פּובליציסטיק
מרדכי שטריגלער
מרדכי שטריגלער

צו מרדכי שטריגלערס 10טע יאָרצײַט ברענגען מיר אַ ספּעציעלן אַרטיקל, אָנגעשריבן פֿאַרן "פֿאָרווערטס", אַ מין הקדמה צו אַ גרעסערן חיבור, וואָס באַהאַנדלט די באַציִונגען און ווידעראַנאַנדן צווישן דעם געוועזענעם רעדאַקטאָר פֿון "פֿאָרווערטס" און דעם גרינדער און אָנפֿירער פֿון מדינת־ישׂראל דוד בן־גוריון. צוליב טעכנישע סיבות און מאַנגל אין אָרט, ווערן דאָ נישט אָנגעוויזן די מקורים, אויף וועלכע עס שטיצט זיך אָט די הקדמה. זיי וועלן אָנגעגעבן ווערן בפֿירוש אין אַ גרעסערן חיבור. דער מחבר פֿון דעם אַרטיקל שטיצט זיך, צווישן אַנדערן, אויף שטריגלערס בריוו צו ייִדישע שרײַבער, אַרכיוו־מאַטעריאַלן, מינדלעכע אינטערוויוען, צײַטונגס־אַרטיקלען און געדרוקטע אָפּהאַנדלונגען.
די רעדאַקציע


מרדכי שטריגלערס אומאָפּהענגיקייט ווי אַ ציוניסטיש־סאָציאַליסטישער דענקער, גלײַך נאָך דער באַפֿרײַונג, קומט צום אויס­דרוק שוין אין די ערשטע באַגעגענישן צווישן אים און דוד בן־גוריון אין יאָר 1946. שטריגלער דערקלערט בן־גוריונען, אַז זײַנע השׂגות און טעטיקייטן זײַנען פֿאַרבונדן מיט די אינטערעסן פֿון גאַנצן ייִדישן פֿאָלק. שטריגלערס שטעלונג וויז־אַ־ווי בן־גוריון איז אַן אומפּאַרטיייִשע, אַ שטעלונג אָן אָפּנייגונגען, מיט זײַנע ווערטער: "אויסער דעם אַלגעמיינעם ציוניסטיש־סאָציאַליסטישן געדאַנק וועגן וועלכן איך רעד און שרײַב, לאָז איך זיך נישט אַרײַנציִען אין קיין פּאַרטיי־אַרבעט און האָב מײַן שטאַנדפּונקט דערקלערט בן־גוריונען און אַנדערע. פֿאַר מיר עקזיסטירט בלויז דער געדאַנק פֿון אונדזער פֿאָלק אין אַלע שאַטירונגען און אמתן זײַנע" (אין אַ בריוו צו ה. לייוויק פֿון 18טן אָקטאָבער 1945 אָדער 1946).

שטריגלערס פֿאַרמעסטן, כּדי צו פֿאַרהיטן זײַן אייגענע און ייִדישע אידענטיטעט, אין דער עפּאָכע גלײַך נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה, זײַנען געווען אומצייליקע: אָנהייבנדיק פֿון זײַנע שטרײַטן ווי אַ סאָ­ציאַליסט און ציוניסט קעגן די וואָס האָבן געמאָנט בײַ דער שארית־הפּליטה צוריק צו קערן זיך קיין פּוילן, כּדי זי אויפֿצובויען פֿון דאָס נײַ, ווי אויך אַנטקעגנשטעלנדיק זיך די פּאַרטיייִשע און קולטור־דרוקן וואָס דוד בן־גוריון און אַנדערע מפּא"י־פֿירער האָבן אויף אים אויסגעאיבט, אַרײַנגערעכנט די פֿאָדערונגען, אַז שטריגלער זאָל ווי אַ שרײַ­בער איבערגיין פֿון ייִדיש אויף העברעיִש. און ביז צו שטריגלערס אויסקעמפֿן אַן אייגענע פּאָעטיק פֿאַר זײַנע ייִדישע כּתבֿים וועגן חורבן, צוזאַמען מיט אומאויפֿהעריקע קווענקלענישן וווּהין זאָל ער אַוועקפֿאָרן פֿון פּאַריז נאָך דער באַפֿרײַונג — און זיך באַזעצן ענדגילטיק — אין ארץ־ישׂראל אָדער אַמעריקע.

