פּובליציסטיק

בעת מיר פֿײַערן 60 יאָר מדינת־ישׂראל, קען מען מאַכן דעם חשבון מיט די ווערטער: קאָלאָסאַלע דערגרייכונגען און באַאומרויִקנ­דיקע דערשײַנונגען. טעאָדאָר הערצל האָט פֿאַרשריבן אין זײַן טאָגבוך נאָכן ערשטן ציוניסטישן קאָנגרעס אין יאָר 1897 דאָס פֿאָלגנדיקע: "צו רעזומירן דעם קאָנגרעס אין איין פּסוק — אַ זאַך, וואָס איך וואָלט נישט געוואַגט צו טאָן עפֿנטלעך — דאַרף געזאָגט ווערן, אַז אין באַזעל האָב איך געשאַפֿן די ייִדישע מדינה. ווען איך זאָג עס הויך אויף אַ קול, וואָלט מען מיר געענטפֿערט מיט אַן אַלגעמיינעם געלעכטער. אפֿשר אין פֿינף יאָר, זיכער אין 50 יאָר אַרום, וועלן דאָס אַלע אָנערקענען".

50 יאָר נאָך דעם ווי הערצל האָט פֿאַר­שריבן די דאָזיקע ווערטער, דעם 29סטן נאָוועמבער 1947, האָט די אַלגעמיינע פֿאַר­זאַמלונג פֿון דער "יו־ען" אָנגענומען אַ באַ­שלוס צו שאַפֿן אַ ייִדישע מדינה אין אַ טייל פֿון ארץ־ישׂראל. הערצלס וויזיע איז געוואָרן אַ ווירקלעכקייט, און איצט פֿײַערן מיר 60 יאָר פֿון דער עקזיסטענץ פֿון דער דאָזיקער מדינה און מיר מעגן זיך פֿרעגן די פֿראַגע: צי האָט הערצל געחלומט וועגן אַ מדינה ווי מיר האָבן? צי וועגן אַזאַ קינד האָבן מיר געחלומט? ווען דער פֿינאַנץ־מיניסטער פֿאַרלאָזט זײַן פּאָסטן, ווײַל ער איז באַשולדיקט אין גנבֿענען מיליאָנען פֿון דער מדינה. ווען אונדזער פּרעזידענט ווערט באַשולדיקט אין פֿרויען־באַלעסטיקונג און דער פּרעמיער־מיניסטער — אין קאָרופּציע.

דער זיכערהייט־מיניסטער ווערט באַשול­דיקט אין פֿעלשן אונטערשריפֿטן פֿון די, וואָס האָבן זיך רעגיסטרירט אין זײַן פּאַרטיי, און אַ געוועזענער יוסטיץ־מיניסטער — אין אַ מיאוסן אַקט אַנטקעגן אַ מיידל, אַן אָפֿיציר. דער פּרעמיער־מיניסטער שלאָגט זיך אַרום מיטן מדינה־קאָנטראָליאָר און דער יוסטיץ־מיניסטער מיט דער פּרעזידענטין פֿון הויכן געריכט.

די אַלגעמיינע לאַגע איז אויך נישט אַזוי פֿויגלדיק.

עס ווײַזט זיך אַרויס, אַז אינעם פֿאַרלויף פֿון די יאָרן, אינעם פּראָצעס פֿון שאַפֿונג און טעטיקייט, זענען אויך פֿאַרזייט געוואָרן זוימען פֿון אַן אָנשיקעניש. צוזאַמען מיט מאָמענטן פֿון גבֿורה, דערהויבונג, נצחונות און דערגרייכונגען, זענען מיר עדות פֿון אַ גײַסטיקער ירידה און דורכפֿאַלן אויפֿן גע­ביט פֿון דערציִונג. עס זענען פֿאָרגעקומען מינ­דער­ווערטיקע שעהן, צײַטן פֿון אָרעמקייט, קלעמעניש און ליידן... מיר האָבן פֿאַרלוירן ווערטן, דרייסטקייט און וויזיע, און עס האָבן זיך געמערט די דורכפֿאַלן אויף אַלע געביטן.

