|
רעדנער יוסף בערגער (רעכטס) און פּראָפֿ׳ דזשאָסטין קאַמי שמועסן אויף דער חיים גראַדע־קאָנפֿערענץ בײַם "ייִדישן ביכער־צענטער" |
|
צוריק צו חיים גראַדע
ווען חיים גראַדע איז געשטאָרבן אין 1982, האָט מען בכּבֿודיק אויפֿגעהאַלטן זײַן שאַפֿונג אין דער ייִדישער ליטעראַטור. אָבער פֿאַרן לייענער אויף ענגליש איז ער געווען ווייניקער באַקאַנט. נאָר געציילטע פֿון זײַנע ווערק האָט מען איבערגעזעצט, און זײַן פּאָעזיע האָט מען כּמעט ווי נישט געקאָנט איבערזעצן אויף ענגליש. זײַן וועלט־באַקאַנטער מיטצײַטלער יצחק באַשעוויס, וועלכער האָט געוווּנען דעם נאָבעל־פּריז אין 1978, האָט אים פֿאַרשטעלט מיט זײַן שם.
בעת די יאָרן נאָך גראַדעס טויט האָט מען געוויסע פֿון זײַנע ווערק איבערגעזעצט אויף ענגליש, אַרײַנגערעכנט זײַן וווּנדערלעכן אויטאָביאָגראַפֿישן ראָמאַן "דער מאַמעס שבתים", אין 1986. גראַדעס אַלמנה, אינאַ העקער־גראַדע, האָט אַזוי שטרענג אָפּגעהיט זײַן עזבֿון, אַז זי האָט ממש געשטערט די ווײַטערדיקע איבערזעצונגען. דעריבער האָבן די לייענער און ליטעראַטור־קריטיקער נישט געפֿונען דעם וועג צו זײַנע שאַפֿונגען. דער מצבֿ האָט זיך געביטן ווען אינאַ גראַדע איז געשטאָרבן אין מײַ 2010.
"אין די יאָרן נאָך זײַן טויט איז געשטיגן דער אינטערעס צו זײַנע ביכער, אָבער אינאַס סטראַשנדיקע בריוו — ׳רירט נישט אָן זײַנע ווערק׳ — האָט דעם אינטערעס אָפּגעשוואַכט. ערשט איצט איז מעגלעך צו פֿאָרשן די טעמע", האָט געזאָגט פּראָפֿ׳ דוד פֿישמאַן, פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישער געשיכטע בײַם "ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר", און אַ לעקטאָר בײַ דער אַנומלטדיקער קאָנפֿערענץ וועגן גראַדען בײַם "ייִדישן ביכער־צענטער" אין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס. "ביז איצט וואָלט די קאָנפֿערענץ נישט געקאָנט צושטאַנד קומען", האָט צוגעגעבן דער גרינדער און פּרעזידענט פֿונעם "ביכער־צענטער", אַהרן לאַנסקי, בנוגע אינאַ גראַדעס אָפּאָזיציע — "ס‘איז פּשוט פֿריִער געווען צו שווער."
מיטן טיטל "שבתים און אויסגעלאָשענע שטערן: דאָס לעבן און ווערק פֿון חיים גראַדע", האָט די קאָנפֿערענץ אָפּגעשפּיגלט אַ באַנײַטן אינטערעס צום שרײַבער. אין אָקטאָבער 2010 האָט דער ייִוואָ אָפּגעהאַלטן אַ קאָנפֿערענץ לכּבֿוד דעם מחברס 100סטן געבוירן־יאָר, און די "פֿאָלקסבינע" האָט פֿאָרגעלייענט אַ פּיעסע, וואָס איז אַ באַאַרבעטונג פֿון "דער מאַמעס שבתים", פֿרילינג 2011. דעם 3טן יוני וועט אין דער "עלדרידזש־סינאַגאָגע", ניו־יאָרק, אויף דער איסט־סײַד, פֿאָרקומען אַ נאָכמיטאָג לכּבֿוד באַשעוויס און גראַדע, מיט דער גאַסט־לעקטאָרין פּראָפֿ׳ רות ווײַס. דער "ביכער־צענטער" אָרגאַניזירט די אונטערנעמונג צוזאַמען מיט דער שיל.
