מיט אַ וואָך צוריק, האָבן מיר אָנגעהויבן לייענען וועגן דעם אויפֿבוי פֿונעם מישכּן. ווי מיר האָבן דאָס באַטראַכט די פֿאַרגאַנגענע וואָך, האָט דער מישכּן מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַ דיאַמעטראַלן היפּוך פֿון די עגיפּטישע פּיראַמידן, וועלכע רעפּרעזענטירן די היעראַרכיע פֿון דער מיצרישער מאַכט, אונטער וועלכער די ייִדן האָבן געמוזט אויספֿירן די שקלאַפֿן־אַרבעט אין מצרים.
די פּיראַמידן זענען, בעצם, דענקמעלער פֿאַרן קולט פֿון פֿאַרשטאָרבענע פּרעהס, וועלכע האָבן געהאָפֿט צו פֿאַראייביקן זייער פּערזענלעכן זכרון דורך אַ ריזיקן און אייביקן שטיינערנעם בנין — אַ סימבאָל פֿון טויט און אומבאַוועגלעכקייט. להיפּוך, איז דער מישכּן געווען בפֿירוש אַ באַוועגלעכע און צײַטווײַליקע געבײַדע. מע האָט נישט געטאָרט אַרײַנקומען אַהין נאָך אַ קאָנטאַקט מיט אַ מת, כּדי אונטערצושטרײַכן, אַז דאָס דאָזיקע אָרט האָט סימבאָליזירט לעבן; די ייִדן האָבן עס מיטגעטראָגן בעת זייערע וואַנדערונגען אינעם מידבר, נאָך דער באַפֿרײַונג פֿון דער מיצרישער שקלאַפֿערײַ, ווי אַ סימבאָל פֿון אַ דינאַמישער, לעבעדיקער אַנטפּלעקונג פֿון ג־טלעכקייט דורך זייער עבֿודה.
פֿון אַלע פּרשיות אין דער תּורה קאָן מען אָפּלערנען אַן אייביקן לימוד. הגם דער מישכּן איז געשאַפֿן געוואָרן ווי אַ ספּעציעל "וווינונג־אָרט" פֿאַר דער הייליקער שכינה, שטייט אין די קבלה־ספֿרים, אַז די גאַנצע וועלט איז אַ פֿאַרקערפּערטע אַנטפּלעקונג פֿון ג־ט — הגם נישט יעדער מענטש און נישט תּמיד איז עס זוכה צו זען.
אַלע ייִדן האָבן זיך גלײַך באַטייליקט אינעם אויפֿבוי פֿונעם מישכּן. די חסידישע צדיקים דערקלערן, אַז דאָס מענטשלעכע אַחדות און ברידערלעכקייט איז גופֿא דאָס מיטל, וואָס פֿאַרוואַנדלט די גאַנצע וועלט אין איין גרויסן מישכּן.
הגם דער מישכּן איז געווען אַ צײַטווײַליק געצעלט, וועלכער האָט געדינט ווי אַ צענטער פֿון עבֿודת־השם פֿאַרן שטענדיקן בית־המיקדש, איז דאָרטן געווען אַ בפֿירוש דינאַמישער עלעמענט, וועלכער ווערט נאָך אַלץ באַטראַכט ווי אַ קלאַסישער סימבאָל פֿון ענערגישער באַוועגלעכקייט. וועגן דעם דאָזיקן עלעמענט גייט אַ רייד אין דער הײַנטיקער פּרשה.
"ואתּה תּצוה" — דער אייבערשטער האָט געהייסן משה־רבינו אָנצוזאָגן די ייִדן, זיי זאָלן ברענגען דעם ריינעם איילבערט־אייל, כּדי אָנצוצינדן אַ "נר־תּמיד" — אַן אייביקן לײַכטער אינעם מישכּן. דער דאָזיקער אויסדרוק איז אַליין אַן אינטערעסאַנטער בײַשפּיל פֿון דעם, ווי היפּוכדיקע פּרינציפּן פֿון שטענדיקייט און דינאַמישקייט קאָנען זיך צונויפֿפֿלעכטן אויף אַ קאָנסטרוקטיוון אופֿן.
דאָס פֿײַער פֿאַרשפּרייט זיך זייער גיך און שטאַרק און קאָן ברענגען אַ גרויסן היזק אין אַן אָרט, וווּ עס איז פֿאַראַן גענוג ברענשטאָף. דאָס איז אָבער איינע פֿון די סאַמע אומסטאַבילע און נישט פֿאָרויסזאָגלעכע זאַכן אין דער וועלט. מיט אַ וואָך צוריק האָבן מיר גערעדט וועגן דעם, ווי די סטרוקטור פֿונעם מישכּן רעפּרעזענטירט די האָריזאָנטאַלע, דינאַמישע באַציִונגען פֿון אַ געזונטער מענטשלעכער געזעלשאַפֿט, וווּ דאָס ג־טלעכע ליכט אַנטפּלעקט זיך דורך גלײַכקייט און סאָלידאַריטעט.
אינעם צענטער פֿונעם מישכּן האָט געברענט די מנורה — דער אייביקער לײַכטער, "נר־תּמיד", וועלכן די כּהנים האָבן געזאָלט יעדן טאָג צוגרייטן און אָנצינדן, כּדי אונטערצוהאַלטן דאָס פֿײַער. דורכפֿירנדיק ווײַטער די אַנאַלאָגיע צווישן דעם מישכּן און דעם מענטשלעכן ציבור, קאָן מען זאָגן, אַז אינעם האַרץ פֿון די מענטשלעכע באַציִונגען שטעקט דאָס אייביקע פֿײַער, וואָס ווערט פֿון צײַט צו צײַט פֿאַרלאָשן און ווערט כּסדר אָנגעצונדן פֿון ס׳נײַ.