עס עקזיסטירט הײַנט אין ישׂראל אַ שטאַרקער און ווילדער באַגער נאָך מאַטעריע­לע ווערטן און פּערזענלעכע דערגרייכונ­גען. דער אַלטער באַשיידענער חלוצישער לעבנס־שטייגער איז פֿאַרשוווּנדן. בײַ אַ סך בושעוועט אַ צעמישטקייט, וואָס דריקט זיך אויס אינעם דעמאָנסטרירן אַ פּריוואַט לעבן פֿון פּראַכט און לוקסוס, וואָס פֿירט צו קאָ­רופּציע און שווינדלערײַ. די צײַטונגען און אַנדערע קאָמוניקאַציע־מיטלען זענען פֿול מיט ידיעות וועגן "פּאַנדאָראַ־קעסט­לעך" אין עפֿנטלעכע־ און רעגירונגס־קרײַזן.

עס זענען פֿאַראַן איבער אַ מיליאָן אָרעמע; די רײַכע ווערן רײַכער, און די אָרעמע — אָרעמער. לויט יצחק הערצאָג, דעם מיניסטער פֿאַר וווילזײַן און אײַנ­קונפֿט, עקזיסטירט נישט אין ישׂראל קיין הונגער, אָבער עס איז פֿאַראַן די אַזוי גע­רופֿענע נאַרהאַפֿטע אומזיכערקייט. אין יאָר 2007 איז טאַקע די אַרבעטסלאָזיקייט געפֿאַלן אויף 7.4%, אָבער עס זענען נאָך אַלץ פֿאַראַן 180,000 מענטשן, וואָס האָבן נישט קיין אַרבעט. עס עקזיסטירן עטנישע און רעלי­גיעזע שפּאַנונגען, וואָס ליגן אויף דער גרע­נעץ פֿון סאָציאַלער שפּאַלטונג. עס זענען פֿאַראַן רעליגיעזע ווי אויך פּאָ­ליטישע עקס­טרעמקייטן, צוזאַמענשטויסן צווישן רעכטס און לינקס.

צי צעפֿאַלט זיך נישט פֿאַר אונדזערע אויגן דער גאַנצער געווערק פֿון אונדזערע ווערטן און באַגריפֿן, וואָס אויף זיי זענען מיר געוואַקסן און זיך דערצויגן, און פֿאַר זיי געקעמפֿט און באַצאָלט אַזוי פֿיל טײַערע קרבנות?

אָבער מיר שטייען דאָך אויף דער שוועל פֿון "יום־העצמאות", טאָר מען זיך נישט באַנוגענען בלויז מיט די שלעכטע זאַכן. מען מוז, בעיקר, באַצייכענען דאָס האַלב פֿולע גלאָז — די גוטע זײַטן פֿון אונדזערע 60 יאָר ווי אַן אומאָפּהענגיקע מדינה. דאַן וועט זיך אַרויסווײַזן, אַז ניט געקוקט אויף די אַלע אינערלעכע און אויסערלעכע פּראָבלעמען און שוועריקייטן, מעגן מיר פֿײַערן דעם 60סטן אומאָפּהענגיקייטס־טאָג פֿון אונדזער מדינה מיט צופֿרידנקייט און דערהייבונג.

אין אַ היסטאָרישן חשבון, וואָס ווערט, אַלגעמיין, גערעכנט אין הונדערטער און טויזנטער יאָרן, זענען פֿאַרשטייט זיך 60 יאָר נישט קיין לאַנגע צײַט; דאָס איז אַ פּסיק אין דער געשיכטע. אָבער אין לעבן פֿון אונדזער פֿאָלק און אונדזער מדינה זענען די דאָזיקע 60 יאָר געווען גורלדיקע. אין דער רעלאַטיוו־קורצער צײַט האָבן מיר מצליח געווען אויפֿצושטעלן אַ פּרעכטיק לאַנד, מיט באַדײַטנדיקע דערגרייכונגען פֿאַר דער געזעלשאַפֿט, פֿאַרן לאַנד און דער באַפֿעלקע­רונג. מיר האָבן געמאַכט בליִען דעם מדבר און אויפֿגעשטעלט אַ פּרעכטיקע, סאָפֿיסטי­צירטע און וואַקסנדיקע אינדוסטריע. עס עקזיסטירט אַ פּערמאַנענטער עקאָנאָמישער וווּקס און, מיט דער הילף פֿון גרויסע אינ­וועסטיציעס, זענען געשאַפֿן געוואָרן טויזנ­טער אַרבעטס־פּלעצער. די פּראָדוקציע האָט זיך אויסגעברייטערט און דער אינדוס­טריעלער עקספּאָרט איז געוואַקסן. מיר פֿאַר­מאָגן אַנטוויקלטע קאָמוניקאַציע־סיסטעמען און אַן אַנטוויקלטן טוריזם, וועלכער גייט אַרויף און אַראָפּ, לויט דער שטימונג פֿונעם שלום־פּראָצעס. אין יאָר 2007 זענען געקומען קיין ישׂראל מער ווי 5 מיליאָן טוריסטן.