הײַנט איז גראַדע בעסער באַקאַנט ווי אַ ראָמאַניסט, וועלכער האָט אויף ס‘נײַ אויפֿגעלעבט די פֿאַר־מלחמהדיקע ליטווישע ישיבֿות, ווי אויך דאָס טאָג־טעגלעכע לעבן פֿון די ייִדן אין די שטעט און שטעטלעך פֿון מיזרח־אייראָפּע. להיפּוך צו באַשעוויס‘ פֿאַנטאַסטישן, מאָדערניסטישן סטיל, האָט גראַדע מיט זײַן רעאַליזם זיך געראַנגלט מיט טיפֿע רעליגיעזע און פֿילאָסאָפֿישע פּראָבלעמען. אין זײַן יוגנט האָט ער זיך געלערנט אין דער נאָוואַראָדקער ישיבֿה, אַ מוסר־ישיבֿה, וווּ מע האָט געשטעלט דעם טראָפּ אויפֿן אינערלעכן כאַראַקטער פֿונעם תּלמיד. שפּעטער איז גראַדע געוואָרן אַ געטרײַער תּלמיד פֿונעם חזון איש, הרבֿ אַבֿרהם ישעיה קאַרעליץ, אַ וויכטיקער אָנפֿירער פֿון דער פֿרומער וועלט אין דער ערשטער העלפֿט פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט.
צו 22 יאָר האָט גראַדע פֿאַרלאָזט די פֿרומע וועלט צו ווערן אַ ייִדישער שרײַבער אין דער גרופּע "יונג ווילנע" אין די 1930ער יאָרן. בײַם אָנהייב פֿון דער מלחמה איז ער אַנטלאָפֿן אויף מיזרח און אויסגעפֿאָרן ווײַט־און־ברייט דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. דאָרטן האָט ער חתונה געהאַט מיט אינאַ העקער און זיי האָבן אימיגרירט קיין אַמעריקע אין 1948.
אַ גרויסער טייל פֿונעם אינטערעס צו גראַדען נעמט זיך פֿונעם ים פּאַפּירן און מאַנוסקריפּטן, וואָס דער "בראָנקסער קהלישער־אַדמיניסטראַטאָר" האָט געפֿונען אין זײַן דירה נאָך פֿרוי גראַדעס טויט. די פּאַפּירן געפֿינען זיך איצט אין אַ סקלאַד פֿונעם ייִוואָ אין ניו־יאָרק, און די פֿאַרהאַנדלונגען קומען איצט פֿאָר וועגן דעם גורל פֿון די מאַטעריאַלן צווישן דעם ייִוואָ, דער שטאָטישער ביבליאָטעק פֿון ניו־יאָרק, דעם האַרוואַרדער אוניווערסיטעט און דעם טעקסאַסער אוניווערסיטעט אין אָסטין. בשעת מע באַשליסט דעם מאָרגן פֿון גראַדעס פּאַפּירן, און מע ווייסט נאָך נישט וואָס עס געפֿינט זיך אין דער זאַמלונג, קען מען דערווײַל לייענען און שטודירן גראַדעס שאַפֿונגען, וואָס זענען יאָ צוטריטלעך.
