- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די צווייטע וועלט־מלחמה, מיט איר אינדוסטריעלער מאַשין פֿון אומקום, וואָס האָט אַוועקגעטראָגן צענדליקער מיליאָנען לעבנס, האָט נאָך דער מלחמה געצוווּנגען די וועלט־פֿירער צו באַטראַכטן אַנדערע קריטעריעס פֿון מענטשלעכער ציוויליזאַציע. אַזוי איז אין דער פּאָליטיק פֿון דער מערבֿ־וועלט אויפֿגעקומען די נײַע אידעאָלאָגיע פֿון אַ "הומאַניסטישן כאַראַקטער". דער הויכפּונקט אין דער דאָזיקער אידעאָלאָגיע ווערט אָנגערופֿן דאָס "מענטשלעכע לעבן"; נישט נאָר דאָס וווילזײַן פֿון דער מלוכה. נאָכן עסן זענען די רביצין און איך אַרויס אויף אַ שפּאַציר און ווען איך האָב באַמערקט וואָס פֿאַר אַ נס עס איז וואָס דער חב״ד קען אויסהאַלטן אַזוי פֿיל שליחות־הײַזער איבער דער וועלט, האָט זי געלאַכט און געענטפֿערט "הלוואי! יעדעס פּאָרפֿאָלק וואָס ווערט געשיקט אָנהייבן אַ חב״ד־הויז, דאַרף אַליין געפֿינען די פֿאָנדן זיך אויפֿצוהאַלטן. ברוך־השם, מיר האָבן זיך באַקענט מיט עטלעכע ברייטהאַרציקע ייִדן דאָ, אָבער קיין גרינגע אַרבעט איז עס נישט..." ערשט דעמאָלט האָב איך פֿאַרשטאַנען ווי שווער עס איז די אַרבעט נישט בלויז פֿון די חב״ד־שליחים, נאָר אויך פֿאַר זייערע פֿרויען. די פֿאַרגאַנגענע וואָך איז אין ניו־יאָרק פֿאָרגעקומען די יערלעכע קאָנפֿערענץ לכּבֿוד אָט די פֿרויען. כּמעט 3,000 שלוחותטעס פֿון 84 לענדער פֿון דער וועלט, אַרײַנגערעכנט פֿאַרוואָרפֿענע ווינקלען ווי טאַסמאַניע, וויעטנאַם און קינשאַסאַ, האָבן זיך באַטייליקט אינעם זעקס־טאָגיקן צוזאַמענפֿאָר, וואָס איז אויסגעקומען, ווי יעדעס יאָר, נאָענט צום יאָרצײַט פֿון דער רביצין חיה־מושקע שניאורסאָן, די פֿרוי פֿונעם לעצטן ליובאַוויטישער רבין, מנחם־מענדל שניאורסאָן. במשך פֿון דער וואָך האָבן רבנים, שול־דירעקטאָרן און גײַסטיקע רעדנער אָנגעפֿירט מיט פֿאַרשידענע קלאַסן און וואַרשטאַטן, כּדי צו געבן די שלוחותטעס חיזוק פֿאַר זייער אַרבעט, און מ׳איז אויך געפֿאָרן צום רבינס אוהל און דער רביצינס קבֿר. דערצו האָבן די שלוחותטעס געהאַט פֿאַרשידענע געלעגנהייטן זיך צו פֿאַרבינדן מיט אַנדערע דעלעגאַטינס איבער דער וועלט, און זיך צו זען מיט אַלטע גוטע פֿרײַנדינעס. די קאָנפֿערענץ איז דורכגעפֿירט געוואָרן אונטער דער אויפֿזיכט פֿונעם בילדונג־אָפּטייל פֿון חב״ד־ליובאַוויטש, "מרכּז לעניני חינוך". אַזאַ מזל האָט שוין געהאַט אָפּאַטאָשו — צו וווינען אין אַמעריקע, אָבער זײַן מער באַוווּסט און באַקומען מער כּבֿוד ערגעץ-וווּ. ס׳איז גענוג אַ קוק צו טאָן אויף די פֿאַרלעגער, וועלכע האָבן אַרויסגעגעבן זײַנע ייִדישע ביכער: ס׳רובֿ פֿון זיי טראָגן אויף זיך די נעמען פֿון שטעט אין