ישׂראלס עקאָנאָמיע איז אַ געזונטע און זי איז געוואַקסן אין 2007 מיט 5.3%, אַ רעקאָרד אין זיבן יאָר. זי איז גרעסער פֿון אַלע עקאָנאָמיעס פֿון אירע שכנים צוזאַמען גענומען. ישׂראל האָט אַן אַקטיווע, ברויזנדיקע בערזע און האָט געמאַכט קאָלאָסאַלע דער­פֿאָלגן אין טעכנאָלאָגיע, אַגריקולטור און וויסנשאַפֿט. עס האָט זיך אַנטוויקלט אין ישׂראל אַ מוסטערהאַפֿטע "הײַ־טעק"־ווירט­שאַפֿט — אַ הויכע טעכנאָלאָגיע, וואָס דער­מעגלעכט ישׂראל אַן אַקטיוויטעט מיט ריזי­קע דערגרייכונגען.

ישׂראל האָט 8 נאָבעל־פּרײַז געווינער. די טעכנאָלאָגיע, וואָס באַדינט נאַס״אַ צו שיקן ווידעאָ־בילדער פֿון "מאדים" צו דער ערד, איז אַנטוויקלט געוואָרן דורך צוויי ישׂראלים. די אײַנריכטונג צו באַוועגן דעם סיסטעם פֿון "WINDOWS XP" איז אין גרעסטן טייל אַנטוויקלט געוואָרן דורך "מײַקראָסאָפֿט" אין ישׂראל. "מײַקראָסאָפֿט" האַלט אין ישׂראל איר איינציקן אַנטוויקלונגס־צענטער אין אויסלאַנד. אין ישׂראל געפֿינט זיך דער גרעסטער אַנטוויקלונגס־צענטער פֿון "מאָטאָראָלאַ". די ערשטע "מעסענדזשער"־סיסטעם איז געשאַפֿן געוואָרן אין יאָר 1966 דורך 4 ישׂראלדיקע יונגע וויסנשאַפֿטלער. עס האָבן לעצטנס אויפֿגעשטעלט אין ישׂראל אויספֿאָרשונג־צענטערס IBM, GOOGLE, YAHOO און HP. אין ישׂראל איז פֿאַראַן דער העכסטער פּראָצענט פֿון פּערזענלעכע קאָמפּיוטערס. 40% פֿון די מעדיצינישע אינסטרומענטן קומען פֿון ישׂראל. אַ סך לענדער — גרעסערע פֿון ישׂראל, עלטערע, רײַכערע און שטאַרקערע — שטרעבן צו לערנען פֿון ישׂראלס עקספּערימענטן און דערפֿאָלגן.

דער יערלעכער נאַציאָנאַלער פּראָדוקט פֿאַר אַ פּערזאָן אין ישׂראל מאַכט אויס 18 טויזנט דאָלאַר, און מיט דעם ווערט זי באַטראַכט ווי איינע פֿון די 20 פֿירנדיקע לענדער אויף דער וועלט, אין באַצוג צום לעבנס־סטאַנדאַרט און קוואַליטעט, וואָס עס שליסט זי אײַן אין די לענדער פֿון אייראָפּע. לופֿט־געזעלשאַפֿטן פֿון דער גאַנצער וועלט קומען קיין ישׂראל צו לערנען ווי אַזוי צו פּראָדוצירן מאַקסימאַלע זיכערהייט־אײַנ­ריכטונגען אויף די לופֿט־פּאָרטן און אין די עראָפּלאַנען גופֿא.

