חורבן

די אויפֿשריפֿט אויף דער מצבֿה פֿון די זשעטל־קדושים
די אויפֿשריפֿט אויף דער מצבֿה פֿון די זשעטל־קדושים
מאָנטיק, דעם 14טן מײַ, וועלן די רעשטלעך פֿון מײַן היימשטעטל זשעטל אָפּמערקן דעם 70סטן יאָרצײַט נאָכן חורבן. די הזכּרה וועט פֿאָרקומען אין תּל־אָבֿיבֿ, אין "בית־ציונה אַמריקה". יעדעס יאָר מערקן מיר אָפּ די יאָרצײַטן און די דאַטעס פֿון די שחיטות און אומקום פֿון אונדזערע משפּחות; דעם חורבן פֿון אַ דריטל פֿון אונדזער פֿאָלק.
די יאָרן לויפֿן פֿאַרבײַ, און עס ווערט פֿאַרנעפּלט און פֿאַרטונקלט די שאַרפֿקייט פֿון אונדזער זכּרון, דאָס געדענקען די טרויעריקע געשעענישן און איבערלעבונגען פֿון דער פֿאַרגאַנגענהייט, פֿון 70 יאָר צוריק... דערפֿאַר טאַקע זענען פֿאַר אונדז — די נאָך לעבן־געבליבענע פֿון יענע טראַגישע יאָרן — וויכטיק זיך צו טרעפֿן מיט אונדזערע קינדער און אייניקלעך, און זיי איבערגעבן דעם לעצטן אָנזאָג פֿון די אומגעבראַכטע קרבנות פֿון חורבן: זכרו — פֿאַרגעסט ניט וואָס די דײַטשע מערדער און זייערע קריסטלעכע אַרויסהעלפֿער האָבן געטאָן צו אונדזערע משפּחות, צו אונדזערע היימען בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. געדענקט זייער הייליקן אָנדענק!
אין דער רשימה פֿון די חרובֿע שטעט און שטעטלעך געפֿינט זיך מײַן אייגנאַרטיק היימשטעטל זשעטל, וואָס געהערט איצט צו ווײַסרוסלאַנד, בשכנות מיט די געוועזענע גרעסערע באַוווּסטע ייִדישע קהילות, ווי נאָוואָגרודעק, ווילנע, לידע, סלאָנים און באַראַנאָוויטש.
דורות־לאַנג האָט אין זשעטל עקזיסטירט אַ שטאַרק אַקטיווע נעץ פֿון געזעלשאַפֿטלעכע אינסטיטוציעס, שולן, חבֿרות און פּאַרטייען, וואָס זענען געווען אַ שם־דבֿר אין אַמאָליקן צאַרישן רוסלאַנד און שפּעטער אין דער באַפֿרײַטער פּוילישער רעפּובליק. אין דעם דאָזיקן קליינעם שטעטל זענען געבוירן געוואָרן באַקאַנטע שעפֿערישע פּערזענלעכקייטן, רבנים, ייִדישע שרײַבער און פּאָעטן, וועלכע זענען געווען באַרימט איבער דער גאָרער ייִדישער וועלט.
אין יאָר 1889 איז דאָרטן געבוירן געוואָרן ר׳ ישׂראל־מאיר הכּהן, וועלכער איז באַוווּסט געווען אונטער זײַן פּען־נאָמען "חפֿץ־חיים". אין זײַנע יונגע יאָרן האָט זײַן משפּחה זיך איבערגעקליבן קיין ראַדין, וווּ ער האָט געגרינדעט די וועלט־באַרימטע ישיבֿה, מיט אירע ישיבֿה־בחורים. דאָרט האָט ער מחבר געווען וויכטיקע ספֿרים.
אין זשעטל איז אויך געבוירן געוואָרן יעקבֿ קראַנץ, וועלכער האָט שפּעטער געוווינט אין דער שטאָט דובנע, וואָלינער געגנט, ער איז באַקאַנט געווען ווי דער "דובנער מגיד". אַ סך יאָרן האָט אַמטירט אין זשעטל הרבֿ זלמן סאָראָצקין, וועלכער איז געווען דער פֿירער פֿון "אַגודה" אין פּוילן, און שפּעטער אין ארץ־ישׂראל; ער האָט אויך אַרויסגעגעבן אַ צאָל וויכטיקע השׂכּלה־ספֿרים.
אין זשעטל זענען געבוירן געוואָרן די שרײַבער מנחם־מענדל מערינסקי, בן־אַבֿיגדור שאַלקאָוויטש, יהושע אײַזענשטאַט־ברזילי, און דער ייִדישער פּאָעט משה דילאָן.
ביז דעם אויסבראָך פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט אין זשעטל עקזיסטירט אַ תּרבות־שול, אַ ייִדישע פֿאָלקשול און אַ רעליגיעזער חדר, וווּ עס האָבן במשך פֿון לאַנגע יאָרן געלערנט ייִדישע קינדער פֿון שטעטל.
אין זשעטל האָבן געלעבט וויכטיקע ציוניסטישע עסקנים, אַקטיווע "חובֿבֿי־ציון"־מיטגלידער און העלדישע רעוואָלוציאָנערן אין די אַנטי־צאַרישע רעוואָלוציעס.