פּוילן, ראַטנפֿאַרבאַנד און אַרגענטינע. מיט די איבערזעצונגען איז אויך אַזוי: דער ענגלישער נוסח פֿון זײַן קרוינווערק, "אין פּוילישע וועלדער" (1921), איז אַרויס אין יאָר 1938, דאָס הייסט, אין צען-פֿופֿנצן יאָר אַרום נאָך דעם ווי דער ראָמאַן איז שוין געווען צוטריטלעך דעם פּוילישן, רוסישן און אוקראַיִנישן לייענער. קיין חידוש ניט, אַז די אָפּאַטאָשו-קאָנפֿערענץ וועט פֿאָרקומען אויך ניט אין אַמעריקע, נאָר דווקא אין דײַטשלאַנד, אין דער בײַערישער שטאָט רעגענסבורג. צו פֿאַרשטיין, פֿאַר וואָס די אָנטיילנעמער פֿון דער קאָנפֿערענץ וועלן פֿאָרן אין יענער שטאָט, ניט ווײַט פֿון מינכען, דאַרף מען אַרײַנקוקן אין דער געשיכטע פֿון דעם ווי אַזוי ס׳איז באַנײַט געוואָרן דער אינטערעס צו אָט דעם וויכטיקן ייִדישן מחבר. Allison Schachter. דער אַמעריקאַנער ייִדישער קריטיקער ברוך ריווקין האָט מעטאַפֿאָריש באַשריבן די ייִדישע ליטעראַטור ווי אַ "כּמו־טעריטאָריע", אַ מין אויסגעטראַכטער שטח פֿון דער מאָדערנער ייִדישער גלות־עקזיסטענץ. די דאָזיקע אידעע ווערט אַנטוויקלט, מיט אַ גרויסער געניטשאַפֿט און וויסן, אינעם בוך פֿון עליסאָן שעכטער. דאָס בוך הייבט זיך אָן, ווי עס פּאַסט פֿאַר אַלע פֿאָרשונגען פֿון מאָדערנער ייִדישער קולטור, מיט מענדעלע, און דווקא מיט דער הקדמה צו זײַן לעצטן גרויסן אויטאָביאָגראַפֿישן ווערק "שלמה רב חיימס". די ערשטע ייִדישע לאַנדווירטשאַפֿטלעכע קאָלאָניעס אין דער רוסישער אימפּעריע זענען אויפֿגעקומען אינעם יאָר 1807. עטלעכע גרופּעס קאָלאָניסטן — דער עיקר, ווײַסרוסישע ליטוואַקעס — האָבן זיך באַזעצט אין דער כערסאָנער גובערניע, מיזרח־אוקראַיִנע, און פֿאַרלייגט דעם יסוד פֿון אַ גאַנצן קלאַס פֿון ייִדן־פּויערים. צום יאָר 1810, זענען אינעם דאָזיקן ראַיאָן שוין געווען נײַן ייִדישע לאַנדווירטשאַפֿטלעכע קאָלאָניעס, וווּ עס האָבן געוווינט שוין 3,640 תּושבֿים. נאָך עטלעכע גאָר שווערע יאָר פֿון מיגראַציע און באַהערשונג פֿונעם נײַעם לעבנס־שטייגער, האָט זיך אין אַ צאָל ייִדישע אַגריקולטור־קאָלאָניעס אַנטוויקלט אַ בליִענדיקע ווירטשאַפֿט. זייער דערפֿאָלג האָט צוגעצויגן דעם אינטערעס פֿון אַ צאָל פֿילאַנטראָפּן און טוער, לאַוו־דווקא אין רוסלאַנד, וועלכע האָבן פֿאָרגעלייגט אַריבערצוברענגען די ייִדישע פֿאַרמער פֿון מיזרח־אייראָפּע אין אַנדערע לענדער. אַ טייל אַזעלכע פּלענער זענען טאַקע פֿאַרווירקלעכט געוואָרן מיט מזל. למשל, באַראָן מאָריס דע הירש, אַ רײַכער דײַטשישער ייִד, האָט געשטיצט די אָרגאַניזאַציע פֿון ייִדישע פֿאַרמער־קאָלאָניעס אין אַרגענטינע, וווּ עס האָט זיך אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט געשאַפֿן אַן אוניקאַלע אייגנאַרטיקע