פּערזענלעכקײטן
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

יוסף אָפּאַטאָשו
יוסף אָפּאַטאָשו
די טעג לייען איך אַ סך פֿאַרשיידענע זאַכן, געשריבן פֿון יוסף אָפּאַטאָשו (1886—1954) און וועגן אים. און איך בין גאָר ניט דער איינציקער מענטש, וואָס טראַכט איצט וועגן אָפּאַטאָשו. די סיבה איז זייער אַ פּשוטע: סוף אַפּריל וועט אין משך פֿון דרײַ טעג דורכגעפֿירט ווערן אַ קאָנפֿערענץ געווידמעט דעם לעבן און שאַפֿן פֿון אָט דעם, בשעתּו, ברייט באַקאַנטן ייִדישן שרײַבער. איך נוץ דאָס וואָרט "בשעתּו", ווײַל לעצטנס — אַ שטייגער, אין דעם איצטיקן יאָרהונדערט — איז וועגן אים זייער ווייניק אָנגעשריבן געוואָרן אויף ענגליש, כאָטש גלײַכצײַטיק זײַנען אַרויס זײַנע ביכער אויף רוסיש (אין 2011 — "אין פּוילישע וועלדער") און דײַטש (אין 2008 — "איין טאָג אין רעגענסבורג").
אַזאַ מזל האָט שוין געהאַט אָפּאַטאָשו — צו וווינען אין אַמעריקע, אָבער זײַן מער באַוווּסט און באַקומען מער כּבֿוד ערגעץ-וווּ. ס׳איז גענוג אַ קוק צו טאָן אויף די פֿאַרלעגער, וועלכע האָבן אַרויסגעגעבן זײַנע ייִדישע ביכער: ס׳רובֿ פֿון זיי טראָגן אויף זיך די נעמען פֿון שטעט אין פּוילן, ראַטנפֿאַרבאַנד און אַרגענטינע. מיט די איבערזעצונגען איז אויך אַזוי: דער ענגלישער נוסח פֿון זײַן קרוינווערק, "אין פּוילישע וועלדער" (1921), איז אַרויס אין יאָר 1938, דאָס הייסט, אין צען-פֿופֿנצן יאָר אַרום נאָך דעם ווי דער ראָמאַן איז שוין געווען צוטריטלעך דעם פּוילישן, רוסישן און אוקראַיִנישן לייענער. קיין חידוש ניט, אַז די אָפּאַטאָשו-קאָנפֿערענץ וועט פֿאָרקומען אויך ניט אין אַמעריקע, נאָר דווקא אין דײַטשלאַנד, אין דער בײַערישער שטאָט רעגענסבורג.
צו פֿאַרשטיין, פֿאַר וואָס די אָנטיילנעמער פֿון דער קאָנפֿערענץ וועלן פֿאָרן אין יענער שטאָט, ניט ווײַט פֿון מינכען, דאַרף מען אַרײַנקוקן אין דער געשיכטע פֿון דעם ווי אַזוי ס׳איז באַנײַט געוואָרן דער אינטערעס צו אָט דעם וויכטיקן ייִדישן מחבר.
דעם 13טן נאָוועמבער 2008 האָט מען אין רעגענסבורג פּרעזענטירט די ערשטע דײַטשישע איבערזעצונג פֿון אָפּאַטאָשוס בוך "אַ טאָג אין רעגענסבורג". די געשעענישן אין אָפּאַטאָשוס לענגערער היסטאָרישער דערציילונג קומען פֿאָר אין יאָר 1519. דער שרײַבער האָט געוואָלט איבערגעבן די אַטמאָספֿער און, טיילווײַז, אַפֿילו די שפּראַך פֿון אַשכּנזישן מיטלעלטער. אָנהייב 1930ער יאָרן, ווען דאָס ווערק איז געשאַפֿן געוואָרן, האָט דער סיפּור-המעשׂה וועגן די אַמאָליקע קריסטלעך-ייִדישע באַציִונגען געהאַט אַ מאָדערנעם אָפּקלאַנג, בפֿרט אין דײַטשלאַנד.
די דײַטשישע איבערזעצונג איז געווען אַ בײַ-פּראָדוקט פֿון דעם פּראָיעקט "מיזרח-אייראָפּעיִשע ייִדן אין ליטעראַטור און מאָלערײַ: מאַרק שאַגאַל", איבער וועלכן מע האָט געאַרבעט אין אינסטיטוט פֿון סלאַוויסטיק בײַם רעגענסבורגער אוניווערסיטעט. בראָש פֿון דעם דאָזיקן פּראָיעקט איז געשטאַנען דר. סאַבינע קאָלער, אַ קענערין פֿון רוסישער (און ניט בלויז רוסישער) ליטעראַרטור און קונסט.