דער יונגער 27־יעריקער מרדכי שטריג­לער, איז דאָך אין יאָר 1945 נישט געווען קיין שרײַבער־אָנהייבער. אָנגעהויבן שרײַבן האָט ער, אין פֿאַרשיידענע זשאַנערס, שוין אין דער צווייטער העלפֿט פֿון די 1930ער יאָרן פֿאַרן חורבן, און געשריבן האָט ער דעמאָלט זייער פֿיל. לויט אייניקע עדות, איז ער שוין אין די יאָרן 1943—1944 געווען באַקאַנט אין אַרבעטס־ און טויטלאַגער סקאַרזשיסקו־קאַמיענאַ ווי "מאָטעלע פֿון מאָמענט". אין לאַגער בוכנוואַלד — פֿאַר און נאָך דער באַ­פֿרײַונג — האָט ער געשריבן לידער און אַר­טיקלען, און איז געווען דער רעדאַקטאָר פֿון "תּחית־המתים", דער ערשטער ייִדישער צײַטונג פֿון דער שארית־הפּליטה. ער האָט אויך פֿאַרפֿאַסט אין מײַ 1945 אַ גרונטיקן עסיי, ווענדנדיק זיך צו דער שארית־הפּליטה מיט אַ פּלאַן, ווי אַזוי אויפֿצולעבן נאָכן חורבן די דערמאָרדעטע ייִדישע קולטור. פֿון דעמאָלט אָן האָט ער אומדערמידלעך גע­שפּאַנט אויף זײַן געלערנטן, שאַפֿערישן און גאונישן וועג, ווי אַ צוויישפּראַכיקער ייִדיש־העב­רעיִשער שרײַבער, פּובליציסט און דענ­קער, ביז זײַן פּטירה דעם 10טן מײַ 1998.

די באַציִונגען צווישן שטריגלער און בן־גוריון (במשך די אומצייליקע באַגעגענישן אין אויסלאַנד און אין ישׂראל) זײַנען גע­ווען פֿאַקטיש באַציִונגען צווישן צוויי ייִדיש־שרײַבער־וועטעראַנען. בן־גוריונס כּתבֿים אויף ייִדיש, פֿון יאָר 1915 ביז לכל־הפּחות די 60ער יאָרן, זײַנען געווען, דער עיקר, פּאָליטישע און ציוניסטישע כּתבֿים, אַ מין מיטל צו פֿאַרשפּרייטן בן־גוריונס פּאָלי­טישע און ציוניסטישע תּורה. אין קעגנ­זאַץ זײַנען שטריגלערס כּתבֿים געווען סײַ פֿון אַ ליטעראַרישן מין, מיטן ציל צו פֿאַר­אייביקן דאָס איבערגעלעבטע פֿון אַ פֿאָלק בעתן חורבן און סײַ פּובליציסטישע און זשורנאַליסטישע כּתבֿים, ווי אַ רעאַקציע צו דעם געשעענעם אין דער וועלט און אין ישׂראל אויף דער הייסער מינוט. צו דעם האָט שטריגלער אויך פֿאַרפֿאַסט לירישע פּאָעזיע און ליטעראַרישע עסייען וועגן די קול­טור־קוואַלן פֿון ייִדישן פֿאָלק.