ישׂראל איז איינע פֿון די לענדער, וואָס זײַנען אַמבעסטן אָרגאַניזירט צו דערלאַנגען גיך און עפֿעקטיוו הילף די לענדער, וואָס זײַנען אויסגעשטעלט געוואָרן צו אומגליקן — מיט אַקציעס פֿון רעטונג, שפּײַז־און־מעדיצינישע באַזאָרגונג, אין אויפֿשטעלן פֿעלד־שפּיטאָלן דורך דער ישׂראל־אַרמיי. זי האָט דאָס דעמאָנסטרירט אין באָסניע, רואַנדע, קאָסאָוואָ, קעניע, לאַטײַן־אַמעריקע און לענ­דער פֿון געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. ישׂראל האָט געשיקט 120 דאָקטוירים אין לענדער פֿון אַזיע, וועלכע האָבן געליטן פֿון צונאַמי, ווי אויך 82 טאָן מעדיצינישע אינסטרומענטן און הומאַניטאַרע הילף. די אָפּטיילונג פֿאַר צוזאַמענאַרבעט אין אונדזער אויסערן־מיניסטעריום, מש״ב, איז אַקטיוו אין 135 לענדער פֿון אַנטוויקלונג.

מיר האָבן געשאַפֿן אַ ישׂראלדיקע געזעל­שאַפֿט מיט אַ ברויזנדיקן קולטורעלן און גײַסטיקן לעבן. אין ישׂראל עקזיסטירט אַ מאָזאַיִק פֿון ייִדן פֿון פֿאַרשיידענע קהילות און רעליגיעזע־ריכטונגען. נישט געקוקט אויף די מלחמות, עקאָנאָמישע און סאָציאַלע שוועריקייטן, איז די אַלגעמיינע באַפֿעלקערונג געוואָקסן פֿון 806,000 אין יאָר 1948 צו 7 מיליאָן און 241 טויזנט אין 2008. די ייִדישע באַפֿעלקערונג — פֿון 650,000 אין טאָג פֿון דער אַנטשטייונג פֿון דער מדינה אין 1948, צו 5 מיליאָן און 431 טויזנט. ישׂראל האָט באַזאָרגט מיט אַ נאַציאָנאַלער היים און זיכערהייט הונדערטער טויזנטער איבערגע­בליבענע פֿונעם חורבן, אימיגראַנטן פֿון אָרעמע לענדער, ייִדן פֿון טאָטאַליטאַרע מדינות און אויך פֿון דער פֿרײַער וועלט.

קיין ישׂראל זײַנען אָנגעקומען אַרום דרײַ מיליאָן נײַע אימיגראַנטן זינט דער אַנט­שטייונג פֿון דער מדינה. 59% זענען געקומען פֿון אייראָפּעיִשע לענדער, 19% פֿון אַפֿריקאַ­נער לענדער, 15% פֿון אַזיאַטישע, 7% פֿון אַמעריקע און אָקעאַניע. לויט די לענדער, זענען דער עיקר, אַרום אַ מיליאָן געקומען פֿונעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. אין יאָר 2007 האָט זיך געפֿונען אין ישׂראל די גרעסטע ייִדישע באַפֿעלקערונג אויף דער וועלט, מער ווי אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן.

בנוגע די נײַע אימיגראַנטן, וואָס זענען געקומען פֿון איבער 100 לענדער, איז זייער אַבסאָרבציע, אין אַלגעמיין, געווען אַ געלונ­גענע, אָן באַזונדע­רע פּרעצעדענטן. ישׂראל ווערט באַטראַכט ווי די גרעסטע אַבסאָרבי­רערין פֿון אימי­גראַנטן אויף דער וועלט. די הויפּט אימי­גראַציע־שטראָמען זענען געווען: גלײַך נאָך דער שאַפֿונג פֿון דער מדינה — די איבערגע­בליבענע פֿונעם חורבן; אין די 1950ער יאָרן — פֿון די אַראַבישע לענדער; אין די 1970ער יאָרן — פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד; אין די 1980ער און 1990ער יאָרן — פֿון די געוועזענע לענדער פֿונעם סאָוועטן־פֿאַר­באַנד און פֿון עטיאָפּיע, און אין די 2000טער יאָרן — פֿון אַרגענטינע און פֿראַנקרײַך.

