|
|
|
Natan Sznaider.
Jewish Memory
and the Cosmopolitan Order.
Cambridge, UK: Polity, 2011.
ייִדן זײַנען אַ פֿאָלק פֿול מיט סתּירות׃ ווי מען זאָל זיי ניט באַשרײַבן אין אַלגעמיינע באַגריפֿן, וועט מען אַזוי אָדער אַנדערש עפּעס ניט טרעפֿן ריכטיק. דאָס נײַע בוך פֿונעם ישׂראלדיקן סאָציאָלאָג נתן שנײַדער מאַכט אַ נײַעם פּרוּוו אַרײַנצושרײַבן ייִדן אינעם אַלגעמיינעם גערעם פֿונעם מערבֿדיקן סאָציאַל־פּאָליטישן געדאַנק. שנײַדערס טעאָרעטישע אונטערנעמונג האָט אַ בולט פּראַקטישן ציל׃ צו געפֿינען אַן אָרט פֿאַר "די ייִדן" ווי אַ כּלל אין דער נײַער "אייראָפּעיִשער היים", וואָס האָט זיך אויסגעפֿורעמט נאָכן חורבן און נאָך דער מפּלה פֿון דער קאָמוניסטישער סיסטעם.
פֿאַרן וועגווײַזער אין זײַנע חקירות האָט שנײַדער גענומען די פֿיגור פֿון חנה אַרענדט, אַ דײַטשיש־אַמעריקאַניש־ייִדישע דענקערין, וואָס האָט פֿאַרמאָגט אַ היפּשע השפּעה סײַ אין אייראָפּע, סײַ אין אַמעריקע. זי פֿאַרקערפּערט די מאָדערנע ייִדישע סתּירותדיקייט׃ אַן אידעאָלאָגישע קעגנערין פֿון ציוניזם, איז זי געווען טיף פֿאַרטאָן אין דער ייִדישער וועלט־פּאָליטיק נאָך דער מלחמה. פֿאַר די דײַטשן האָט זי גערעדט ווי אַ קול־מבֿשׂר פֿונעם ייִדישן פֿאָלק, בעת פֿאַרן ייִדישן עולם האָט זי פֿאָרגעשטעלט די אייראָפּעיִשע אַלוועלטלעכקייט. איר אייגענע דערפֿאַרונג בעת די נאַציסטישע רדיפֿות אין דײַטשלאַנד און דעם חורבן, וואָס זי האָט איבערגעלעבט שוין אין אַמעריקע, האָט זי "צוריקגעבראַכט אין דער ייִדישער געשיכטע", זאָגט שנײַדער. אָבער דערבײַ האָט אַרענדט קריטיקירט די ריין־נאַציאָנאַלע לייזונג פֿון דער "ייִדישער פֿראַגע", וואָס זאָל מאַכן ייִדן אַ פֿאָלק ווי אַלע פֿעלקער.
אַרענדט האָט געקוקט אויף דער וועלט פֿונעם שטאַנדפּוקט פֿון אַן אייביקן היימלאָזן פּליט. זי האָט געהאַלטן, אַז די בעסטע פּאָליטישע פֿאָרעם איז אַ פֿעדעראַטיווע און פּלוראַליסטישע מלוכישקייט, וואָס אָנערקענט און באַשיצט די אונטערשיידן צווישן פֿעלקער, שפּראַכן און קולטורן, און באַזירט זיך אויף אַלגעמיינע פּרינציפּן פֿון רעכט און יושר. אָבער די פּראַקטישע קלאָץ־קשיא איז אַלע מאָל געווען די אייגענע׃ וואָס טוט מען מיט די ייִדן, ווי אַזוי פּאַסט מען זיי אַרײַן ווי אַ כּלל אינעם אַלגעמיינעם באַגריף פֿון "מענטשלעכקייט"?
שנײַדער פֿירט זײַן לייענער נאָך אַרענדטס מחשבֿה דורך די שאַרפֿזיניקע וויכּוחים אין אייראָפּע און אַמעריקע. זײַן סטיל איז קלאָר און זאַכלעך, בפֿרט ווען ער שרײַבט וועגן אַמעריקאַנער און מערבֿ־אייראָפּעיִשע דענקער, אויף וועלכע ער איז אַ ריכטיקער מומחה. אָבער ער ווערט גלײַך אויבערפֿלעכלעך ווען ער קומט צו מיזרח־אייראָפּע, און בפֿרט, צו ייִדיש. לפֿי דעם פּלאַן דאַרף די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדישע דערפֿאַרונג פֿאַרנעמען אַ חשובֿן אָרט אינעם בוך. אָבער שנײַדער האָט אין אַלגעמיין זייער קנאַפּע קענטענישן פֿון די מקורים און פֿאַרלאָזט זיך אויף פּאָפּולערע פּרעטענציעזע ביכער, ווי למשל, יורי סלעזקינס "דאָס ייִדישע יאָרהונדערט", וואָס דערקלערט די קאָמפּליצירטע און סתּירותדיקע געשיכטע פֿון מאָדערנעם ייִדנטום אויף אַ פּראָסט־פּשוטן אופֿן.
