|
רבי אַהרן ראָט, דער גרינדער פֿון די חסידישע גרופּעס |
|
די ירושלימער "תּולדות־אַהרנער" חסידים, באַקאַנט ווי "רעבאַרעלעך", זענען, מסתּמא, איינע פֿון די אָריגינעלסטע גרופּעס אין דער פֿרומער ייִדישער וועלט. אין פֿאַרגלײַך מיט ס׳רובֿ אַנדערע חסידישע הויפֿן, וועלכע ווערן, געוויינטלעך, אָנגעפֿירט פֿון דור צו דור דורך אַ געוויסער דינאַסטיע, איז די "תּולדות־אַהרנער" באַוועגונג רעלאַטיוו־יונג, געגרינדעט אינעם 20סטן יאָרהונדערט דורך רבי אַהרן ראָט אין דער טראַנסילוואַנישער שטאָט סאַטמאַר.
די גרעסטע חסידישע גרופּע אין דער וועלט זענען די סאַטמאַרער חסידים. היסטאָריש גערעדט, שטאַמט די דאָזיקע חסידישע טראַדיציע נישט פֿון סאַטמאַר, נאָר פֿון גאַליציע. רבי משה טייטלבוים, דער מחבר פֿונעם ספֿר "ישׂמח משה", איז געווען אַ תּלמיד פֿונעם באַרימטן חוזה לובלינער, און געדינט, צו ערשט, ווי אַ רבֿ אין פּזשעמישל, פּוילן. שפּעטער, האָט דער "ישׂמח משה" זיך באַזעצט אין אוהעל, אַ שטעטל אינעם צפֿונדיקן טייל פֿון אונגאַרן, נישט ווײַט פֿון סלאָוואַקײַ.
דעם "ישׂמח משהס" קינדער און אייניקלעך האָבן פֿאַרשפּרייט אַן אייגענע שיטה פֿון חסידות מיט אַן אונגאַרישן טעם ווײַטער אַרום דער עסטרײַך־אונגאַרישער אימפּעריע. די סאַטמאַרער חסידים זענען הײַנט באַרימט געוואָרן מיט אַזאַ נאָמען צוליב דער טעטיקייט פֿונעם רבין יואל טייטלבוים, וועלכער איז געווען אַ רבי אין סאַטמאַר, און געשאַפֿן אַ ריזיקע באַוועגונג נאָך זײַן אימיגראַציע קיין אַמעריקע. זײַן טאַטע און זיידע זענען אָבער געווען רביים אין אַן אַנדער טראַנסילוואַניש שטעטל, סיגעט.
מיט די "תּולדות־אַהרנער" איז די מעשׂה פֿאַרקערט. אַהרן ראָט — באַקאַנט ווי רב אַרעלע — איז געבוירן געוואָרן אינעם קאַרפּאַטישן שטעטל אונגוואַר, אין 1894. זײַן משפּחה איז נישט געווען קיין חסידישע. ווי אַ יונגערמאַן, האָט רב אַרעלע זיך אָבער שטאַרק פֿאַראינטערעסירט מיט חסידות, און געלערנט מיטן בעלזער רבין, רבי ישׂשׂכר־דובֿ רוקח, און מיטן בלאָזשעווער רבין, צבֿי־אלימלך שפּיראָ. דער בלאָזשעווער רבי, אַ באַקאַנטער מקובל, האָט געגעבן דעם יונגערמאַן אַן אייגענע באַוועגונג.
אינעם יאָר 1920, האָט דער יונגער, נישט לאַנג צוריק חתונה־געהאַטער יונגערמאַן, זיך באַזעצט אין סאַטמאַר, און געשאַפֿן דאָרטן אַן אייגענע אַסקעטיש־מיסטישע קהילה מיטן נאָמען "שומרי־אמונים". אין 1925 האָט ער צום ערשטן מאָל באַזוכט ירושלים, און אָנגעהויבן פֿאַרשפּרייטן דאָרטן זײַן שיטה. הגם הײַנט איז די דאָזיקע באַוועגונג באַקאַנט ווי אַ טייל פֿון דער ירושלימער און בני־ברקער פֿרומער לאַנדשאַפֿט, שטאַמט זי אָבער טאַקע פֿון סאַטמאַר.