דזשאָסטין קאַמי, פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישע שטודיעס בײַם סמיט־קאַלעדזש, האָט אויך גערעדט בײַ דער קאָנפֿערענץ. ער פֿאַרענדיקט איצט אַ בוך אויף דער טעמע "יונג־ווילנע", וווּ ס‘איז דאָ איין קאַפּיטל וועגן גראַדען. ווען אינאַ גראַדע וואָלט נאָך געלעבט, האָט ער געזאָגט, וואָלט זי אים זיכער אָנגעקלאָגט אין געריכט. אָבער איצט דאַרף ער זיך נישט זאָרגן. קאַמי האָט באַטאָנט, אַז דעם ענגלישן לייענער איז גראַדע בעסער באַקאַנט ווי אַ שרײַבער פֿון ראָמאַנען, אָבער ער אַליין האָט זיך געהאַלטן, קודם־כּל, פֿאַר אַ פּאָעט. זײַן פּאָעזיע דעקט ברייטערע טעמעס ווי זײַן פּראָזע, אַרײַנגערעכנט לידער וועגן דער אַמעריקאַנער לאַנדשאַפֿט און מדינת־ישׂראל.
פּראָפֿ׳ פֿישמאַן, אַ פּערזענלעכער חבֿר פֿון גראַדען אין די שפּעטע 1970ער און 1980ער יאָרן האָט אַרומגערעדט די שריפֿטן פֿון גראַדע, וואָס ער האָט געדרוקט ווי המשכים אין דער ייִדישער פּרעסע, אָבער זענען קיין מאָל נישט אַרויס ווי ביכער. איין ראָמאַן, "בית הרבֿ" האָט זיך געדרוקט אין דער צײַטונג "דער טאָג־מאָרגן זשורנאַל" אין די 1960ער יאָרן, און שפּעטער אינעם "פֿאָרווערטס" אין 1971, נאָך דעם ווי "דער טאָג־מאָרגן זשורנאַל" האָט זיך געשלאָסן. מעלווין ראָזענפֿעלד, אַ געוועזענער רעדאַקטאָר בײַם פֿאַרלאַג "קנאָפּף", וועלכער האָט זיך באַטייליקט אין דער קאָנפֿערענץ, האָט געאַרבעט מיט אינאַ גראַדע אויף אַן איבערזעצונג פֿון דעם ראָמאַן נאָך חיים גראַדעס טויט. אָבער מע האָט די אַרבעט נישט פֿאַרענדיקט.
גראַדעס לעצטער ראָמאַן "פֿון אונטער דער ערד" איז אויך געדרוקט געוואָרן אינעם "פֿאָרווערטס" מיט המשכים אין די שפּעטע 1970ער און אָנהייב 1980ער יאָרן. דאָס ווערק האָט ער באַאַרבעט פֿון אַ פֿריִער־געדרוקטער דערציילונג "פֿרויען פֿון געטאָ", אָבער טעמאַטיש און סטרוקטורעל פֿאַרברייטערט. כאָטש גראַדע האָט געדרוקט די ווערק יעדע וואָך קאַפּיטלעכווײַז, וואָלט ער זיי זיכער איבערגעאַרבעט, ווען ער וואָלט זיי אַרויסגעגעבן ווי ביכער.
נישט געקוקט אויף די פֿאַרצווײַגטע קולטור־פּראָגראַמען וועגן גראַדע פֿון אַזוינע אינסטיטוציעס ווי "דער ייִדישער ביכער־צענטער" און "ייִוואָ", און די פֿאָרשונגען פֿון אים מצד פֿישמאַן און קאַמי, וועט נאָך לאַנג דויערן ביז זײַנע ווערק וועלן זײַן גרייט צום לייענען. ביז מע באַשליסט נישט, ווער עס האָט דאָס לעגאַלע רעכט, דעם רשות איבער גראַדעס ווערק, טאָר נישט דער "ביכער־צענטער" זיי דיגיטאַליזירן אָדער איבערדרוקן. דאָך, קענען די חסידים פֿון גראַדעס שאַפֿונג זיך פֿרייען — "עס זענען געווען צוויי גרויסע ייִדישע פּראָזע־שרײַבער, באַשעוויס, וועלכער איז געווען אַ מײַסטער פֿון פּירסום, און גראַדע, אַ לא־יוצלח אין דעם פּרט, און נאָך זײַן טויט איז דאָס נאָך ערגער געוואָרן. קיין שום באַלאַנס איז נישט געווען אין דער אָפּשאַצונג. דעם אומיושר קען מען איצט אויסגלײַכן און גראַדע וועט פֿאַרנעמען אַן אָנגעזעען אָרט ווי עס קומט אים" — האָט פּראָפֿ׳ פֿישמאַן געזאָגט.
