אַרײַנקוקנדיק דעם 8טן מײַ אין די נײַעס, וואָס שייך ישׂראל, האָט זיך דערמאָנט דער פֿאַרשפּרייטער ייִדישער זאָג: "זײַט מיר נאָך נישט געזונט, מיר גייען נאָך נישט אַוועק!" — וואָס איז? בשתּיקה האָט "ליכּוד" געמאַכט אַ יד־אַחת מיט דער "קדימה"־פּאַרטיי, פּינקטלעכער געזאָגט, דער פֿירער פֿון "ליכּוד" נתניהו און דער נײַ־אָפּגעבאַקענער פֿירער פֿון "קדימה" מופֿז. דערמיט איז צונויפֿגעקלאַפּט געוואָרן אַ נײַע רעגירונג פֿון "נאַציאָנאַלער אייניקייט". אַנדערש געזאָגט, האָט ביבי נתניהו זיך באַוואָרנט צו בלײַבן בײַ דער מאַכט, אויב אַפֿילו ש"ס וועט פֿאַרלאָזן די ביז־איצטיקע קאָאַליציע, צוזאַמען מיט דער פּאַרטיי "ישׂראל־ביתנו".
נתניהו האָט נאָך פֿריִער געמאַכט פּרוּוון צו צעשאָקלען די "קדימה"־פּאַרטיי, וואָס נאָך אַריאל שרונס "אָפּשליסן זיך" פֿון דער וועלט, און אָלמערטס געכאַפּט ווערן אויף קאָרופּציע און שווינדלערײַ, זיך געקײַקלט באַרג־אַראָפּ פֿונעם פּאָליטישן מאַרק אין ישׂראל. איצט, נאָך ציפּי ליבֿניס מפּלה בײַ די "פּרײַמעריז" איז דער געוועזענער גענעראַל שאָול מופֿז אַרויף אויפֿן פֿערד. זײַן רײַטן אין שפּיץ פֿון דער "קאַדימה"־פּאַרטיי וואָלט נישט אָנגעגאַנגען לאַנג, אויב די כּנסת וואָלט טאַקע צעלאָזט געוואָרן. אָבער זײַן מיליטער־סטראַטעגישער חוש האָט אים און די פּאַרטיי געראַטעוועט צוליב דעם אומדערוואַרטן "יד־אַחד" מיט "ליכּוד".
נאָך נעכטן האָט מופֿז געמאַכט נתניהו מיט דער בלאָטע גלײַך. ווי עס זעט אָבער אויס, געהערט די "פּאָליטישע בלאָטע" צו דעם סאָרט בלאָטעס, וואָס מאַכן שטאַרקער די ביינער — סײַ בײַ דעם וואָס וואַרפֿט זי און סײַ בײַ יענעם, אין וועמען מע וואַרפֿט זי. מופֿז האָט אַ גרויסע דערפֿאַרונג אויף דעם פּאָליטישן "שלאַכטפֿעלד". אין 2005, האָט ער זיך געשוווירן מיט הימל און ערד אין זײַן געטרײַשאַפֿט צום "ליכּוד", אָבער ווי נאָר שרון האָט אים פֿאָרגעלייגט אַ מער וואַרעם ערטעלע אין זײַן נײַ־געשאַפֿענער "קדימה", האָט דער גענעראַל זיך באַלד אַריבערגעוואָרפֿן אין זײַן לאַגער. אויף דער מיליטערישע שפּראַך הייסט אַזאַ "מאַנעווער" — "דעזערטירונג"; זעט אויס, אויף דער פּאָליטישער שפּראַך קלינגט עס ווי "יד־אַחת".
די נאַכט פֿון "געהיימע פֿאַרהאַנדלונגען" האָט פּראַקטיש קיין שאָדן דער מאַכט נישט געבראַכט: ליבערמאַנס "ישׂראל־ביתנו" איז נישט קעגן אַזאַ "נאַציאָנאַלער אייניקונג", וואָס וועט אירע פּלענער מכּוח דעם "טל־געזעץ" נישט שטערן; צי וועלן די דעפּוטאַטן פֿון ש"ס זיך וועלן צעשיידן מיט זייערע פּאָזיציעס, איז דערווײַל אויך נישט קלאָר. זיך פֿאַרלאָזן אויף די נײַע וואַלן, איז שוין בעסער זיך האַלטן בײַ דעם וואָס מע האָט... דינגען קאָנען זיי זיך גוט, און ווײַטער זאָל זיך גאָט זאָרגן!
די נאַכט פֿון "געהיימע פֿאַרהאַנדלונגען" האָט אָבער אַרויסגעוויזן, אַז די איצטיקע ישׂראל־פֿירער, בראָש מיטן פּרעמיער־מיניסטער, ציטערן נישט אַזוי פֿאַר דער מדינה און פֿאָלק, ווי פֿאַר זייערע אייגענע קאַריערעס. נאָכן "יד־אַחת" ווערט שאָול מופֿז דער וויצע־פּרעמיער און באַקומט אַ מיניסטעריום־אַמט, אמת אָן אַ פּאָרטפֿעל, נאָר מיט אַלע פּריווילעגיעס. ער וועט אויך אַרײַנגיין, ווי אַ מיטגליד, אין דער מיניסטער־גרופּע וואָס באַהאַנדלט די פֿראַגעס פֿון פּאָליטיק און זיכערהייט. זײַנע פּאַרטיי־חבֿרים וועלן באַקומען עטלעכע פֿעטע פּאָזיציעס, אײַנגעשלאָסן אין דער קאָמיסיע פֿון אויסערלעכע ענינים, זיכערהייט און עקאָנאָמישע פֿראַגעס.
שטעלט זיך טאַקע די פֿראַגע: צי קאָנען זיך הײַנט, נאָך אַזאַ "נאַכט" די ישׂראלים פֿאַרלאָזן אויף די מענטשן, וועלכע זיי האָבן, אייגנטלעך, נישט אויסגעקליבן, נאָר וועלכע זײַנען געקומען צו דער מאַכט מיט קרומע וועגן פֿון געהיימע פֿאַרהאַנדלונגען און פּריווילעגירטע צוזאָגענישן.
אויף דעם אָרט וועלן מיר פֿאַרענדיקן אונדזער לייט־אַרטיקל, אָבער קיין פּונקט קאָנען מיר נישט שטעלן — גיי ווייס, וואָס פֿאַר אַ "יד־אַחת" ס’וועט נאָך געשלאָסן ווערן ביז מאָרגן?