דער אָנהייב פֿון חורבן־זשעטל

דעם 17טן סעפּטעמבער 1939 איז זשעטל אָקופּירט געוואָרן דורך די סאָוועטישע כּוחות. צוויי יאָר האָבן די זשעטלער ייִדן אויסגעמיטן דעם בלוטיקן רעזשים פֿון היטלעריזם, וואָס האָט שוין עקזיסטירט אין דער אָקופּירטער, דורך די דײַטשן, פּוילן.
די סאָוועטן האָבן אונטערדריקט דאָס גאַנצע קהילה־לעבן. די ייִדישע שולן זענען פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין סאָוועטישע, די בתּי־מדרשים זענען געוואָרן תּבֿואה־שפּײַכלער און גאַראַזשן. די זשעטלער ייִדן זענען אַרײַנגעצויגן געוואָרן אין דער סאָוועטישער, פּאָליטישער מאַשין, אָבער ניט אויף לאַנג.
אין חודש יוני 1941 האָט נאַצי־דײַטשלאַנד געבראָכן דעם "מאָלאָטאָוו־ריבענטראָפּ"־פּאַקט. זי באַפֿאַלט סאָוועט־ווײַסרוסלאַנד און איז אויפֿן וועג קיין מאָסקווע.

דער דאָזיקער שטיין געפֿינט זיך אין דער חורבן־הייל אויפֿן ציון־באַרג אין ירושלים
דער דאָזיקער שטיין געפֿינט זיך אין דער חורבן־הייל אויפֿן ציון־באַרג אין ירושלים
שוין אין די ערשטע טעג פֿון דער אָקופּאַציע הייבן די דײַטשן אָן זייער בלוטיקע אויסראָטונג־אַקציע צווישן די ייִדן אין זשעטל. צום ערשטנס פֿאַרזאַמלען זיי ייִדישע מענער אויפֿן זשעטלער מאַרקפּלאַץ, און מיט דער הילף פֿון אַ שוין־צוגעגרייטער רשימה מאַכן זיי אַ סעלעקציע. זיי קלײַבן אויס 120 חשובֿע כּלל־טוער, רבנים, דאָקטוירים, לערער, אַדוואָקאַטן, סוחרים און פֿאַרשיידענע פֿאַכמענער און טרײַבן זיי אַרויף אויף צוגעגרייטע לאַסטאויטאָס. צווישן זיי איז אויך געווען מײַן פֿאָטער. מײַן עלטערע שוועסטער שפֿרה, וועלכע האָט דאַן געאַרבעט ווי אַ קראַנקן־שוועסטער אין זשעטלער שפּיטאָל, איז הערנדיק וואָס ס׳געשעט אויפֿן מאַרקפּלאַץ, שנעל געלאָפֿן אַהין כּדי צו ראַטעווען דעם טאַטן. זי איז צוגעגאַנגען צום דײַטשישן אָפֿיציר און מיט ביטער געוויין געבעטן ער זאָל באַפֿרײַען דעם טאַטן. אַ קריסטין, וועלכע איז געזעסן בײַם טיש, האָט געזאָגט צום דײַטש: "נעם זי אויך, זי איז אַ קאָמוניסטין". דער דײַטש האָט זי געפֿאָלגט. ער האָט באַפֿרײַט דעם טאַטן און אַרויפֿגעטריבן מײַן שוועסטער אויפֿן לאַסטאויטאָ אַנשטאָט אים. אַזוי זענען די 119 מענער און 1 פֿרוי אַוועקגעפֿירט געוואָרן אין אַ דערבײַיִקן וואַלד אין נאָוואָגרודעק און מען האָט זיי אַלעמען דאָרטן אומגעבראַכט.
דער צוועק פֿון די היטלעריסטן איז געווען צו ליקווידירן די מעגלעכקייט פֿון אַ וועלכער נישט איז אָנפֿירערשאַפֿט אין דער ייִדישער קהילה, כּדי זי זאָל זײַן שוואַך און הילפֿלאָז צו שטעלן אַ ווידערשטאַנד, נאָר בלויז אויספֿירן אַלע זייערע באַפֿעלן און פֿאָדערונגען.

