"משנכּנס אדר מרבין בשׂמח", און וואָס קען זײַן אַ גרעסערע שׂימחה בײַ ייִדן, ווי די פּורים־שפּיל? לאָמיר באַטראַכטן די פֿאַרשיידענע טעמעס פֿון דעם פֿאַרשפּרייטן און באַליבטן פֿאָלקלאָר־זשאַנער. אַפֿילו אין די תּלמודישע צײַטן האָט מען פּורים אײַנגעפֿירט פֿאַרשיידענע קאָמישע און ווילדע פֿאַרווײַלונגען. אָבער די ערשטע פּורים־שפּילן שטאַמען פֿון איטאַליע,אינעם 16טן יאָרהונדערט. די עלטסטע שפּילן האָבן טאַקע דראַמאַטיזירט מגילת־אסתּר, אָבער במשך פֿון די יאָרן האָט די געשיכטע פֿון יוסף און זײַנע ברידער, "מכירת יוסף" געוואָרן מער פּאָפּולער, און אין גאַליציע און בוקעווינע, האָט מען אַפֿילו נישט געזאָגט "פּורים־שפּילער", נאָר "יוסף־שפּילער" (אַרויסגערעדט "יאָסעף"). אין אַנדערע געגנטן האָבן אַנדערע טעמעס פֿאַרנומען דעם אויבן־אָן אין געוויסע תּקופֿות.
די פּורים־שפּילער אין שטעטל האָבן געוואָלט אויפֿטרעטן סײַ צו פֿאַרווײַלן דעם עולם, סײַ צו פֿאַרדינען. די אַקטיאָרן האָבן געשטאַמט פֿונעם אַרבעטער־קלאַס; פֿון די וואַרשטאַטן פֿון די בעל־מלאָכות, און אין טאָג פֿון פּורים האָט מען געקענט זיך אָנשטאָפּן די קעשענעס מיט געלט. האָט מען געשטעלט קורצע שפּילן, מע זאָל קענען גיין פֿון הויז צו הויז, און פֿאַרדינען וואָס מער געלט. אַ פֿײַנע באַשרײַבונג פֿון דער פּורים־שפּיל אין זײַן שטעטל, סײַ פֿונעם פּראָצעס פֿון רעפּעטירן די וואָכן פֿאַר פּורים, סײַ פֿון דער פֿאָרשטעלונג אַליין, גיט אונדז דער קאָמפּאָזיטאָר מיכל געלבאַרט אין זײַן בוך זכרונות "פֿון משוררים לעבן" (1942). אין יצחק שיפּערס "געשיכטע פֿון ייִדישער טעאַטער־קונסט און דראַמע" שטעלט דער מחבר זיך אָפּ אויפֿן פֿאַקט, אַז ס‘איז געווען אַן אַלטע טראַדיציע, אַז די יונגע משוררים, ווי געלבאַרט, האָבן אָפֿט פֿאָרגעשטעלט די פּורים־שפּיל אין שטעטל. געלבאַרט שרײַבט:
שבת חנוכּה האָבן די משוררים זיך צונויפֿגעקומען — "מאָשקעלע הולטײַ, זעליקל קונצנמאַכער, הערשל בדחן, בערל דראָנג, און נאָך אַ פּאָר לצים, וואָס קענען זיך פֿאַרשטעלן און שפּילן טרעיאַטער..."
געלבאַרט האָט זיי אויסגעלערנט "חנה און פּנינה מיט אירע זין", אַ דראַמע מיט געזאַנג, וועגן דער מאַמען פֿונעם ערשטן נבֿיא בײַ ייִדן, שמואל הנבֿיא.
"חנה און פּנינה" איז נישט קיין קאָמעדיע, אָבער ווען די בחורים האָבן געשפּילט די פֿרויען־ראָלעס — חנה, פּנינה און די הייבאַם — איז פֿון אַ דראַמע געוואָרן אַ קאָמעדיע. הערשל בדחן האָט געשפּילט גאָט — פֿאַר דער ראָלע האָט מען געניצט בויך־רעדערײַ, עס זאָל קלינגען ווי גאָט רעדט פֿון אַן אַנדער וועלט. די רעפּעטיציעס האָט מען געמאַכט שבת בײַ טאָג, און אַוועקגעשטעלט אַ היטער, קיינער זאָל נישט וויסן דערפֿון.
פּורים צו דער סעודה האָט די חבֿרה זיך געלאָזט גיין צווישן די הײַזער אָנגעשמירט מיט סאַזשע, מע זאָל זיי נישט דערקענען. צו ערשט איז מען געגאַנגען צום גרעסטן גבֿיר פֿון שטעטל, און נאָך אים, צו די אַנדערע גבֿירים. דער דראַמאַטישסטער מאָמענט אין דער שפּיל איז פֿאָרגעקומען ווען שמואל איז געבוירן געוואָרן — ווען דאָס עופֿעלע איז אַרויס, האָט עס שוין געהאַט אַ באָרד, געטראָגן אַ שטרײַמל, און געהאַלטן אַ שטעקן אין דער האַנט!