רבי אַהרן ראָט האָט געהאַט אַ סך מתנגדים, וועלכע האָבן אים כּסדר באַשולדיקט אין שאַפֿן אַן אומגעוויינטלעכע כּּתּ; צוליב אַ שאַרפֿער קריגערײַ און אַפֿילו געשלעגן מיט די חסידים פֿונעם רבין יואל טייטלבוים — וועלכע זענען דעמאָלט געווען מער באַקאַנט ווי סיגעטער — האָט מען אים פֿאַקטיש פֿאַרטריבן פֿון סאַטמאַר; אינעם יאָר 1939 האָט "רב אַרעלע" אַריבערגעטראָגן דעם צענטער פֿון זײַן טעטיקייט קיין ירושלים, וווּ ער איז ניפֿטר געוואָרן אינעם יאָר 1947.
אַהרן ראָטס זון, רבי אַבֿרהם־חיים ראָט, איז געוואָרן דער צווייטער מנהיג פֿון די "שומרי־אמונים", און "רב אַרעלעס" איידעם, אַבֿרהם־יצחק קאַן, האָט געגרינדעט אַ צווייטן צווײַג פֿון דער באַוועגונג, מיטן נאָמען "תּולדות־אַהרן", און אָנגעשריבן אַ וויכטיקן ספֿר "דבֿרי אמונה", וועלכער אַנטוויקלט ווײַטער זײַן שווערס שיטה. נאָך אַבֿרהם־יצחק קאַנס טויט, אינעם יאָר 1996, האָט די גרופּע זיך ווידער צעשפּליטערט אויף "תּולדות־אַהרן" און "תּולדות אַבֿרהם־יצחק"; ביידע טיילן זענען באַזירט אינעם אולטראַ־חרדישן ירושלימער קוואַרטאַל מאה־שערים.
פֿאַר אַ דרויסנדיקן מענטש, זענען די "תּולדות־אַהרנער" חסידים, מסתּמא, צום מערסטן באַקאַנט מיט זייערע אָריגינעלע בגדים. חתונה־געהאַטע מענער טראָגן ווײַס־גרויע געשטרײַפֿטע כאַלאַטן אין דער וואָכן און גאָלדענע בעקעטשעס שבת און יום־טובֿ. אַפֿילו בר־מיצווה־ייִנגלעך טראָגן אַ שטרײַמל. אַ סך חתונה־געהאַטע "תּולדות־אַהרנער" פֿרויען גאָלן זייערע קעפּ און טראָגן שוואַרצע טיכלעך, און מיידלעך גייען מיט צוויי צעפּלעך.
די "תּולדות־אַהרנער" שטעלן אַ גרויסן אַקצענט אויפֿן ענין פֿון גאָר שטרענגער צניעות און סעקסעועלער אָפּגעהיטקייט. איינער פֿון רבי אַהרן ראָטס ספֿרים, "טהרת־הקודש" באַשטייט, במחילה, כּמעט אינגאַנצן פֿון דרשות קעגן מאַסטורבאַציע און דערקלערונגען, אַז אַ מאַן טאָר נישט קוקן אויף אַ פֿרעמדער פֿרוי און טאָר נישט האָבן קיין הירהורים וועגן פֿרויען. אַן אַנדער אַקצענט איז געשטעלט אויף שטאַרק עמאָציאָנעלע תּפֿילות; אַ סך "רב־אַרעלעך" שרײַען הויך בײַם דאַוונען. פּאָליטיש זענען זיי, אַזוי ווי אַנדערע תּושבֿים פֿון מאה־שערים, שאַרפֿע אַנטי־ציוניסטן — שאַרפֿער ווי די סאַטמאַרער חסידים, אָבער אַ ביסל מעסיקער ווי די נטורי־קרתּא.
ווייניק מענטשן ווייסן אָבער, אַז אַחוץ דעם אומגעוויינטלעכן סופּער־אַסקעטיזם און די אומגעוויינטלעכע אוניפֿאָרמע־בגדים, האָבן די "תּולדות־אַהרנער" חסידים אַן אינטערעסאַנטע שיטה לגבי ייִדיש, ווי אויך אַ גענוג־אינטערעסאַנטע פֿילאָסאָפֿיע, וועלכע ווערט אויסגעדריקט אין אַהרן ראָטס צוויי־בענדיקער עיקר־ספֿר "שומר אמונים" און אַבֿרהם־יצחק קאַנס "דבֿרי אמונה".