מען טרײַבט אונדז אַרײַן אין געטאָ

דעם 22סטן פֿעברואַר 1942 טרײַבט מען אַרײַן קרובֿ צו 5,000 ייִדן פֿון זשעטל און די אַרומיקע שטעטלעך, אין עטלעכע שמאָלע געסלעך — אין דער געשאַפֿענער געטאָ. טאָג־טעגלעך פֿלעגן גרופּעס אַרויסגיין צו דער אַרבעט אונטער אַ שטרענגער וואַך פֿון דער דײַטשער און לאָקאַלער פּאָליציי, צו פּראָדוצירן מאַטעריאַלן פֿאַר דער "ווערמאַכט". שפּעט אין אָוונט פֿלעגן זיי ווערן געבראַכט צוריק אין געטאָ אַרײַן, מידע און שטאַרק הונגעריקע.
די דײַטשן האָבן באַשטימט דעם אַדוואָקאַט אַלטער דוואָרעצקי ווי דעם פֿאָרזיצער פֿון "יודענראַט", וואָס האָט געדאַרפֿט אויספֿירן זייערע באַפֿעלן און פֿאַרשיידענע באַשטעלונגען און פֿאָדערונגען לגבי די ייִדן אין געטאָ.
אַלטער איז געווען אַן ענערגישער און קלוגער מענטש. ער האָט געוווּסט ווי אַזוי צו האַנדלען מיט די דײַטשן, כּדי צו פֿאַרמינערן די סכּנות וואָס האָבן געלויערט אויף זיי.
אָבער אין געהיים האָט ער אָרגאַניזירט אַ גרופּע יוגנטלעכע און זיי צוגעגרייט צו שטעלן אַ באַוואָפֿנטן ווידערשטאַנד, ווען די דײַטשן וועלן אין אַ געוויסן טאָג קומען צו ליקווידירן אַלע ייִדן פֿון געטאָ.
דורך פֿאַרשיידענע אופֿנים האָט ער אײַנגעשאַפֿט פֿון די קריסטן פֿון אויסער דער געטאָ גראַנאַטן, ביקסן און טיילן פֿון געווער.

דאָס באַהאַלטן דעם געביין פֿון זשעטל־קדושים אין 1982 אויפֿן בית־העלמין אין חולון
דאָס באַהאַלטן דעם געביין פֿון זשעטל־קדושים אין 1982 אויפֿן בית־העלמין אין חולון

דאָס אַרײַנשמוגלען געווער אין געטאָ איז געווען פֿאַרבונדן מיט גרויס געפֿאַר, העלדישקייט און מסירת־נפֿש. פֿאַרשטעקט אונטער די מאַנטלען, באַהאַלטן אין אַ ברויט, אָדער אין אַ קויש מיט קאַרטאָפֿל, צוריקקומענדיק אין געטאָ אַרײַן. נאָך אַ טאָג אַרבעט אויף די שאָסייען און אין די וועלדער, האָבן די זשעטלער אונטערגרונט־חבֿרים מיטגעבראַכט מיט זיך פֿאַרשטעקט אין באַהעלטעניש עטלעכע גראַנאַטן און טיילן פֿון געווער. אָפֿט מאָל זוכנדיק אין די פּעקלעך האָבן די דײַטשן כּמעט אָנגערירט אַ קויל, אָדער אַ טייל פֿון אַ ביקס. יעדע ניט ריכטיקע באַוועגונג פֿון דעם "שמוגלער" אַליין, האָט אים געקענט אַרײַנברענגען אין אַ געפֿאַר און אײַנשטעלן זײַן לעבן, ניט נאָר פֿאַר זיך אַליין, נאָר פֿאַר דער גאַנצער געטאָ.

