ס‘רובֿ ייִדן איבער דער וועלט פֿײַערן די טעג מיט שטאָלץ און ווירדע דעם 60סטן יוביליי פֿון מדינת־ישׂראל. עס שאַפֿט זיך אָבער אַן אײַנדרוק, אַז אין ישׂראל גופֿא איז די שטימונג נישט גאָר אַ פֿײַערלעכע; ווי מע וואָלט זיך אַליין נישט פֿאַרגינען אַזאַ שיינע שׂימחה. פֿאַר וואָס זשע באַקומט זיך אַזוי, אַז די תּפֿוצות טראָגן זיך מער אַרום מיט מדינת־ישׂראל, ווי די ישׂראלים מיט זייער אייגענער היים?
במשך פֿון די אַלע 60 יאָר האָט די ישׂראלדיקע געזעלשאַפֿט געלעבט פֿון איין מלחמה צו אַ צווייטער און פֿון איין וואַל־קאַמפּאַניע צו אַן אַנדערער. דאָס פֿײַער פֿון די מלחמה־שלאַכטן האָט די ישׂראלים געמאַכט שטאַרקער און מוטיקער; דער רעש און שוים פֿון די וואַל־קריגערײַען האָבן די ישׂראלים מאָראַליש אַראָפּגעריסן.
אין די תּפֿוצות האָט מען פֿון תּמיד אָן — ווען פּאַלעסטינע האָט נאָך נישט געוווּסט פֿון קיין "פּאַלעסטינער פֿאָלק", און איז געווען אונטערן אויפֿזיכט פֿון ענגלאַנד — פֿאַרמאַכט די אויגן אויף זאַכן, וואָס מ‘האָט זיי נישט געוואָלט זען דאָרט, אין ארץ־ישׂראל. קודם־כּל, האָט מען געוואָלט דערלעבן צו זען אַ שטיקל "מדינהלע", און דערנאָך וועט מען שוין זאָרגן, ווי דאָס געבוירענע מדינהלע וועט אויסזען. ביז הײַנט איז דער גלותדיקער חלום נאָך אַרץ־ישׂראל געבליבן גרעסער, ווי די ממשותדיקע זאָרג וועגן דער עקזיסטירנדיקער ייִדישער מדינה.
די צדקה־פּושקעס פֿון "קרן־קימת" און "קרן־היסוד" זײַנען פֿאַרשוווּנדן פֿון די ייִדישע היימען אין אייראָפּע, צוזאַמען מיט די ייִדן און זייערע היימען. אָבער די תּפֿוצות בכלל האָבן דעם חלום נישט אָפּגעלאָזט. די פֿאַרשידענע אַמעריקאַנער "קאָמיטעטן" און ייִדישע "וועלט־אָרגאַניזאַציעס" האָבן געטאָן אַלץ, אַז מדינת־ישׂראל זאָל אויפֿגעשטעלט ווערן און זיך שטעלן אויף אייגענע פֿיס.
אַזוי איז דער שטערן "מדינת־ישׂראל" געבליבן הענגען איבער די ייִדישע קהילות אין דער וועלט. מע קוקט זיך מיט האָפֿענונג צו צו אים, ווען עס דראָט אַן אייגענע סכּנה, און מע זיפֿצט שטילערהייט בעת אַ סכּנה דראָט דער מדינה. און אַזוי ווי די ייִדישע מדינה געפֿינט זיך כּסדר אין אַ סכּנה, ווערט מען אין די תּפֿוצות צו דער צרה אין ישׂראל צוגעוווינט.
מע טענהט הײַנט, אַז פֿאַר די 60 לעצטע יאָר האָט פֿון די סאַברעס זיך אויסגעפֿורעמט אַ מין נײַע עדה — ישׂראלים. מיר וועלן זיך נישט אַרײַנלאָזן דאָ צו פּאָלעמיזירן אויף דער טעמע; מיר ווילן נאָר באַטאָנען, אַז אין די גרויסע שטעט פֿון אַמעריקע, אויסטראַליע, אָדער אין אייראָפּע, וווּ די ייִדישע באַפֿעלקערונג ציילט אַ ממשותדיקע צאָל, קאָן מען זיכער רעדן וועגן אַ ספֿרדישער קהילה, אַן אַשכּנזישער קהילה און ... אַ געמיינדע פֿון ישׂראלים.
די אָבֿות פֿון ציוניזם בכלל, און מדינת-ישׂראל בפֿרט, וואָלטן זיכער געווען שטאָלץ מיט אַזאַ דערשײַנונג. אויב אַזוי, ווי ווײַט איז ער אָבער אַנדערש, דער נײַער "יהודי", פֿון דעם קלאַסישן "גלות־ייִד"? ישׂראל, פּונקט ווי די ייִדן אַמאָל אין גלות, וויל זייער אויסנעמען בײַ דער גוייִשער וועלט. דעריבער, נישט געקוקט אויף די 60 בליִענדיקע יאָרן פֿון ייִדישער אומהאָפּהענגיקייט און זעלבשטענדיקייט, איז מדינת־ישׂראל, בײַ אַלע אירע רעגירונגען, געווען און געבליבן אָפּהענגיק פֿון די באַשלוסן און רעזאָלוציעס, וואָס פֿרעמדע פּאָליטיקער פֿון אַנדערע לענדער און אָרגאַניזאַציעס נעמען אָן. אַ פֿאָלק, וואָס נייטיקט זיך שטענדיק, אַז עמעצער זאָל באַשטעטיקן זײַן רעכט צו עקזיסטענץ, ריזיקירט די דאָזיקע עקזיסטענץ צו פֿאַרלירן.