נאָך מער, ווען בן־גוריון האָט זיך גע­טראָפֿן צום ערשטן מאָל מיט שטריגלערן אין פּאַריז, און אויך אין די ווײַטערדיקע יאָרן, לכל־הפּחות ביזן סוף 1950ער יאָרן, האָט ער זיך נישט באַצויגן צו שטריגלערן ווי צו אַ שרײַבער און דענקער. שטריגלער, גלײַך ווי בן־גוריון, איז דעמאָלט אין גאַנצן איבערגעגעבן געווען דורכצופֿירן דאָס וואָס זײַן באַוווּסטזײַן און נשמה־דראַנג האָט אים באַפֿוילן: נאָר זיצן און באַשרײַבן די חורבן־תּקופֿה ווי ער האָט זי איבערגעלעבט מיט אַ שרײַבערישן באַוווּסטזײַן, אין 12 לאַגערן און געטאָס במשך פֿון 6 יאָר. גלײַכצײַטיק איז בן־גוריון סײַ גײַסטיק און סײַ פֿיזיש אין גאַנצן געווען אַרײַנגעטאָן מיט לײַב און לעבן אין פֿאַרווירקלעכן די וויזיע אויפֿ­צושטעלן אַ ייִדישע מדינה אין ארץ־ישׂראל מיט אַ ייִדישער אַרמיי צו באַשיצן אירע גרענעצן. אין יענער צײַט האָט זיך בן־גוריון פֿאַראינטערעסירט מיט דעם מין מענטשן פֿון דער שארית־הפּליטה, מיט וועלכע ער האָט זיך געוואָלט באַקענען און אַנגאַזשירן זיי דורכצופֿירן אָט דעם ציל.

אָט דאָ געפֿינט זיך דער איינציקער טרעפֿ­פּונקט וואָס האָט דערמעגלעכט די ערשטע באַגעגעניש צווישן דוד בן־גוריון דעם שטאַטסמאַן און מרדכי שטריגלער דעם יונגן באַפֿרײַטן שרײַבער פֿון בוכנוואַלד.

צווישן שטריגלערס כּתבֿים אויף ייִדיש זײַנען פֿאַראַן עטלעכע פּובליציסטישע אַר­טיק­לען וואָס זײַנען, לויט מײַן מיינונג, אָנ­געשריבן און אָפּגעדרוקט געוואָרן ווי אַ טייל פֿון איינער פֿון די שאַרפֿסטע פּאָלע­מיקעס וואָס איז געפֿירט געוואָרן אויף ייִדיש, צווישן דוד בן־גוריון און מרדכי שטריגלער. אין צענטער פֿון דעם וויכּוח איז געשטאַנען אַ קאָנטראָווערסאַלער אַנאַליז פֿון די געוווּנטשענע ייִדישע אידענטיטעט־ליניעס, וואָס זאָלן דעמאַרקירן די גײַסטיקע פֿיזיאָנאָמיע פֿון די ייִדן אין מדינת־ישׂראל. די שפּורן פֿון אָט דעם ביטערן וויכּוח זענען שטאַרק קאָנטיק ביז הײַנט צו טאָג, סײַ אין דעם סאָרט דערציִונג וואָס איז אײַנגעפֿירט געוואָרן אין מדינת־ישׂראל און סײַ אין דעם געבײַ פֿון דער הײַנטצײַטיקער ייִדישער אידענטיטעט אין ישׂראל. אין ליכט פֿון אָט די פּראָבלעמאַטישע ענדעמישע אַספּעקטן פֿון דער ישׂראל־געזעלשאַפֿט, זעכציק יאָר נאָכן אויפֿקום פֿון דער אויסגעחלומטער ייִדישער מדינה, ווערן די גײַסטיקע ווידעראַנאַנדן צווישן דוד בן־גוריון און מרדכי שטריגלער ביז גאָר אַקטועל.

אין יאָר 1958 האָט שטריגלער אָפּגע­דרוקט דרײַ עסייען וואָס זענען אָן שום ספֿק געווען געצילט אָפּצופֿרעגן דוד בן־גוריונס שיטה און השׂגות וועגן דעם וואָס עס דאַרף זײַן דער אויטאָריטאַטיווער מקור פֿון דער ייִדישער קולטור אין ישׂראל, אויף וועלכן עס דאַרף אויפֿגעבויט ווערן אין מדינת־ישׂראל אַ פֿעסטער מויער פֿון אייגע­נער און ייִדישער אידענטיטעט, וואָס שפּאַרט זיך אָן אָן די שאַפֿערישע פֿרוכטן פֿון ייִדישן טויזנט־יאָריקן פֿאָלקס־געניוס, זײַן אינטעלעקט און וויסן.