קולטור פֿון ייִדישע "גאַוטשאָס". מיט אַ וואָך צוריק, האָבן מיר אָנגעהויבן לייענען וועגן דעם אויפֿבוי פֿונעם מישכּן. ווי מיר האָבן דאָס באַטראַכט די פֿאַרגאַנגענע וואָך, האָט דער מישכּן מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַ דיאַמעטראַלן היפּוך פֿון די עגיפּטישע פּיראַמידן, וועלכע רעפּרעזענטירן די היעראַרכיע פֿון דער מיצרישער מאַכט, אונטער וועלכער די ייִדן האָבן געמוזט אויספֿירן די שקלאַפֿן־אַרבעט אין מצרים. מיר האָבן דערלעבט אַ צײַט, אַז עס איז שוין ניט נייטיק צו קומען פּערזענלעך צום כּותל־המערבֿי, כּדי דאָרטן צו דאַווענען אַ "שחרית", אַ מינחה" אָדער אַ "מעריבֿ", זיך אויסוויינען דאָס האַרץ צום רבונו־של־עולם, אַרײַנצולייגן אַ קוויטל מיט בקשות צווישן די שפּאַלטן און אַ קוש טאָן די אַלטע שטיינער פֿאַרן אַוועקגיין אַהיים... ביכער אויף פֿרעמדע שפּראַכן פֿאַרן ייִדיש־לייענער זשיל ראָזיע, דער דירעקטאָר פֿונעם "פּאַריזער ייִדיש־צענטער/מעדעם־ביבליאָטעק", האָט לעצטנס אַרויסגעלאָזט זײַן זעקסטן ראָמאַן אויף פֿראַנצויזיש: D‘Un Pays Sans Amour [פֿון אַ לאַנד אָן ליבע], אַ ווערק וואָס האָט אַ בפֿירושן ייִדיש־ליטעראַרישן אינהאַלט. דאָס ווערק קומט פֿאָר אין מיזרח־אייראָפּע אין דער תּקופֿה — אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט ביז די 1930ער יאָרן — און דערציילט וועגן פּיער, אַ בחור וואָס אַנטדעקט ייִדיש און די ייִדישע קולטור. ער שטעלט זיך אין פֿאַרבינדונג אין רוים מיט דער טאָכטער פֿונעם שרײַבער און פֿאָטאָגראַף אַלטער קאַציזנע, שולמית, וועלכע האָט אָנגעזאַמלט די גרעסטע ייִדישע ביבליאָטעק אויף דער וועלט. זי דערציילט אים וועגן דער ייִדישער ליטעראַרישער סבֿיבֿה אין וואַרשע פֿאַרן חורבן, וועגן די קאָלעגן־שרײַבער פֿון איר טאַטן, פּרץ מאַרקיש, אורי־צבֿי גרינבערג און מלך ראַוויטש, די רעדאַקטאָרן פֿונעם אַוואַנגאַרדישן זשורנאַל "כאַליאַסטרע". די פּורים־שפּילער אין שטעטל האָבן געוואָלט אויפֿטרעטן סײַ צו פֿאַרווײַלן דעם עולם, סײַ צו פֿאַרדינען. די אַקטיאָרן האָבן געשטאַמט פֿונעם אַרבעטער־קלאַס; פֿון די וואַרשטאַטן פֿון די בעל־מלאָכות, און אין טאָג פֿון פּורים האָט מען געקענט זיך אָנשטאָפּן די קעשענעס מיט געלט. האָט מען געשטעלט קורצע שפּילן, מע זאָל קענען גיין פֿון הויז צו הויז, און פֿאַרדינען וואָס מער געלט. אַ פֿײַנע באַשרײַבונג פֿון דער פּורים־שפּיל אין זײַן שטעטל, סײַ פֿונעם פּראָצעס פֿון רעפּעטירן די וואָכן פֿאַר פּורים, סײַ פֿון דער פֿאָרשטעלונג אַליין, גיט אונדז דער קאָמפּאָזיטאָר מיכל געלבאַרט אין זײַן בוך זכרונות "פֿון משוררים לעבן" (1942). אין יצחק שיפּערס "געשיכטע פֿון ייִדישער טעאַטער־קונסט און