אַבֿרהם־יצחק קאַן האָט רעקאָמענדירט זײַנע תּלמידים צו לערנען די ספֿרים פֿון אַהרן סטראַשעליער — אַ תּלמיד פֿונעם "אַלטן רבין", וועלכער האָט געשאַפֿן אַן אייגענע ווערסיע פֿון חב״ד־חסידות. רבי אַהרן סטראַשעליערס ספֿרים זענען אויסערגעוויינטלעך טיף און אינטערעסאַנט ווי אַ קאָמפּליצירטע פֿילאָסאָפֿישע און טעאָסאָפֿישע שיטה; רחל אליאור, אַ באַקאַנטע אַקאַדעמישע פֿאָרשערין פֿון קבלה, האָט אַנאַליזירט געוויסע אַספּעקטן פֿון דער דאָזיקער פֿילאָסאָפֿיע. אין דעם זין, קאָן מען זאָגן, אַז דאָס "תּולדות־אַהרנער" חסידות אַנטהאַלט אין זיך — לכל־הפּחות, טעאָרעטיש — אַן אַלטערנאַטיוון נישט־ליובאַוויטשער וואַריאַנט פֿון דער אינטעלעקטועלער חב״ד־פֿילאָסאָפֿיע.
|
אַ תּולדות־אַהרנער חסיד |
|
אַהרן ראָטס ספֿרים זענען פֿול מיט קבלה און חידושדיקע געדאַנקען. נישט געקוקט אויף דעם אַסקעטישן טעם, ווערן דאָרטן דערמאָנט אַ סך ענינים, וואָס קאָנען פֿאַראינטערעסירן דעם ברייטערן עולם. זלמן שעכטער־שלומי, אַ באַקאַנטער פֿירער פֿון "באַנײַערישער ייִדישקייט" (Jewish Renewal), האָט אַרויסגעגעבן אַ זאַמלונג פֿון אַהרן ראָטס ווערק אויף ענגליש.
וואָס שײַך ייִדיש, שרײַבט רבי אַהרן ראָט אין זײַן הויפּט־ספֿר "שומרי אמונים", אַז די אַשכּנזישע ייִדן מוזן רעדן אויף ייִדיש, וואָס ער רופֿט אָן, אַלטמאָדיש, "זשאַרגאָן", אָן קיין נעגאַטיווער קאָנאָטאַציע. ער באַמערקט, אַז נאָך אינעם 16טן יאָרהונדערט האָט דער גרויסער מקובל ישעיה האָראָוויץ, דער מחבר פֿון "שני־לוחות־הברית", אַרײַנגעשטעלט אין זײַן סידור דאָס אַלט־ייִדישע ליד "אַלמעכטיגער ג־ט", און אַז אַ ריי ראשונים האָבן געזונגען אויף אַראַביש.
רבי אַהרן ראָט דערקלערט, אַז ייִדיש איז מסוגל צו צעשטערן די כּוחות פֿון סיטרא־אַחרא דווקא צוליב דער ענלעכקייט צו דײַטש — די שפּראַך פֿון די נאַצי־מערדער. לויט זײַן טעאָריע קומט אויס, אַז ווען ייִדן וואָלטן נישט גערעדט אויף ייִדיש, וואָלטן זיי אַלע אומגעקומען אינעם חורבן. דווקא צוליב דעם, וואָס ייִדיש שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ מין פֿאַרהייליקטן "אַנטיפּאָד" פֿון דײַטש, זענען די שארית־הפּליטה געראַטעוועט געוואָרן.
ס׳איז מערקווירדיק, אַז רבי אַהרן ראָט רופֿט די מיזרחדיקע ייִדן ווײַטער צו רעדן אויף זייערע דיאַלעקטן פֿון אַראַביש, און נישט אויף העברעיִש. זײַן צוגאַנג צו דער שפּראַך איז נישט אַ פֿרומע פֿאָרעם פֿון ייִדישיזם, נאָר אַ מער אַלגעמיינע סימפּאַטיע פֿון די טראַדיציעס פֿון פֿאַרשיידענע ייִדישע עדות. ער האַלט, אַז ווי באַלד אין אַ ייִדישער קהילה האָט זיך געשאַפֿן אַ טראַדיציע צו רעדן אויף אַ געוויסער שפּראַך, איז עס ממילא אַ סימן, אַז ס׳איז אַ הייליקער מינהג, אײַנגעפֿירט פֿונעם אייבערשטן אַליין.