עזרא גלינטער "Forward"
|
דער נײַער ציק״אָ־ביוראָ אין קווינס |
|
דער "ציק״אָ"־פֿאַרלאַג אין אַ נײַעם לאָקאַל
במשך פֿון די לעצטע דרײַ יאָר האָבן ס‘רובֿ ייִדישע קולטור־אָרגאַניזאַציעס אין ניו־יאָרק זיך אַריבערגעפּעקלט אין נײַע ערטער. דער "פֿאָרווערטס" און "אַרבעטער־רינג" האָבן פֿאַרקויפֿט זייער בנין אויף דער 33סטער גאַס אין מאַנהעטן, און אַלע זייערע לאָקאַטאָרן, אַרײַנגערעכנט "די ייִדיש־ליגע", "די פֿאָלקסבינע", "יוגנטרוף" און "ליווינג־טראַדישאָנס" האָבן זיך אַרויסגעצויגן און געפֿונען נײַע אַדרעסן וווּ זיי גייען אָן מיט זייער אַרבעט. דעם "פֿאָרווערטס"־בנין, אַגבֿ, האָט מען שוין אַראָפּגעריסן אין גאַנצן, און מע בויט אַ נײַעם ריזיקן בנין אויף זײַן אָרט.
אויף דער 21סטער גאַס אין מאַנהעטן האָט זיך לאַנגע יאָרן געפֿונען דער "אַטראַן־צענטער", אין וועלכן עס זענען געווען די ביוראָען פֿונעם "ייִדישן קולטור־קאָנגרעס", "ציקאָ־פֿאַרלאַג", "ייִדישן אַרבעטער־קאָמיטעט" און "דעם בונד". דער "בונד" האָט זיך געשלאָסן מיט עטלעכע יאָר צוריק, און דאָס יאָר האָט די "אַטראַן־פֿונדאַציע", דער באַלעבאָס פֿונעם "אַטראַן־צענטער", בדעה צו פֿאַרקויפֿן די צוויי גאָרנס פֿונעם בנין וואָס זי פֿאַרמאָגט.
מיט צוויי יאָר צוריק איז אַריבער אין אַ נײַעם אָרט "דער ייִדישער קולטור־קאָנגרעס". דער אַדרעס איז 1133 בראָדוויי, צימער 1019. לעצטנס האָט "דער ייִדישער אַרבעטער־קאָמיטעט" געפֿונען אַ נײַעם אַדרעס — 50 בראָדוויי, צימער 1600. און סוף אַפּריל, האָט דער "ציק״אָ" געפֿונען אַ נײַע היים פֿאַר אירע צענדליקער טויזנטער ייִדישע ביכער אין לאָנג־אײַלאַנד־סיטי, קווינס, 51-02 21סטע גאַס. דער נײַער טעלעפֿאָן איז: 0002־392־718 און דער בליצפּאָסט־אַדרעס איז: cycobooks@aol.com
דער פֿאַרוואַלטער פֿון "ציק״אָ", דער אַקטיאָר און זינגער חיים וואָלף, איז זייער צופֿרידן מיטן נײַעם אָרט, וואָס האָט גרויסע פֿענצטער וועלכע קוקן אַרויס אויפֿן טײַך, "איסט־ריווער". ער זוכט וואָלונטירן, וואָס קענען אים העלפֿן אויספּאַקן די ביכער פֿון די קעסטלעך, און זיי אויססדרן אויף די פּאָליצעס. גיט אים אַ קלונג, אויב איר קענט, כּדי צולייגן אַ האַנט, אָדער צוצוקומען און קויפֿן נײַע און אַלטע ייִדישע ביכער.