ישׂראל האָט אויך דערגרייכט דערפֿאָלגן אויפֿן געביט פֿון אויסמישונג פֿון גלותן און מצליח געווען זיך צו פֿאַרוואַנדלען אין אַן אמתן סאָציאַלן שמעלץ־טאָפּ. ישׂראל איז דערגאַנגען צו אַ וווּנדערלעכער, מאָדערנער אַגריקולטור־אַנטוויקלונג, געפֿאָדערט אויף דער גאַנצער וועלט. די באַוואַסערונג דורך טריפֿונג איז אַ ישׂראלדיקע דערפֿינדונג, וואָס איז איצט פֿאַרשפּרייט געוואָרן איבער דער וועלט און שפּאָרט וואַסער אויף אַ מערקווערדיקן אופֿן.

אויפֿן פּאָליטישן געביט איז ישׂראל אָנ­גע­נומען געוואָרן אין דער "יו־ען", זי געפֿינט זיך אין אַ שלום־מצבֿ מיט עגיפּטן און יאָרדאַניע, אין שלום־אונטערהאַנדלונגען מיט די פּאַלעסטינער. ישׂראל האָט דיפּלאָמאַ­טישע באַציִונגען מיט 163 מדינות. עס איז אַנולירט געוואָרן דער בויקאָט אויף ישׂראלס קאָמערץ און עס אַנטוויקלט זיך אַ צוזאַמענ­אַרבעט מיט לענדער אין מיטעלן מיזרח און אין צפֿון־אַפֿריקע.

וואָס שייך דער מיליטערישער לאַגע, קען ישׂראל שטאָלצירן מיט אַ וווּנדערלעכער אַרמיי, וועלכע ווערט גערעכנט ווי די שטאַרקסטע אין מיטעלן מיזרח, און צווישן די שטאַרקסטע אַרמייען אויף דער וועלט. ישׂראל איז צווישן די 8 לענדער, וואָס האָבן אַ סאַטעליט אינעם קאָסמאָס; און צווישן די 9 לענדער, וואָס האָבן אַטאָמישע מעגלעכקייטן. ישׂראלס געהיים־דינסט, דער "מוסד", ווערט באַצייכנט ווי דער בעסטער אין דער וועלט, כאָטש ער איז געוויס נישט אַזאַ.

נישט געקוקט אויף דעם, וואָס אירע גרע­נעצן זענען נאָך נישט קיין פּערמאַנענטע און דער טעראָר ברענגט ווײַ­טער קרבנות, ווערט ישׂראל באַטראַכט ווי אַ זיכערער פּלאַץ. אונדזער אַרמיי — צוזאַמען מיט די זיכערהייט־אָרגאַנען — באַ­הערשט די לאַגע און עס עקזיסטירט נישט קיין סכּנה פֿאַר דער עקזיסטענץ פֿון דער מדינה אָדער אירע אײַנוווינער ווי אַ מאַסן־דערשײַנונג.

ישׂראל איז דערגאַנגען צו קאָלאָסאַלע דערגרייכונגען אויפֿן געביט פֿון בילדונג, קולטור און וויסנשאַפֿט. 24% פֿון דער ישׂראל­דיקער אַרבעט-קראַפֿט האָבן אַן אַקאַדעמישן טיטל, וואָס שטעלט אַוועק ישׂראל אויפֿן דריטן אָרט אין דער וועלט, נאָך די פֿאַר­אייניקטע שטאַטן און האָלאַנד. ישׂראל פֿאַר­נעמט דאָס ערשטע אָרט אויף דער וועלט מיט דער צאָל אַקאַדעמיקער און טעכניקער אין איר אַרבעט-קראַפֿט; און דאָס צווייטע אָרט מיט דער צאָל פֿון נײַע ביכער אויף אַ פּערזאָן. די צאָל פֿון וויסנשאַפֿטלעכע פּובלי­קאַציעס איז די גרעסטע אויף דער וועלט. אין ישׂראל זענען פֿאַראַן, רעלאַטיוו צו איר באַפֿעלקערונג, מער מוזייען ווי אויף דער גאַנצער וועלט.