ס׳איז כּדאַי צוצוגעבן, אַז צום וועלטלעכן ייִדישיזם באַציט זיך רבי אַהרן ראָט בפֿירוש נעגאַטיוו. ער שרײַבט, אויפֿן סמך פֿונעם ערשטן בעלזער רבין, "שׂר־שלום", אַז די ראָשי־תּיבֿות פֿונעם פּסוק "כּל באיה לא ישובֿון" ("די, וואָס קומען אַרײַן אַהין, וועלן זיך נישט אומקערן") איז "ביכל". וועלטלעכע חכמות און ביכער זענען, לויט זײַן שיטה, אַ סם־המוות פֿאַר דער ייִדישער נשמה. אינעם פּשוטן פֿאָלקישן ייִדיש זעט ער אָבער דווקא קדושה און טיפֿן באַדײַט.
דער ספֿר "שומר אמונים" ווערט באַגלייט מיט אַ זאַמלונג פֿון ייִדישע לידער, וואָס הייבט זיך אָן מיטן אוראַלטן פּיזמון "אַלמעכטיגער ג־ט" און מיטן באַקאַנטן ניגון פֿונעם קאַלעווער רבין "גלות, גלות, ווי גרויס ביסטו". ווײַטער גייט אַ גאַנצע זאַמלונג פֿון זײַנע אייגענע פֿרומע לידער אויף ייִדיש, צומאָל אויסגעמישט מיט לשון־קודש, דער עיקר וועגן גלות און גאולה. מע מוז באַמערקן, אַז דער ספֿר איז אַרויס אינעם יאָר 1942, בעת דעם חורבן. איך שרײַב די אָריגינעלע דיאַלעקטאַלע אָרטאָגראַפֿיע פֿונעם מחבר איבער לויט דעם ייִוו״אָ־איסלייג:
"זיסער פֿאָטער, נעם פֿאַר דיר דעם גרויסן צער פֿון דײַנע קינדערלעך,
וואָס זענען באַרבע פּינות העולם מטולטלים און מפֿוזרים,
זע צו, אַז מיר לײַדן שוין אַזויפֿיל הונדערטער יאָרן
שמדות וגזירות וכל מיני מרורי תמרורים"
"ווען וועט שוין זײַן די צײַט, ווען וועט שוין זײַן די צײַט,
וואָס וועט געבן אַן עק פֿון אַלע ייִדישע צרות —
ווען וועט שוין זײַן די צײַט, ווען וועט שוין זײַן די צײַט,
דאָס אַלע ייִדעלעך וועלן געקרוינט ווערן פֿאַר שׂרים ושׂרות
עס וועט נאָך קומען אַ צײַט, עס וועט נאָך קומען אַ צײַט,
דאָס ייִדישע קינדערלעך וועלן געהויבן ווערן מער פֿון אַלע פֿריִערדיקע צײַטן,
עס וועט נאָך קומען אַ צײַט, עס וועט נאָך קומען אַ צײַט,
דאָס ייִדישע קינדערלעך וועלן זען גרויס נחת און פֿרייד פֿון אַלע זײַטן"
רבי אַבֿרהם־יצחק קאַן האָט ממשיך געווען די טראַדיציע פֿון זײַן שווער. דער ספֿר "דבֿרי־אמונה", וואָס באַשטייט פֿון זײַנע דרשות, איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אינגאַנצן אויף ייִדיש. די פֿאַרלעגער דערקלערן, אַז ס׳איז פֿאַראַן זאַכן, וואָס מע קאָן נישט איבערזעצן, ווי געהעריק, פֿון איין שפּראַך אויף אַ צווייטער, דערפֿאַר פּובליקירן זיי די ווערטער פֿון זייער רבין אין זײַן אָריגינעלן "לשון־קודש" — דאָס הייסט, אויף ייִדיש. די פֿאַרלעגער גיבן צו — אַפּנים, אין שײַכות מיט דער דערמאָנטער שיטה פֿון זייער רבין, אַהרן ראָט — אַז דער רמב״ם און אַנדערע גרויסע ייִדישע מחברים האָבן געשריבן אויף אַראַביש.