דער העלדישער טאַט פֿון שלום פּיאָלון

דעם 18טן אַפּריל 1942, אין דער פֿינצטערניש פֿון דער נאַכט האָט זיך דער יונגער שלום פּיאָלון, אַ פּליט פֿון אַ קליין שטעטל סלאַוואָטיטש, לובלינער געגנט, וועלכער איז צוזאַמען מיט זײַן שוועסטער שיינדל, פֿאַרוואָרפֿן געוואָרן קיין זשעטל אין יאָר 1940, זיך אַרויסגעשלײַכט פֿון צווישן די שטעכל־דראָטן מיט אַ זאַק אונטער זײַן אָרעם. ער האָט געדאַרפֿט אָנקומען צו אַ באַשטימטן פּלאַץ, וווּ ער האָט געדאַרפֿט טרעפֿן אַ פּויער מיט אַ זעקל קאַרטאָפֿל, אין וועלכן עס זענען געלעגן עטלעכע טיילן פֿון געווער.
מיט ציטערנדיקע הענט האָט שלום אַרויפֿגעוואָרפֿן דאָס זעקל אויף זײַנע אַקסלען און זיך געלאָזט שנעל גיין צוריק אין דער ריכטונג פֿון געטאָ.
פּלוצעם האָבן זיך פֿון צווישן די קוסטעס באַוויזן דײַטשישע זשאַנדאַרן מיט באַגנעטן אין זייערע הענט. זיי האָבן שוין געוואַרט אויף אים עטלעכע שעהען, לויט ווי עס האָט זיי פֿריִער צו וויסן געגעבן דער געוועזענער סאָוועטישער אָפֿיציר וואַניע, וועלכער האָט מיטגעאַרבעט מיט די דײַטשן און איז גלײַכצײַטיק געשטאַנען אין קאָנטאַקט אויך מיט דער ייִדישער אונטערגרונט־גרופּע אין זשעטלער געטאָ.
זיי האָבן געבראַכט שלום פּיאָלון אין דער זשאַנדאַרמעריע. מען האָט אים לאַנג געפּײַניקט ער זאָל אַרויסגעבן די נעמען פֿון זײַנע חבֿרים. ער האָט זיך אָבער ניט אונטערגעגעבן. מען האָט אים פֿאַרפּײַניקט צום טויט. פֿאַר זײַן טויט האָט ער נאָך באַוויזן אַרויסצוּוואַרפֿן דורכן פֿענצטער אַ צעטל געשריבן מיט זײַן אייגן בלוט" ..."זײַט רויִק, איך האָב אײַך ניט פֿאַרראַטן, אויב איר קענט ראַטעוועט זיך. נעמט נקמה פֿאַר מײַן בלוט!"
זײַנע חבֿרים פֿון דער אונטערגרונט־גרופּע זענען אַלע אַנטלאָפֿן אין וואַלד בראָש מיט אַלטער דוואָרעצקין. נאָך אַ קורצער צײַט זענען זיי אַלע אומגעקומען פֿון די הענט פֿון די קריסטלעכע, אַנטיסעמיטישע פּאַרטיזאַנער, וועלכע האָבן געהאַסט די ייִדן, פּונקט אַזוי ווי די דײַטשן. אין רעזולטאַט פֿון דער דאָזיקער געשעעניש האָבן די דײַטשן דעם 30סטן אַפּריל 1942 אויסגעפֿירט אין זשעטל די ערשטע שחיטה. עס זענען דערמאָרדעט געוואָרן 1,000 ייִדן.
די ענדגילטיקע ליקווידאַציע פֿון זשעטלער געטאָ איז פֿאָרגעקומען דעם 6טן אויגוסט 1942. איבער 3,000 ייִדן זענען מערדערלעך אומגעבראַכט געוואָרן.