מיטן שליסן זיך פֿונעם "ייִדישן ביכער־צענטער" בײַם "אַרבעטער־רינג", איז דער "ציקאָ" געבליבן די איינציקע ייִדיש־שפּראַכיקע ביכערקראָם אין ניו־יאָרק און אַ חוץ דעם "ביכער־צענטער" אין אַמהערסט, אפֿשר די איינציקע ייִדישע ביכערקראָם אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. "ציק״אָ" וועט אין דער צוקונפֿט אויך רעגולער אָרגאַניזירן פֿאָרלייענונגען און אויספֿאַרקויפֿן פֿאַרן ברייטערן עולם.
|
|
|
דער אַרגענטינער ייִוו״אָ דיגיטאַליזירט זײַנע רעקאָרדירונגען
דאָנערשטיק, דעם 10טן מײַ, האָט דער אַרגענטינער "ייִוו״אָ" אין בוענאָס־אײַרעס צוגעשטעלט דער אָרטיקער ייִדישער קהילה מוסטערן פֿונעם אָנגייענדיקן פּראָיעקט צו דיגיטאַליזירן די אַלטע, היסטאָרישע רעקאָרדירונגען און אימאַזשן, וועלכע ליגן אינעם ייִוו״אָ־אַרכיוו. דער עולם האָט געקענט הערן אַלטע פּלאַטעס און זען אַלטע פֿילמען און ווידעאָס. מיטן ציל אויפֿצוהיטן און מאַכן צוטריטלעך די גרויסע קלאַנג־, פֿאָטאָ־ און פֿילם־זאַמלונגען קאָפּירט דער ייִוו״אָ די מאַטעריאַלן אין אַ דיגיטאַלישער פֿאָרעם. לכּבֿוד יום־העצמאות אין מדינת־ישׂראל, וואָס איז נישט לאַנג צוריק געפֿײַערט געוואָרן, האָט מען בײַ דער געלעגנהייט באַשלאָסן צו שטעלן דעם טראָפּ אויף די אַלטע רעקאָרדירונגען מיט אַ שײַכות צו ישׂראל. די אונטערנעמונג איז אָרגאַניזירט געוואָרן בשותּפֿות מיט דער "אַרגענטינער ציוניסטישער אָרגאַניזאַציע".
אינעם אַרכיוו פֿונעם אַרגענטינער ייִוו״אָ געפֿינען זיך רעקאָרדירונגען פֿון פּאָפּולערער אַרגענטינער ייִדישער מוזיק אויף ייִדיש און אַנדערע שפּראַכן, חנזות, פּערזענלעכע טאַשמעס, און אויך רעקאָרדירונגען פֿון קהילה־אַקטיוויטעטן. די אָריגינעלע רעקאָרדירונגען זענען פֿאַרשריבן געוואָרן אויף פֿאַרשיידענע מינים מאַטעריאַלן: אַלטע צילינדערס, פּלאַטעס, שפּולקעס, טאַשמעס, ווי אויך פֿילמען און ווידעאָס.
בײַ דער אונטערנעמונג האָט מען געוואָלט אַרויסהייבן די אייגנאַרטיקע באַציִונגען צווישן ישׂראל און דער ייִדיש־רעדנדיקער באַפֿעלקערונג פֿון דרום־אַמעריקע במשך פֿון צענדליקער יאָרן, פֿון נאָך פֿאַר דער גרינדונג פֿון ישׂראל אין 1948. מע האָט געקענט הערן לידער און מאָנאָלאָגן אַרויסגעגעבן פֿון דער פּלאַטע־פֿירמע "פּאַלעסטינע עלעקטריק־רעקאָרדיר־פֿירמע", נײַעס־באַריכטן פֿון דער ראַדיאָ־סטאַנציע "קול ציון לאַגאָלאַ", אַלטע אַרגענטינער ראַדיאָ־טראַנסמיסיעס פֿון "ראַדיאָ לעאָן" און זען אַ קורצן פֿילם געשאַפֿן לכּבֿוד דעם 10־יאָריקן יוביליי פֿון דער מדינה.