די איבערזעצונג פֿון "אַ טאָג אין רעגענסבורג" האָט זי געמאַכט צוזאַמען מיט עוויטאַ וויצקי, וואָס האָט געלערנט ייִדיש מיט סטודענטן פֿונעם אוניווערסיטעט.
אָפּאַטאָשו און שאַגאַל זײַנען געווען נאָענטע פֿרײַנד. באַזונדערס האָבן זיי זיך געחבֿרט אין די יאָרן 1941—1947, ווען דער קינסטלער האָט געוווינט אין ניו-יאָרק. אָבער דער שרײַבער און דער קינסטלער האָבן געהאַט פֿרײַנדלעכע באַציִונגען אויך פֿריִער. ווי אַ באַווײַז פֿון דער פֿרײַנדשאַפֿט איז אין 1933 אַרויס די ערשטע אויפֿלאַגע פֿון "אַ טאָג אין רעגענסבורג". די הילע פֿאַר דער אויסגאַבע האָט געמאַכט שאַגאַל, וואָס איז געווען באַוווּסט ווי אַ מײַסטער פֿון הילעס פֿאַר ייִדישע ביכער און זשורנאַלן. אויף אָט דער פֿאַרבינדונג צווישן אָפּאַטאָשו און שאַגאַלן האָט זיך אָנגעשטויסן סאַבינע קאָלער, און אַזוי האָט זיך די גאַנצע מעשׂה פֿאַרדרייט.
און מיט דער פּרעזענטאַציע פֿון דער איבערזעצונג האָט זיך די גאַנצע מעשׂה ניט פֿאַרענדיקט. דעם 15טן פֿעברואַר 2009 האָט זיך אין רעגענסבורג געעפֿנט אַן אויסשטעלונג, וואָס איז געווען פֿאַרבונדן אי מיט אָפּאַטאָשוס בוך, אי מיט דער גאַנצער ייִדישער געשיכטע פֿון דער אַלטער דײַטשישער שטאָט בכלל. די אויסשטעלונג האָט באַזוכט דן אָפּאַטאָשו, יוסף אָפּאַטאָשוס אייניקל, וואָס איז גאַנץ אַקטיוו אין ייִדישע קרײַזן אין לאָס-אַנדזשעלעס.
איך בין שוין איצט זייער צופֿרידן מיט דער קומענדיקער קאָנפֿערענץ. און דערנאָך, האָף איך, וועט אַרויסגיין אַ באַנד, באַזירט אויף די רעפֿעראַטן. איך האָב גרויס הנאה פֿון דעם עצם פּראָצעס פֿון אַרבעטן איבער דער דאָזיקער טעמע, ווײַל "דורך" אָפּאַטאָשו קלאָרן זיך אויס אויך אַנדערע, אַלגעמיינע פֿראַגעס. למשל, איך פּרוּוו פֿאַרשטיין, פֿאַר וואָס אַזאַ מענטש ווי אָפּאַטאָשו, וועלכער האָט קיין מאָל ניט געהערט צו די קאָמוניסטן, איז געוואָרן אַ חסיד פֿונעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד און איז פֿאַרבליבן אַזאַ ביז אויגוסט 1939, ווען דער סאָוועטיש-דײַטשישער אָפּמאַך האָט פֿאַר אים, און ניט נאָר פֿאַר אים, געמאַכט עס אוממעגלעך. מיר דאַכט זיך אַפֿילו, אַז איך האָב מער אָדער ווייניקער אָנגעטאַפּט דעם ענטפֿער.
דאָס איז אַלץ גוט. און דאָך איז עס פֿונדעסטוועגן אַ פּאַראַדאָקס, וואָס אָפּאַטאָשו, אין תּוך אַרײַן אַן אַמעריקאַנער מחבר, וועט אַנאַליזירט ווערן ניט אין אַן אַמעריקאַנער אוניווערסיטעט. צוריק גערעדט, אפֿשר וועט די רעגענסבורגער צונויפֿקומעניש דורכלייגן אַ דרך פֿאַר אַ נײַער מאָדע, לויט וועלכער אַ קאָנפֿערענץ וועגן ה. לייוויקן וועט זיך אַ מאָל צונויפֿקלײַבן אין סיביר (ער האָט דאָך אַ בוך "אויף צאַרישער קאַטאָרגע") און וועגן פּרץ הירשביינען — אין אינדיע (ער האָט אַ בוך "אינדיע").