קונסט
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
מאַן ריי. טרערן, 1936
מאַן ריי. טרערן, 1936

די נײַע אויסשטעלונג אינעם לאָנדאָנער מוזיי "טייט־מאָדערן" אַנטפּלעקט ניט קיין נײַע נעמען אָדער ריכטונגען אין דער מאָדערנער קונסט. אַנשטאָט דעם, ברענגט זי צונויף די ווערק פֿון דרײַ קלאַסיקער, וועלכע האָבן באַשטימט די ריכטונג פֿון דער אייראָפּעיִשער און אַמעריקאַנער קונסט אינעם 20סטן יאָרהונדערט׃ מאַרסעל דושאַן, פֿראַנסיס פּיקאַביאַ און מאַן ריי. זייער שעפֿערישע צוזאַמענאַרבעט האָט זיך אָנגעהויבן אין ניו־יאָרק ערבֿ דער ערשטער וועלט־מלחמה און האָט שפּעטער ממשיך געווען אין פּאַריז. זייערע דרייסטע ווערק, צונויפֿגעשטוקעוועט פֿון גאַנץ געוויינטלעכע אָביעקטן, האָבן געשטעלט אונטער אַ פֿראַגע־צייכן די אָנגענומענע באַגריפֿן פֿון שיינקייט און קינסטלערישקייט. זיי האָבן פּראָוואָצירט דעם צושויער, אַנשטאָט צו ברענגען אים עסטעטישע הנאה.

די דרײַ מענער האָבן געשטאַמט פֿון ביז גאָר פֿאַרשידענע הינטערגרונטן. דושאַן (1887—1968) איז געבוירן אין אַן אינטעליגענטער און פֿאַרמעגלעכער פֿראַנצויזישער משפּחה מיט טיפֿע טראַדיציעס אין קונסט און האָט באַקומען אַ סאָלידע בילדונג. דער פֿאָטער פֿון פּיקאַביאַ (1879—1953) איז געווען אַ קובאַנער דיפּלאָמאַט אין פּאַריז. מאַן ריי (1890—1973) האָט זעלטן גערעדט וועגן זײַן אָפּשטאַם. אין זײַנע זכרונות קאָנצענטרירט ער זיך אויף זײַן אַנטוויקלונג ווי אַ קיסטלער, און דערמאָנט דרך־אַגבֿ, אַז געבוירן איז ער אין פֿילאַדעלפֿיע און אויפֿגעוואַקסן אין ברוקלין. אָבער ער זאָגט ניט, אַז זײַן אמתער נאָמען איז געווען עמנואל ראַדניצקי און זײַנע עלטערן זײַנען געקומען קיין אַמעריקע מיט דער גרויסער כוואַליע עמיגראַנטן פֿון רוסלאַנד אין די 1880ער יאָרן. ווי אַ קינד, האָט מאַני ראַדניצקי אַרויסגעוויזן אַן אינטערעס און טאַלאַנט צו צייכענען, און נאָך דעם, ווי ער האָט פֿאַרענדיקט די ברוקלינער מיטלשול פֿאַר ייִנגלעך, האָט ער אָנגעהויבן אַרבעטן ווי אַ קאָמערציעלער און טעכנישער אילוסטראַטאָר אין ניו־יאָרק. אין משך פֿון זײַן גאַנץ לעבן האָט ער ניט געהאַט קיין שום אינטערעס צו ייִדישקייט און ייִדישע טעמעס.

מאַן ריי. מיסטעריע פֿון איזידאָר דוקאַס, 1920
מאַן ריי. מיסטעריע פֿון איזידאָר דוקאַס, 1920

די באַקאַנטשאַפֿט מיטן קוביזם און דער באַזוך פֿון דער ניו־יאָרקער אויסשטעלונג אין 1913, וווּ ער האָט געזען די ווערק פֿון דושאַן, האָבן געמאַכט אַ שטאַרקן רושם אויף מאַן ריי, און ער איז געוואָרן אַ חסיד פֿון אַוואַנגאַרד. אָבער די דעמאָלטיקע ניו־יאָרקער סבֿיבֿה איז געווען צו קאָנסערוואַטיוו, און אין גיכן נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה האָט ער זיך אַריבערגעצויגן קיין פּאַריז צו זײַנע חבֿרים. דאָרט האָט ער פֿאַרבראַכט כּמעט זײַן גאַנץ לעבן, מיטן אויסנאַם פֿון די מלחמה־יאָרן.

דער ענין פֿון מאַן רייס ייִדישקייט האָט פֿון לאַנג צוגעצויגן דעם אויפֿמערק פֿון פֿאָרשער פֿון דער מאָדערנער קונסט. ווי אַנדערע קינסלער פֿון אַוואַנגאַרד, האָט מאַן ריי אויסגעאַרבעט אַן אייגנטימלעכע קינסטלערישע שפּראַך, וואָס איז געווען פֿול מיט רעטענישן, וויצן און איראָניע. דער קינסטלער האָט פֿאַרבעטן זײַנע צושויער צו שפּילן מיט אים לויט זײַנע כּללים און קוקן אויף דער באַקאַנטער וועלט פֿון אַ נײַעם ווינקל.