אין יאָר 1957 איז דערשינען אויף ייִדיש אַ בריוו־אויסטויש צווישן דוד בן־גוריון און פּראָפֿ' נתן ראַטנשטרײַך ("פֿאָלק און ציון", נומ' 22—23, 7 אויגוסט 1957, זז' 20—34), וווּ בן־גוריון באַהאַנדלט די צענטראַלקייט פֿון תּנ"ך פֿאַרן ייִדישן באַוווּסטזײַן פֿון דער יוגנט אין מדינת־ישׂראל. גלײַכצײַטיק האָט בן־גוריון אײַנגעפֿירט צום ערשטן מאָל, אין יאָר 1958, דעם תּנ"ך־פֿאַרמעסט אין ירושלים וואָס ווערט אָפּגעהאַלטן ביז הײַנט אין אומאָפּהענגיקייטס־טאָג פֿון מדינת־ישׂראל, יאָר־אײַן יאָר־אויס. אין זעלבן יאָר (1958) איז דער אינערן־מיניסטעריום פֿון ישׂראל אַוועקגעשטעלט געוואָרן פֿאַר אַן אַדמיניסטראַטיווער פֿראַגע — וועמען צו אָנערקענען ווי אַ ייִד. בן־גוריון האָט זיך דעמאָלט געווענדט צו ייִדישע געלערנטע און שרײַבער אין ישׂראל און אין אויסלאַנד מיט אַ קשיא, אַ מין שריפֿטלעכער קאָנסי­ליום, און אַוועקגעשטעלט די פֿראַגע "ווער איז אַ ייִד?" שטריגלער איז נישט גע­פֿרעגט געוואָרן, אַפֿילו ווען בן־גוריון האָט אים גוט געקענט, דעם 40־יאָריקן שוין גוט באַוווּסטן שרײַבער, פּובליציסט און דענ­קער. שטריגלער אָבער האָט זיך געפֿילט מחויבֿ צו ענטפֿערן אויף בן־גוריונס פֿראַגע, ווײַל אָט די שאלה האָט אָפּגעקלונגען מיט שטאַרקע רעזאָנאַנסן, וואָס האָבן דערמאָנט דעם לאַנגיאָריקן וויכּוח צווישן זיי. לויט בן־גוריונס השׂגות — דער תּלמוד, דער רמב"ם און אַלע אַנדערע רינגען אין דער לאַנגער קייט פֿון דער ייִדישער שאַפֿונג אין גלות — זײַנען בטל־בשישים.

אין יענעם יאָר טרעט אַרויס מרדכי שטריגלער קעגן בן־גוריונען מיט אַ האַרבער קריטיק אין צוויי צענטראַלע עסייען זײַנע, אַנאַליזירנדיק בן־גוריונס השׂגות. אַ קריטיק וואָס איז נישט דווקא קיין פּערזענלעכע "ad hominem", ווײַל שטריגלער פֿילט, אַז עס איז "עת־צרה־לישׂראל" מוז ער פֿאַרפֿירן אַ קולטורקאַמף לשמו. שטריגלער ווערט דערשיטערט, באַטראַכטנדיק די מעגלעכע קאָנסעקווענצן פֿאַר דער צוקונפֿט פֿון מדינת־ישׂראל, וואָס קענען אַרויסקוואַלן פֿון בן־גוריונס גײַסטיקער אָנפֿירערשאַפֿט לעתיד־לבֿוא, אויפֿן געביט פֿון ייִדישן חינוך אין מדינת־ישׂראל און קעגן דער קאָנסאָלידאַציע פֿון אַ שלמותדיקער ייִדישער וויסיקייט בײַ די ייִדן אין ישׂראל.