באַקומט זיך, אַז לויט דער "תּולדות־אַהרנער" שיטה, איז ייִדיש אָדער אַן אַנדער שפּראַך צי אַ דיאַלעקט, וואָס ווערט באַנוצט אין אַ ייִדישער עדה, בעצם לשון־קודש, ווען מע רעדט אויף איר וועגן הייליקע זאַכן. להיפּוך, איז דער מאָדערנער העברעיִש נישט הייליק, אַדרבה — טרייף, ווײַל ס׳איז אָנגעלאָדן מיט דער אַפּיקורסישער ציוניסטישער השפּעה.
די שפּראַך פֿון "דבֿרי־אמונה" איז אינטערעסאַנט ווי אַ מוסטער פֿון אַ ספּעציפֿישן אונגאַרישן דיאַלעקט. דער מחבר נוצט אויס כּסדר דאָס בינדוואָרט "דאָס" אַנשטאָט "אַז"; פֿאַר אים איז עס נישט געווען אַ דײַטשמעריזם, נאָר אַן אייגנשאַפֿט פֿון זײַן היימישער גראַמאַטיק.
ס׳איז אויך אינטערעסאַנט, אַז אינעם ספֿר "דבֿרי־אמונה" טרעפֿן זיך אומגעוויינטלעך אָפֿט נישט־טריוויאַלע גראַמאַטישע פֿאָרעמס, וואָס שייך דער צײַט און אַספּעקט פֿון די ווערבן. למשל: "ער זאָל שוין האַלטן בײַם סוף דאַוונען"; "ער טוט אויך מיטפֿילן ייִדישע צרות"; "ווען ער וואָלט געווען דאָס געגלייבט, וואָלט ער זיך געווען שטאַרק מחזק געווען צו תּורה און תּפֿילה, און וואָלט געווען נאָכגעלאָפֿן נאָכן דאַוונען"; "ווען זיי זאָלן געווען משׂיג זײַן"; "וואָלטן זיי נישט געווען געקענט אַרײַננעמען קיין שום שׂימחה אין האַרץ".
עס קאָן זײַן, אַז דער תּולדות־אַהרנער רבי האָט זיך אָפֿט באַנוצט מיט דער לאַנג־פֿאַרגאַנגענער גראַמאַטישער צײַט, ווײַל אַזוי איז געווען דער שטייגער אין זײַן דיאַלעקט. עס זעט אָבער אויס, אַז ער טוט עס כּסדר ווי אַ ליטעראַריש מיטל, כּדי צו אָרגאַניזירן זײַנע ווערטער שענער, לאָגיש און כראָנאָלאָגיש. ער נוצט אויך אויס אַ סך לשון־קודשדיקע מליצה־אויסדרוקן, ווי עס לוינט זיך פֿאַר אַ תּלמיד־חכם.
ס׳איז מערקווירדיק, אַז אין אַזאַ שטרענגער חסידישער גרופּע, ווי "תּולדות־אַהרן", זענען פֿאַראַן אַ סך מיסטישע און פֿילאָסאָפֿישע געדאַנקען, וועלכע קאָנען פֿאַראינטערעסירן אַ וועלטלעכן לייענער, אַן אייגענע מעטאַפֿיזישע טעאָריע פֿון לשונות, און אַ פֿרומע ווערסיע פֿון ייִדישיזם. עס קאָן זײַן, אַז דאָס האָט צו טאָן מיט דעם, וואָס בײַ די "תּולדות־אַהרנער" חסידים זענען זייערע חומראות נישט אַ סימן פֿון פֿאַרגליווערטקייט, נאָר אַן אויסדרוק פֿון זייערע פּערזענלעכע גײַסטיקע השׂגות און געפֿילן. אַ גרופּע, וואָס גייט קעגן דעם הויפּטשטראָם מיט אַן אומגעוויינטלעכער שטרענגקייט איז פֿאָרט אַן אומקאָנווענציאָנעלע, און דערפֿאַר אַן אינטערעסאַנטע.