט ניט גענוצט דעם מיזרח-אייראָפּעיִשן טערמין "אינטעליגענץ", אָבער פֿאַקטיש האָט ער גערעדט וועגן דעם אונטערשייד צווישן דער אינטעליגענץ און דעם ווייניק-געבילדעטן עולם. דווקא די אינטעליגענץ האָט אַ סך שטיצער פֿון אָבאַמאַ. פֿאַר וואָס? ווײַל די אינטעליגענטן טראַכטן. דעם גלח רײַטס בייזע, קלאָונישע דרשות האָבן ווידער דערמאָנט וועגן דעם ראַסן-חלאַת, וואָס הערט ניט אויף צו צעעסן די אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט. זײַנע ווערטער האָבן אויך דערמאָנט, אַז אַ היפּשער טייל פֿון די אַמעריקאַנער בירגער האַלטן אַמעריקע פֿאַר זייער שטיף-לאַנד. און די אינטעליגענטן גלייבן, אַז צו האָבן אַ פּרעזידענט, וואָס קען אַריבערשטײַגן די ראַסן-מניעות, פֿון אינעווייניק פֿאַרשטיין די ראַסן-קריוודעס און טאָן עפּעס כּדי זיי צו היילן, איז אַ וויכטיקער קער — אַן אמתער שינוי — אין דער אַמעריקאַנער געשיכטע. דאָס איז אפֿשר די איינציקע, אָבער ביז גאָר וויכטיקע פֿונקציע, וועלכע הילאַרי קלינטאָן קען ניט אויספֿילן אַזוי ווי איר קאָנקורענט. "Shinui" iz nisht kein idish vortSubmitted by leonlab on Mon, 2008-05-12 00:22.
Der oitor hot mestome fargesen az er shraibt oif idish un nisht oif hebreish. Dos richtig vort iz "enderung". |