ווי אַ תּשובֿה אויף דער פֿראַגע "ווער איז אַ ייִד?" דרוקט אָפּ שטריגלער אַ זייער אינ­טערעסאַנטן אַרטיקל מיטן נאָמען "אַ פֿאָלק מיט אַ פֿראַגעצייכן: לײַכטע מעדי­טאַציעס אויף שווערע טעמעס" ("אידישער קעמפֿער", 17 אַפּריל 1959, פּסח תשי"ט, זז' 75—81). אויף בן־גוריונס כּנענישן צוגאַנג צו דער קולטור־ירושה פֿון ייִדישן פֿאָלק, רעאַ­גירט שטריגלער שאַרף און אַכזריותדיק אין צוויי עסייען וואָס ער דרוקט אָפּ: "אונדזער אידישער תּנ"ך" ("אידישער קעמפֿער", 4 אַפּריל 1958, זז' 54—64), און "ציוניזם, מדינה, בן־גוריון — און מיר" ("אידישער קעמפֿער", 16 סעפּטעמבער 1960, זז' 77—86).

ווער איז געווען מרדכי שטריגלער בעת זײַן ערשטער באַגעגעניש מיט דוד בן־גוריון? אין שטריגלערס אַ בריוו צו ה. לייוויקן, גלײַך נאָך דער באַפֿרײַונג, געשריבן פֿון פּאַריז אין דער צווייטער העלפֿט פֿון די 1940ער יאָרן, געפֿינט זיך אַ בולטער אויטאָ­ביאָ­גראַפֿישער פֿאָדעם, וואָס חזרט זיך איבער אין פֿאַרשיידענע פֿאָרמולירונגען, אַ מין פֿענאָמענאַלאָגישע באַשרײַבונג פֿון שטריג­לערס גײַסטיקע עקזיסטענציאַלע באַ­דרענ­גענישן אין אַ פֿאַר אים פֿרעמדער וועלט. אַ לעבן־געבליבענער עדות פֿון אַ וועלט וואָס איז שוין מער נישטאָ, וועלכער שרײַבט אויף ייִדיש אין דער פֿראַנצויזישער הויפּטשטאָט, אין וועלכער ער לעבט ווי אין אַ ווירבל, אַרומגערינגלט פֿון לעבעדיקע מענטשן וואָס דרייען זיך אַרום אין גאַנץ אַנדערע צירקלען פֿון באַוווּסטזײַן און צײַט. מיט זײַנע אייגענע ווערטער: "[...] און אויב מ'וויל זיך נישט פֿאַרפּלאָנטערן — מוז מען זיך אָפּזונדערן פֿון אַלעמען, לעבן אָן דעם לעבעדיקן אַרום...".

שטריגלער באַציט זיך צו פּאַריז ווי צו אַ שטאָט, אַ גאָלע תּוהו־ובֿוהו, "אַ בהלה־שטאָט", אין וועלכער עס קראַכן אַלע מערכות פֿון ייִדישער אידענטיטעט בײַ ייִדן. דאָס, דערפֿילט ער, באַהערשט די אַטמאָספֿער פֿון דער ייִדישער געזעלשאַפֿטלעכקייט וווּ אַלץ איז פּאָליטיש־פּאַרטיייִש באַפֿאַרבט, פֿראַג­מענ­טאַריש, און אײַנגעטונקען אין אינטע­רעסן וואָס זענען נישט קיין כּלל־ייִדישע.

שטריגלערס איינזאַמקייט אין מיטן אַ דור, וואָס אים איז אויסגעקומען מיט אים צו לעבן אין פּאַריז, קומט צו אַ בולטן אויסדרוק אין לעצטן טייל פֿון זײַן בוך לידער און פּאָעמעס "אין אַ פֿרעמדן דור" (1947). מיט שטריגלערס ווערטער צו לייוויקן: "איר האָט [...] גענוג געקענט זען ווי ווײַט ס'איז שווער צו לעבן אַן אויסגעוואָרצלטער פֿון דעם דור אין וועלכן מען לעבט".