פֿראַנסיס פּיקאַביאַ. אַ יונג אַמעריקאַנער מיידל: טאַנץ, 1913
פֿראַנסיס פּיקאַביאַ. אַ יונג אַמעריקאַנער מיידל: טאַנץ, 1913

ווען מען קוקט אויף די אָביעקטן, וועלכע האָבן געדינט ווי אַ שטאָף פֿאַר מאַן רייס קינסטלערישע ווערק, באַמערקט מען, אַז אַ סך פֿון זיי האָבן צו טאָן מיט שנײַדערײַ. צווישן זיי זײַנען פֿאַראַן אַ פּרעס־אײַזן מיט טשוועקעס, אַ קאָמפּלי­צירטע קאָנסטרוקציע פֿון הענגערס, אָדער אַ מאָדנער אָביעקט, וואָס דערמאָנט אַ ניי־מאַשין, וועלכע איז אײַנגעוויקלט אין אַ קאָלדרע און איבערגעבודן מיט אַ שטריק. וועגן די דאָזיקע ווערק איז פֿאַראַן אַ רײַכע קריטישע ליטעראַטור, וואָס פּראָבירט זיי אויסצוטײַטשן ווי טיפֿזיניקע סימבאָלן אָדער מעטאַפֿיזישע באַגריפֿן.

אייניקע קונסט־פֿאָרשער, צווישן זיי פּראָפֿעסאָר מילי הייד פֿונעם ירושלימער אוניווערסיטעט, האַלטן, אַז דווקא די דאָזיקע ווערק פֿאַרבאַהאַלטן אַ שליסל צו מאַן רייס אינערלעכער וועלט. ווי אַ סך אָרעמע ייִדישע קינדער פֿון יענער צײַט, איז מאַני ראַדניצקי אויפֿגעוואַקסן אין אַ שטוב, וואָס האָט געדינט ווי אַ שנײַדער־וואַרשטאַט. זײַן מאַמע איז געווען תּמיד פֿאַרנומען מיט ניי־אַרבעט, און די קינדער האָבן געמוזט איר העלפֿן. די געשטאַלט פֿון אַ נייטאָרין, וואָס זיצט אײַנגעבויגן איבער איר מאַשינדל, איז געווען אַ פּאָפּולערער מאָטיוו אין דער רעאַליסטישער ייִדישער קונסט פֿון אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט.

מאַרסעל דושאַן. אַ נאַקעטער לייטער, וואָס לאָזט זיך אַראָפּ, 1912
מאַרסעל דושאַן. אַ נאַקעטער לייטער, וואָס לאָזט זיך אַראָפּ, 1912

ווען עמנואל ראַדניצקי האָט געביטן זײַן נאָמען אויף מאַן ריי, האָט ער אויך אויסגעמעקט אַ גאַנצן טייל פֿון זײַן ביאָגראַפֿיע. די זאַכן, וועלכע ער האָט קינדערהייט געזען יעדן טאָג אַרום זיך, זײַנען מגולגל געוואָרן אין רעטענישפֿולע סימבאָלן. מאַן ריי האָט זאָרגעוודיק קולטיווירט זײַן אימאַזש פֿון אַ פֿרײַעם קינסטלער אָן וואָרצלען און עבֿר. אין דעם זין איז ער געווען אַן עכטער ייִדישער קאָסמאָפּאָליט. אומזיסט וועט מען זוכן אין זײַנע ווערק סימנים פֿון דער קאָנקרעטער ווירקלעכקייט. אָבער ווען מען קוקט אויף זײַנע ווערק דורך "ייִדישע" ברילן, באַמערקט מען צומאָל דאָס, וואָס דער קינסטלער האָט בכּיוון — אָדער ניט־ווילנדיק — פֿאַרבאַהאַלטן. די אײַנגעוויקלטע ניי־מאַשין באַווײַזט זיך פּלוצעם אין מיטן פֿון דער פּוסטער פּאַריזער גאַס ריו פֿערו, וווּ מאַן ריי האָט געוווינט נאָך זײַן אומקערן זיך אין פּאַריז. מילי הייד טײַטשט דאָס דאָזיקע בילד פֿון 1952 ווי אַ פֿאַרבאַהאַלטענער אָפּרוף אויפֿן חורבן. דער קינסטלער אַליין וואָלט אפֿשר ניט מסכּים געווען מיט אַזאַ מין גראָדליניקער אינטערפּרעטאַציע, אָבער די טרויעריקע שטימונג פֿונעם בילד, אָן שום סימן פֿון איראָניע, רעדט פֿאַר זיך בעסער, איידער וואָסער ניט איז קאָנקרעטער טײַטש.