די חשובֿע פּערזענלעכקייטן פֿון דער מיזרח־אייראָפּעיִשער ייִדישער וועלט, ווי למשל, אבֿרהם סוצקעווער, מאַקס ווײַנרײַך און ברונאָ שולץ, פֿיגורירן ווי אַ מין מאַנעקינען, וואָס פֿאַרקערפּערן אַ געוויסע נייטיקע פֿונקציע אין שנײַדערס קאָנצעפּציע. דערבײַ פֿאַרמאָגן זיי ניט קיין אייגענעם חיות און רעדן ניט מיט קיין אייגענע ווערטער. אַפֿילו ווען שנײַדער באַרירט דעם ענין פֿון ייִדישער פֿילשפּראַכיקייט, וואָס ער האַלט פֿאַר אַ סימן־מובֿהק פֿונעם ייִדישן "קאָסמאָפּאָליטישן שטייגער", האָט ער גאָר ניט צו זאָגן וועגן ייִדיש.
שנײַדער רופֿט די אייראָפּעיִשע אינטעליגענץ צו באַטראַכטן פֿון דאָס נײַ די אידעיִשע יסודות פֿונעם "קאָסמאָפּאָליטישן שטייגער", וואָס איז געווען, לויט זײַן מיינונג, דער וויכטיקסטער צושטײַער פֿון ייִדישע אינטעלעקטואַלן אינעם אייראָפּעיִשן געדאַנק. אייראָפּע האָט באַקומען פֿון די יחידישע ייִדישע דענקער די וויכטיקסטע באַגריפֿן פֿון דער דאָזיקער קאָנצעפּציע, אָבער איינצײַטיק האָט זי איבערגעלאָזט פֿאַר די ייִדן — ווי אַ כּלל — קיין אָרט נישט אין אָט דעם ליבעראַלן וועלט־בילד.
שנײַדער ווײַזט אַרויס אַ סך חריפֿות און בקיאות ווען ער אַנאַליזירט, ווי אַזוי סײַ די לינקע און סײַ די רעכטע אייראָפּעיִשע דענקער האָבן באַזײַטיקט די ייִדן פֿון זייער באַגריף פֿון אייראָפּעיִשקייט. מען האָט פֿאָרגעשטעלט ייִדן ווי אַ ליטעראַרישע פֿיגור פֿון מעטאָנימיע, אַ מין רעטאָרישער בימקום פֿאַר דעם אַלגעמיינעם מענטשלעכן כּלל. דערבײַ זײַנען זיי אויסגערייניקט געוואָרן פֿון וואָסער ניט איז אייגענעם ייִדישן מהות.
צום שלוס פֿון זײַן חיבור קומט שנײַדער צו דער אָנגעווייטיקטער פּראָבלעם פֿון די באַציִונגען צווישן אייראָפּע און ישׂראל. ער באַטאָנט מיט ביטערער איראָניע, אַז "ישׂראל שטייט הײַנט פּנים־אל־פּנים מיט דער קאָסמאָפּאָליטישער אייראָפּע, וואָס נוצט די פֿאַרבאַהאַלטענע ייִדישע אינטעלעקטועלע יסודות, הגם, גאַנץ אָפֿט, האָט זי וועגן דעם קיין אַנונג ניט." די אייראָפּעיִשע קריטיק פֿון ישׂראל איז אין תּוך גענומען געוואָרן פֿון דער זעלביקער קריטיק פֿון נאַציאָנאַליזם, וואָס די אייראָפּעיִשע ייִדישע דענקער האָבן פֿאָרמולירט נאָך פֿאַר דער מלחמה.
שנײַדער טענהט, אַז אייראָפּע מוז אָנערקענען דעם ייִדישן צושטײַער ווי אַ וויכטיקן און אייגנאַרטיקן באַשטאַנדטייל פֿון דער אַלגעמיינער אייראָפּעיִשער ירושה און דערבײַ ניט אָפּלייקענען זײַן ייִדישן מהות. אָבער דאָס וועט זײַן מעגלעך נאָר אין דעם פֿאַל, ווען ייִדישע אינטעלעקטואַלן — אין אַמעריקע, אייראָפּע און ישׂראל — וועלן אַליין אָנערקענען זייער אייגענע ירושה, וואָס איז געשאַפֿן געוואָרן אויף ייִדיש. אויב עס איז יאָ פֿאַראַן אַ "קאָסמאָפּאָליטישער שטייגער", איז די ייִדיש־קולטור דער סאַמע בעסטער און סאַמע בולטער מוסטער דערפֿון, און דווקא דאָס וועט דינען ווי אַן "אַרײַנטריט־בילעט" אין דער ברייטער וועלט.