אַזאַ מין געפֿיל פֿון אָפּגעפֿרעמדקייט אין מיטן אַ וועלט וואָס בײַט זיך קאַליי­דאָסקאָפּיש, האַרט נאָכן חורבן, איז געווען בײַ שטריגלערן אַ גרונטיקע איבערלעבעניש וואָס האָט אים געדינט ווי אַ וועגווײַזער בעת ער האָט זיך געמוזט גרייטן צו ענטפֿערן אויף דער פֿראַגע: וווּהין? (זאָל ער גיין), קיין ארץ־ישׂראל אָדער אַמעריקע. פֿאַר­שטאַנען האָט ער, אַז פּאַריז איז בלויז אַ פֿאַרקערפּונקט.

בן־גוריון איז תּמיד געווען פֿאַראינ­טערעסירט מקרבֿ צו זײַן פּערזענלעכקייטן און ייִדישע שרײַבער וואָס האָבן געהאַט אַ השפּעה אויף די ייִדישע קולטורעלע קרײַזן אין אַמעריקע, כּדי זיי זאָלן אים זײַן באַהילפֿיק מיט זייער ייִדיש־שרײַבן בײַם פֿאַרשפּרייטן בן־גוריונס ציוניסטישע אידעאָלאָגיע צווישן די אַמעריקאַנער ייִדן. מן־הסתּם האָט בן־גוריון, מיט דעם צוועק אויך מקרבֿ געווען חיים גרינבערגן, און האָט אָפּגעהיט במשך יאָרן זײַנע פֿאַרבינדונגען מיט שטריגלערן, נישט געקוקט אויף שטריגלערס שאַרפֿער קריטיק קעגן אים — סײַ שריפֿטלעך און סײַ מינדלעך.

שוין אין יאָר 1946 האָט בן־גוריון עפֿנט­לעך זיך אַרויסגעזאָגט וועגן זײַן שטע­לונג צו ייִדיש, דערקלערנדיק, אַז ייִדיש איז "שׂפֿה זרה וצורמת" (אַ פֿרעמדע און גרילציקע שפּראַך). אָט דער אַרויסזאָג האָט זיך פֿאַרוואַנדלט מיט דער צײַט אין אַ שטרויכלשטיין אין זײַנע באַציִונגען מיט ייִדישע שרײַבער אויף דער גאַנצער וועלט. וועגן דעם זאָגט עדות קאַדיע מאָלאָדאָווסקי, אין אַ קאַפּיטל פֿון אירע זכרונות: "מיר האָבן זיך שוין געטראָפֿן מיט בן־גוריונען פֿריִער אין ניו־יאָרק בײַ חיים גרינבערגן אין הויז. עס איז געווען אַ באַגעגעניש מיט ייִדישע שרײַבער. זיי האָבן אים פֿירגעוואָרפֿן זײַן אויסדרוק אַז ייִדיש איז 'צורם את האזן' (גרילצט אים אין אויער)" ("סבֿיבֿה", נומ' 41, אַפּריל 1974, ז' 52).

בײַם סוף פֿון די 1940ער יאָרן קלערט נאָך אַלץ שטריגלער עולה צו זײַן קיין ארץ־ישׂראל. ער שלאָגט זיך מיט דער דעה, אין ליכט פֿון זײַנע באַגעגענישן מיט בן־גוריונען און אַנדערע פֿירנדיקע חבֿרים פֿון מפּא"י, אויף וויפֿל עס זײַנען פֿאַראַן אויסזיכטן אויפֿצובויען פֿון דאָס נײַ, דווקא אין מדינת־ישׂראל, אַ לעבעדיקע ליטעראַטור און קולטור אויף ייִדיש. אין מאַרץ 1949 גרייט זיך שטריגלער אויף אַ באַזוך, צום ערשטן מאָל, אין מדינת־ישׂראל. שטריגלערס ערשטער באַזוך האָט געדויערט אַרום צוויי וואָכן, פֿון סוף מײַ ביז אָנהייב יוני 1949. נישט געקוקט אויף דער פֿרייד וואָס דער עצם קיום פֿון אַ ייִדישער מדינה דערוועקט בײַ שטריגלערן, איז זײַן ערשטער רושם געווען אַ ביז גאָר קריטישער, מיט אַ סך באַוואָרענישן און דאגות.