ישׂראל פֿאַרזיכערט אירע בירגער מיט אַ פֿולער דעמאָקראַטיע און אַן אַנט­וויקלטער יורידישער סיסטעם. ישׂראל האָט נישט גע­שאַפֿן קיין קאָנסטיטוציע, אָבער זי האָט געשאַפֿן אַ ריי וויכטיקע קאָנסטיטוציאָנעלע געזעצן און פֿאַרמאָגט אַ ברויזנדיק רעליגיעז לעבן. אין ישׂראל זענען פֿאַראַן פּראָגרעסירנ­דיקע געזונט־דינסטן, מיט דער העכסטער געבורט־צאָל אינעם מערבֿ און אַ לעבנס־אויסדויער פֿון די העכסטע אין דער וועלט. אָן צווייפֿל, איז די געשיכטע פֿון ישׂראל אין די לעצטע 60 יאָר פֿון די דראַמאַטישסטע, גערירטסטע און שפּאַנענדיקסטע אין 20סטן יאָר­הונדערט. ליידער, האָבן דאָס יאָר 90% פֿון די אויסגעפֿרעגטע אין אַ געזעלשאַפֿט­לעכן איבערבליק אויסגעדריקט אומצו­פֿריד­נקייט פֿון דער מדינה־פֿירערשאַפֿט. און דאָס איז טאַקע איינע פֿון אונדזערע הויפּט־פּראָב­לעמען — די אָפּוועזנהייט פֿון אַן ערלעכער פֿירערשאַפֿט.

נאָך די גרויסע אַנטוישונגען פֿון די צוויי יונגע פּאָליטישע פֿירער, ביבי נתניהו און אהוד ברק, וואָס מען האָט אויף זיי אַזויפֿיל געבויט, און דעם נישט צו געלונגענעם אהוד אָלמערט, בענקט דאָס פֿאָלק נאָך אַ בכּבֿודיקער פּערזענלעכקייט. ישׂראל נייטיקט זיך אין אַ נײַער פֿירערשאַפֿט, וואָס זאָל זי צוריקקערן צו די פֿאַרגעסענע ווערטן, צו די פֿאַרגעסענע טעג, ווען ס׳האָט עקזיסטירט גלויבן און אָפּטי­מיזם. פּראָפֿעסאָר יחזקאל דרור, אַ מיטגליד פֿון דער ווינאָגראַד־קאָמי­סיע, האָט געמאַכט אַ באַמערקונג וועגן דעם און האָט געזאָגט: "מיר האָבן בעסערע פֿירער און ערגערע, אָבער דער דורכשניטלע­כער איז פּראָבלעמאַ­טיש". ווען דער דור, וואָס האָט געשאַפֿן די מדינה וואָלט געווען באַ­צוועקט פֿון דער זעלבער מאַטעריאַליסטי­שער מאָטיוואַציע, וואָס כאַראַקטעריזירט אונדזער הײַנטיקן דור, וואָלט די מדינה נישט אַנטשטאַנען.

ווען מיר וואָלטן אפֿשר געהאַט הײַנט אַזאַ מנהיג ווי דוד בן־גוריון, וואָלטן מיר געווען פֿעיִק צו באַנײַען די קאָלאָסאַלע כּוחות, וואָס אונדזער פֿאָלק פֿאַרמאָגט אין זיך, און צוריקקערן דער מדינה די ווערטן פֿונעם דור, וואָס האָט געשאַפֿן די מדינה און די געשטאַלט וואָס זי האָט געהאַט בײַ איר אַנטשטייונג, און דאַן וועט אונדזער מדינה ממשיך זײַן צו עקזיסטירן און בליִען. די קאָנקרעטסטע פֿראַגע איז: צי וועט די רעגירונג פֿון אהוד אָלמערט — וועלכער דערקלערט טאָג־אײַן און טאָג־אויס, אַז ער איז נישט קיין פּאָפּולערער פּרעמיער־מיניסטער — זײַן פֿעיִק צו דערגרייכן די געשטעלטע צילן?

וואָס דער ענטפֿער אויף דער דאָזיקער פֿראַגע זאָל נישט זײַן, וועט ישׂראל, ווי אַ ייִדישע מדינה, שטענדיק זײַן אַ קוואַל פֿון שטאָלץ און באַגײַסטערונג פֿאַרן ייִדישן פֿאָלק, און דאָס ייִדישע פֿאָלק האָט שוין באַוויזן אין פֿאַרלויף פֿון זײַן געשיכטע, אַז עס קען זיך אָפּטרייסלען פֿון שטויב און זיך אויפֿהייבן ביז צו די שטערן. אָבער עם־ישׂראל וועט עקזיסטירן אייביק.