אָן דעם אינטערלעכן פֿײַער, וואָלט די מענטשלעכע געזעלשאַפֿט נישט געקאָנט פֿונקציאָנירן אָדער, צום בעסטן, וואָלט זי אויסגעזען ווי אַ מישכּן אָן דער ברענענדיקער מנורה אינמיטן — אַ נישט אַקטואַלירט אָרט פֿאַר פּאָטענציעלער ג־טלעכער אַנטפּלעקונג. כּדי צו לעבן ווי געהעריק, בגשמיות און ברוחניות, מוזן די מענטשן זײַן לעבעדיק און פֿײַערדיק.
ווען ס׳איז פֿאַראַן צופֿיל "ברענשטאָף", איז עס אָבער אויך נישט גוט. אַ ציבור, וואָס ווערט צו שטאַרק "אָנגעהיצט", איז אומסטאַביל און קאָן אַפֿילו זײַן זעלבסט־דעסטרוקטיוו. הגם אַחדות און ליבשאַפֿט איז, ווי געזאָגט, די עיקר־כּלי פֿון ג־טלעכער אַנטפּלעקונג אין דער וועלט, זענען אין דער געשיכטע שוין געשען אַ סך פֿאַלן, ווען די מענטשן זענען באַגאַנגען כּלערליי ווילדע און אַפֿילו רוצחישע מעשׂים, מיינענדיק, אַז זיי טוען עס צוליב ליבשאַפֿט — צו אַ לאַנד, צו אַ פֿאָלק, צו אַן אידעע אָדער סתּם צוליב אַ געליבטער אָדער געליבטן.
בקיצור, כּדי די מענטשלעכע געזעלשאַפֿט זאָל זיך פֿירן און אַנטוויקלען ווי געהעריק, מוז אין איר האַרץ ברענען כּסדר אַ פֿײַער — אָבער בלויז מיט אַ געוויסן שׂכלדיקן סדר און אָן צופֿיל ברענשטאָף. די מנורה, ווי אַן אייביקער לײַכטער, ווײַזט אונדז, אַז אַ געמיש פֿון סדר און סטאַבילקייט מיט לעבעדיקייט און פֿײַערדיקייט קאָן ברענגען ליכט און חיות אינעם מענטשלעכן ציבור.
דער נאָמען פֿון דער הײַנטיקער סדרה, "תּצוה", שטאַמט פֿונעם זעלבן שורש, ווי דאָס וואָרט "מיצווה". אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע פּסוקים, וווּ עס שטייט בפֿירוש, אַז דער באַשעפֿער האָט עפּעס געהייסן משהן, הייבט זיך אָן די הײַנטיקע פּרשה מיטן אַן אָנאָנימען באַפֿעל: "און דו זאָלסט זיי אָנזאָגן" — "ואַתּה תּצוה".
ווי עס שטייט אין ספֿרי־חסידות, שטעלט מיט זיך פֿאָר דאָס וואָרט "מצוה" (אינעם טראַדיציאָנעלן לשון־קודשדיקן אויסלייג) אַ פֿאַרבאָרגענעם נאָמען פֿון אייבערשטן; די ערשטע צוויי אותיות פֿונעם דאָזיקן וואָרט — "מם" און "צדיק" — ווערן פֿאַרוואַנדלט אין די אותיות פֿונעם שם־השם — "יוד" און "הא" — אויב מע דרייט איבער דעם ייִדישן אַלף־בית, און מע באַזײַטיקט דעם "אַלף" מיט אַ "תּוו", דעם "בית" מיט אַ "שין", און אַזוי ווײַטער; אַזאַ קאָד איז באַקאַנט אין קבלה ווי "אַתּב״ש".
אַלע מיצוות — סײַ אינעם הלכהדיקן זין, סײַ טוענדיק פֿאַרשיידענע גוטע מעשׂים, וועלכע זענען נישט פֿאַרשריבן בפֿירוש אין קיין ספֿרים און קאָנען אַנטדעקט ווערן בלויז דורך אונדזער דירעקטער אינטויִטיווער דערפֿאַרונג — זענען נישט קיין "באַפֿעלן" אינעם בוכשטעבלעכן זין, נאָר פֿאַרשיידענע מיטלען, וועלכע העלפֿן אונדז צו אַנטפּלעקן ג־טלעכקייט אין זיך אַליין. אַן אַנאָנים קול פֿון משה רבינוס אייגענעם ג־טלעכן עצם האָט זיך פֿאַר אים אַנטפּלעקט ווי דער געדאַנק אָנצוצינדן די מנורה אינעם מישכּן.
ס׳איז גרינגער פֿאַר אונדז פֿאָרצושטעלן זיך דעם באַשעפֿער ווי אַן איבערמענטשלעכן כּוח, וואָס הערשט איבער דער וועלט "פֿון דרויסן" און ווערט אַנטפּלעקט בלויז פֿאַר משהן און אַ קנאַפּע צאָל אַנדערע גרויסע נבֿיאים. אין דער אמתן אָבער, שטעקט ג־טלעכקייט אין אונדזער אייגענעם טיפֿן עצם; מע מוז זיך אָבער אויסלערנען, ווי אַזוי צו קאָנטראָלירן דאָס פֿײַער פֿון אונדזערע פּערזענלעכע ג־טלעכע אַנטפּלעקונגען, ווי אַזוי אָנצוצינדן אין זיך נישט דעם ברען פֿון פֿאַלשע און דעסטרוקטיווע דמיונות, נאָר די אמתע הייליקע מנורה אינמיטן דעם "מישכּן" פֿונעם מענטשלעכן אַחדות.