דאָך, האָט שטריגלער באַשלאָסן באַ­זוכן מדינת־ישׂראל צום צווייטן מאָל און ערנסט באַטראַכטן זײַן עליה. שוין דעם 20סטן יולי 1947 שרײַבט ער בפֿירוש צו ה. לייוויק, אַז ער האָט באַשלאָסן עולה צו זײַן, נישט געקוקט אויף דעם וואָס אים איז קלאָר, אַז אויך דאָרט, ווי אין פּאַריז, דערוואַרט אים אַ לעבן פֿון "פֿאַרווינקלונג און פֿאַרשלינגענקייט".

פֿון זײַן צווייטן באַזוך אין מדינת־ישׂראל, אין סעפּטעמבער 1949, איז שטריגלער צוריק געקומען קיין פּאַריז, אַן אַנטוישטער, ווי עס לאָזט זיך הערן אין זײַן בריוו צו ה. לייוויק פֿון 7טן אָקטאָבער 1949: "מען קען נישט זאָגן: דעפּרעסיע; אָבער עס איז אַזאַ מין הויכפּונקט, פֿון וועלכן מען מוז אָדער שפּרינגען — אָדער בלײַבן אייביק הענגען אין דער לופֿט. און ביידע זײַנען שווער". די אַנטוישונג איז אַ ביטערע. שטריגלער גיט צו: "זײַענדיק אין ישׂראל האָב איך ערשט באַגריפֿן, וואָס עס פֿאַרלאַנגט זיך פֿון אַזאַ איינעם ווי איך בײַם קומען און באַזעצן זיך אין לאַנד". ביסלעכווײַז ווערט קלאָר אין וואָס עס באַשטייט די ביטערע אַנטוישונג, מיט זײַנע ווערטער: "לעבן אין אַ זײַט [...] איז ניט מעגלעך, הגם אַ סך טוען עס. מען מוז זיך פּשוט אַרונטערלייגן אונטער אַ פּרעס, איבערקנעטן זיך און אַרויסגיין אַ נײַער, אַן איבערגעענדערטער. אָנהייבן אַלץ אויף פֿריש; פֿון אַ גאַנץ נײַעם אַלף־בית — אָבער טאַקע פֿון דער אַלף! עס האַנדלט זיך נישט נאָר [וועגן] דער פֿראַגע פֿון שרײַבן און אויף וועלכער שפּראַך; עס גייט אויך נישט אין דער נאַקעטער עקזיסטענץ, די זאַכן זענען בײַ מיר אויף אַ צווייטן פּלאַץ. גיכער איז עס אַ מין צער פֿאַרן מוזן איבערלאָזן הינטער זיך די אַלע זכרונות, בענקענישן און טראַכטענישן פֿון אַ קנאַפּן 30־יאָריקן לעבן. מען קען דאָרט נישט לעבן געטיילט אויף דער העלפֿט. אַנדערש בלײַבט מען ווידער פֿרעמד און נישט־אײַנגעוואָרצלט".

שטריגלער פֿירט דורך אַ פֿענאָמע­נאַלאָגישן אַנאַליז פֿון אייגענעם עגמת־נפֿש און קלעמענישן וואָס זײַן מצבֿ רופֿט אַרויס. פֿון איין זײַט, איז אים שוין נימאס געוואָרן זײַן פּאַריזער לעבן — אַרבעטנדיק אומאויפֿהערלעך לשם פּרנסה אָן אַ מעג­לעכקייט זיך גענוג אָפּצוגעבן מיט זײַן אַרבעט ווי אַ שרײַבער, אָטעמען די פֿאַרסמטע פּאַריזער לופֿט און אויסברענגען זײַנע כּוחות אין קאַמף קעגן די ייִדישע קאָמוניסטן. פֿון דער צווייטער זײַט, באַשווערט זײַן געמיט די ארץ־ישׂראלדיקע ווירקלעכקייט, ביז גאָר. ער פֿילט, אַז אין ארץ־ישׂראל איז נישטאָ קיין אָרט פֿאַר אַזוינע מענטשן ווי ער, ווײַל "אויך אין ישׂראל מוז מען ליידער — איך זאָג עס דאָ אַרויס דאָס ערשטע מאָל — זיך אַדורכשלאָגן מיט נעגל און מיט טומל; מען מוז זיך אַליין קענען פֿאַרשרײַען, אויב מען וויל נישט האָבן אויף זיך קיין רחמנותדיקע אויגן און שטיין אויף די שוועלן בעטן טאָלעראַנץ און ברויט" (דאָרט).