די שפּראַך פֿון די פּורים־שפּילן איז אָפֿט געווען דײַטשמעריש, וואָס האָט געמאַכט דעם רושם, אַז די שפּיל איז אַלט, און אַז די כאַראַקטערן פֿון תּנ״ך רעדן אַן אַלט, און געהויבן לשון. אין געלבאַרטס "חנה און פּנינה שפּיל" זינגט מען:
אַך דו ליבער גאָט, איך דאַנקע דיר,
וואָס דו האָסט מײַנע מוטער געעפֿנט איר טראַכט.
און מײַנע מוטער האָט מיר, יאָ מיר,
דעם ערשטן פּראָפֿעט אויף דיזער וועלט געבראַכט.
איציק מאַנגער האָט אַ ביסל געחוזקט פֿון דעם דײַטשמערישן סטיל אין זײַן "מגילה".
נאָך דער שפּיל האָבן די אַקטיאָרן זיך פֿאַרמאַכט אין דער שטוב בײַ איינעם פֿון די אָנטיילנעמער, דאָס קליינוואַרג פֿון דער גאַס וואָס איז זיי נאָכגעגאַנגען די גאַנצע צײַט, זאָל נישט אַרײַן. מע האָט זיך גענומען צו די גוטע עסנס און געלט וואָס מע האָט זיי צוגעטיילט. ערשט איצט האָט מען אָנגעהויבן די "אמתע שפּיל" און זיך נאָכגעקרימט די אַלע נגידים און זייערע משפּחות וווּ זיי זענען אויפֿגעטראָטן.
אינעם באַנד "פּורים־שפּילן" פֿון משה בערעגאָווסקי, וואָס איז געזאַמלט געוואָרן אין די 1930ער יאָרן, אָבער נישט געדרוקט געוואָרן ביז 2001, באַשטייט דער באַנד, דער עיקר, פֿון אַחשורוש־שפּילן און מגילת־אסתּר שפּילן און אַנדערע פּורים־שפּילן אויף תּנ״כישע טעמעס: שלמה המלך און אַשמדאַי, דוד און גלית, מכירת־יוסף, עקידת־יצחק און אַנדערע.
אָבער אינעם באַנד "ייִדישער פֿאָלקלאָר", וואָס דער ייִוואָ האָט אַרויסגעגעבן אין ווילנע אין 1938, קאָן מען לייענען פֿאַרשיידענע פּורים־שפּילן אויף נישט תּנ״כישע טעמעס: "דער חכם מיט דעם נאַר" (אַ לענגערער דיאַלאָג צווישן די צוויי) און אַ צווייטן "דער חכם מיטן נאַר" — אַ פּורים־שפּיל וואָס באַשטייט, דער עיקר, פֿון אַ דיאַלאָג צווישן אַ פּויליש־ייִדיש רעדנדיקן רבי און אַ דײַטש־רעדנדיקן זשאַנדאַר, און די שפּראַכלעכע אומפֿאַרשטייענישן צווישן די צוויי. אין די "רויבער־באַנדע־שפּילן" זינגט מען אויף פּויליש און ייִדיש, און קיין ייִדישן תּוכן איז בכלל נישטאָ. די "גזלן"־פּורים־שפּילן וואָלט מען אויך געקאָנט אָנרופֿן אַ טאַנץ, און איך האָב רעקאָרדירט אַזאַ טאַנץ־שפּיל בײַם ליטוואַק, שמואל ווײַס פֿון אַטלאַנטאַ, אַ לאַנג־יאָריקער אָנטיילנעמער אויף "יוגנטרופֿס" ייִדיש־וואָך. ווײַס האָט דערציילט, ווי ער האָט דאָס אויסגעשפּילט מיט זײַן מאַמען, נאָכמאַכנדיק די פּורים־שפּילערס. דער קרבן פֿונעם גזלן בעט בײַ אים:
נאַ דיר אַוועק מײַן לעצט שטיקל פֿיש,
לאָמעך נאָך זיצן אַ שעה בײַ מײַן טיש.
דער גזלן ענטפֿערט:
ניין, ניין, ניין! איך וויל נישט דײַן פֿיש,
כ‘לאָז דיך נישט זיצן אַ שעה בײַ דײַן טיש.
טי ראָזבאָיניק מאָלאָדיעץ,
יאַ ראָזבאָיניק מאָלאָדיעץ.
נאָך פֿיר אַזוינע קורצע דיאַלאָגן גיט ער דעם גזלן זײַן געלט און דער גזלן זאָגט שוין יאָ! און די צוויי טאַנצן שוין גליקלעך צוזאַמען אַרום און אַרום.
אינעם ייִוואָ־באַנד געפֿינט זיך אויך אַ "שנײַדער־שוסטער־שפּיל", "דער טאַטע מיטן זון", "רבינו גרשום־שפּיל", "די אײַנגעמויערטע פֿרוי" (אויך אָן אַ ייִדישן מאָטיוו) און "חסיד־דײַטש שפּיל".
פֿון די טיטלען פֿון די שפּילן זעט מען, אַז אין דער יום־טובֿדיקער שטימונג פֿון פּורים האָט מען אין דער עפֿנטלעכקייט באַהאַנדלט באַציִונגען צווישן קלאַסן און גרופּעס אין שטעטל, וואָס מע וואָלט אפֿשר אַ גאַנץ יאָר נישט אַרומגערעדט. די פּורים־שפּיל בײַ ייִדן, איז, זעט אויס, אַ סך מער קאָמפּליצירט, ווי פּשוט די מעשׂה פֿון דער מגילה.