דראַמע" שטעלט דער מחבר זיך אָפּ אויפֿן פֿאַקט, אַז ס‘איז געווען אַן אַלטע טראַדיציע, אַז די יונגע משוררים, ווי געלבאַרט, האָבן אָפֿט פֿאָרגעשטעלט די פּורים־שפּיל אין שטעטל. געלבאַרט שרײַבט: שבת חנוכּה האָבן די משוררים זיך צונויפֿגעקומען — "מאָשקעלע הולטײַ, זעליקל קונצנמאַכער, הערשל בדחן, בערל דראָנג, און נאָך אַ פּאָר לצים, וואָס קענען זיך פֿאַרשטעלן און שפּילן טרעיאַטער..." כ׳האָב דאָך שוין געזען אַ שלל מיט פּיעסעס אין מײַן לעבן, וווּ מען שילדערט אַ שרעקלעך צוזאַמענלעבן פֿון אַ פּאָרפֿאָלק, וווּ מען לײַדט פֿון גרויס אָרעמקייט, וווּ דער טאַטע אַנטלויפֿט און לאָזט איבער אויף הפֿקר אַ שטוב מיט קליינוואַרג אָן אַ גראָשן געלט, וווּ אַ מיידל גליטשט זיך אויס און פֿאַלט אַרײַן אין שלעכטער געזעלשאַפֿט, וווּ דאָס לעבן הענגט אויף אַ האָר, משפּחה־סיכסוכים, אַן איבערפֿאַל, שיכּרות. אָבער אַזוינס ווי דער "רוסישער טראַנספּאָרט" האָב איך נאָך נישט געזען. אַנטקעגן וואָס זאָג איך עס? אַנטקעגן דעם וואָס מען האָט מיך געראַטן צו גיין זען די נײַע פֿאָרשטעלונג וואָס ווערט געשפּילט הײַנט אין ניו־יאָרק, אונטערן קעפּל "רוסישער טראַנספּאָרט." בין איך אַוועק און געזען, און געטראַכט וואָס ווייסן מיר וועגן דער רוסיש־ייִדישער כוואַליע, ווײַל ווי קען מען וויסן אַז מיר וווינען נישט אין "ברײַטאָן־ביטש," אָדער "קוני־אײַלענד־עוועניו," אָדער אין "שיפּסהעד־בײַ" אין ברוקלין, וווּ עס האָט זיך באַזעצט אַ רוסיש־ייִדישע באַפֿעלקערונג, פֿירן גרויסע און קלענערע געשעפֿטן אָדער לעבן גאָר פֿון דער אַמעריקאַנער קיצבֿה. קומט צו גיין אַ דראַמאַטורגין מיטן נאָמען עריקאַ שעפֿער, און שרײַבט אָן אַ קאַפּיטל "רויפֿלייש", דאָס הייסט — אַ שילדערונג אַזוי ווי זי גייט און שטייט, אָן באַפּוצונגען, אָן הינטער־קוליסן, ממש אַ רויען אַבסטראַקט פֿון אַ פּיעסע וואָס דאַרף ערשט געשריבן ווערן. וואָס מיין איך דערמיט צו זאָגן? זי שילדערט אַ מיאוס קאַפּיטל אין אונדזער ייִדישער סבֿיבֿה, אָן אַ טראָפּן ייִדישן אָפּשטאַם; וועגן אַ פֿאָלק וואָס האָט זיך טויזנטער יאָר אויסגעבריט אויף ייִדישער עטיק און מאָראַל, אויף ייִדישן המשך, אויף ייִדישן גײַסט. איז געקומען אַהער אַ פּראָסט פֿאָלק ייִדן שלא ידעו את יוסף. פֿאַרשטענדלעך, אַז איך וויל עס נישט פֿאַראַלגעמיינערן. לכּבֿוד דעם קאָמפּאָזיטאָר באָריס דובאָסאַרסקי אינעם בעסטן קאָנצערט־זאַל אין קעשענעוו, מיט אַ פּרעכטיקן אָרגל, האָט די קולטור־געזעלשאַפֿט פֿון דער שטאָט געפֿײַערט דעם 65סטן יוביליי פֿונעם באַקאַנטן קאָמפּאָזיטאָר, פֿידלער, פּראָפֿעסאָר פֿון דער מאָלדאַווישער מוזיק־אַקאַדעמיע, באָריס דובאָסאַרסקי. טײַערע חזנטע,
פּשרה
טײַערע פּשרה, |