בעת שטריגלער אַנטוויקלט אין זײַן בריוו צו לייוויקן, זײַנע באַוואָרענישן און טענות קעגן די אומגעוווּנטשענע רע­זולטאַטן פֿון זײַן אַבסאָרבציע נאָכן עולה זײַן, שווימען אומדירעקט אַרויף די השׂגות און פֿאָדערונגען, צוזאַמען מיט די תּנאָים פֿון די וואָס האָבן אים אײַנגעלאַדן זיך צו באַזעצן אין מדינת־ישׂראל. דאָס הייסט — די אָנפֿירער פֿון מפּא"י מיט דוד בן־גוריונען בראָש: א. די פֿאַרניינונג פֿון גלות; ב. די אויספֿאָדערונג בײַ שטריגלערן ער זאָל ווערן אַ "מיטלויפֿער". מרדכי שטריגלער האָט אַפֿילו געפּרוּווט פֿאָרמולירן מינדלעך אָט די באַוואָרענישן און טענות בעת זײַנע באַגעגענישן מיט דוד בן־גוריונען (אַזוי ווערט קלאָר אין אַן אינטערוויו מיט דעם שרײַבער און פּאַנטאָמימע־קינסטלער צבֿי כּנר אין אויגוסט 2003).

אין דעם אויבנדערמאָנטן בריוו צו לייוויקן, אַנאַליזירט שטריגלער די רעאַק­ציעס בײַ אייניקע פֿון די מדינה־פֿירער, מיט וועלכע ער האָט זיך געטראָפֿן בעת זײַן צווייטן באַזוך. ער באַשטעטיקט, אַז די ניט־ערנסטע צווישן זיי באַציִען זיך צו אים גלײַך ווי ער וואָלט גערעדט מיט זיי אויף אַן אומפֿאַרשטענדלעכער און פֿרעמדער שפּראַך: "ס'איז גלות־קראַנקייט און קיין גלות איז שוין סײַ ווי נישטאָ און דאָס וואָס ס'איז געווען — איז אַ ווײַטער קאָשמאַר, אַ זייפֿנבלאָז. און אַפֿילו די ערנסטע צווישן זיי", זאָגט שטריגלער, "האָבן געהאַט צו אים טענות און אים פֿירגעוואָרפֿן: 'וואָס איז? מען דאַרף אָפּהאַקן דערמיט! פֿאַר עלטערע איז שוין קיין רפֿואה נישטאָ, אָבער אַ יונגער מענטש? אָט האָבן אויך עלטערע איבערגעלאָזט זייער עבֿר הינטער זיך — טאָ ווי אַזוי קען איך עס בײַ זיך נישט פּועלן? בפֿרט ווען איך בין סײַ ווי נישט אײַנגעוואָרצלט ערגעץ אַנדערש'".

מרדכי שטריגלער האָט ענדלעך נישט עולה געווען, און אין 1953 אַוועקגעפֿאָרן קיין אַמעריקע, געוואָרן דער רעדאַקטאָר פֿון "אידישער קעמפֿער", אַ מיטאַרבעטער פֿון "פֿאָרווערטס", און איז אין די יאָרן 1987—1998 געווען רעדאַקטאָר פֿון "פֿאָרווערטס". מרדכי שטריגלערס אויפֿטו ווי אַ שרײַבער, זשורנאַליסט, און אָריגינעלער ייִדישער דענ­קער, וואַרט נאָך אַלץ אויף זײַנע פֿאָרשערס.