אַ סצענע פֿון דער פֿאָרשטעלונג "רוסישער טראַנספּאָרט" |
כ׳האָב דאָך שוין געזען אַ שלל מיט פּיעסעס אין מײַן לעבן, וווּ מען שילדערט אַ שרעקלעך צוזאַמענלעבן פֿון אַ פּאָרפֿאָלק, וווּ מען לײַדט פֿון גרויס אָרעמקייט, וווּ דער טאַטע אַנטלויפֿט און לאָזט איבער אויף הפֿקר אַ שטוב מיט קליינוואַרג אָן אַ גראָשן געלט, וווּ אַ מיידל גליטשט זיך אויס און פֿאַלט אַרײַן אין שלעכטער געזעלשאַפֿט, וווּ דאָס לעבן הענגט אויף אַ האָר, משפּחה־סיכסוכים, אַן איבערפֿאַל, שיכּרות. אָבער אַזוינס ווי דער "רוסישער טראַנספּאָרט" האָב איך נאָך נישט געזען.
אַנטקעגן וואָס זאָג איך עס? אַנטקעגן דעם וואָס מען האָט מיך געראַטן צו גיין זען די נײַע פֿאָרשטעלונג וואָס ווערט געשפּילט הײַנט אין ניו־יאָרק, אונטערן קעפּל "רוסישער טראַנספּאָרט." בין איך אַוועק און געזען, און געטראַכט וואָס ווייסן מיר וועגן דער רוסיש־ייִדישער כוואַליע, ווײַל ווי קען מען וויסן אַז מיר וווינען נישט אין "ברײַטאָן־ביטש," אָדער "קוני־אײַלענד־עוועניו," אָדער אין "שיפּסהעד־בײַ" אין ברוקלין, וווּ עס האָט זיך באַזעצט אַ רוסיש־ייִדישע באַפֿעלקערונג, פֿירן גרויסע און קלענערע געשעפֿטן אָדער לעבן גאָר פֿון דער אַמעריקאַנער קיצבֿה.
קומט צו גיין אַ דראַמאַטורגין מיטן נאָמען עריקאַ שעפֿער, און שרײַבט אָן אַ קאַפּיטל "רויפֿלייש", דאָס הייסט — אַ שילדערונג אַזוי ווי זי גייט און שטייט, אָן באַפּוצונגען, אָן הינטער־קוליסן, ממש אַ רויען אַבסטראַקט פֿון אַ פּיעסע וואָס דאַרף ערשט געשריבן ווערן. וואָס מיין איך דערמיט צו זאָגן? זי שילדערט אַ מיאוס קאַפּיטל אין אונדזער ייִדישער סבֿיבֿה, אָן אַ טראָפּן ייִדישן אָפּשטאַם; וועגן אַ פֿאָלק וואָס האָט זיך טויזנטער יאָר אויסגעבריט אויף ייִדישער עטיק און מאָראַל, אויף ייִדישן המשך, אויף ייִדישן גײַסט. איז געקומען אַהער אַ פּראָסט פֿאָלק ייִדן שלא ידעו את יוסף. פֿאַרשטענדלעך, אַז איך וויל עס נישט פֿאַראַלגעמיינערן.
שילדערט מען דאָ אַ משפּחה, נײַע אימיגראַנטן פֿון רוסלאַנד, וואָס האָבן זיך באַזעצט אין "שיפּסהעד־ביי" אין ברוקלין. דאָס גאַנצע הויזגעזינד באַשטייט פֿון אַ טאַטן מישאַ (דניאל אָרעסקעס) וואָס איז פֿאַרנומען טאָג און נאַכט מיט אַ טעקסי־געשעפֿט, אַ מאַמע דיאַנאַ (זשענין גאַראָפֿאָלאָ) וואָס לײַדט געברענטע צרות פֿון אירע צוויי דערוואַקסענע קינדער, דעם 16־יאָריקן אַלעקס (רבֿיבֿ אולמאַן) און די 14־יאָריקע טאָכטער מיראַ (סאַראַ סטיל).
אין מיצקע דרינען לאָוויעט זיך אַרײַן אין שטוב דער מאַמעס ברודער באָריס (מאָרגאַן ספּעקטאָר) מיט אַ טשעמאָדאַנטשיק, ערשט אָנגעקומען פֿון רוסלאַנד. אַ מין זשיגאַלאָ פֿאַצעט, אַ געשליפֿענער גענגסטער, וואָס האַנדלט מיט נאַרקאָטיק און לעבעדיק פֿלייש; ס׳הייסט, ברענגט אַראָפּ מיידלעך אויף פּראָסטיטוציע.
דאָס ייִנגל פֿאַרדינט בײַ דער זײַט אַ פּאָר דאָלאַר און קיינער אין דער משפּחה הייבט נישט אָן צו וויסן מיט וואָס ער פֿאַרנעמט זיך. לעצטנס קומט ער אַהיים שפּעט בײַ נאַכט, ווען אַלע שלאָפֿן. דער חבֿרה־מאַן פֿאַרמאָגט אַ פּיסק אויף שרויפֿן, פֿול מיט רוסישן און אַמעריקאַנישן ניבול־פּה, אָבער אין תּוך גענומען, איז ער דאָ פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַן עכטן אַמעריקאַנער "טיניידזשער," ווײַל אַזוי רעדט מען דאָ, די יונגוואַרג, הייסט עס. מען רעדט אַנטקעגן דער מאַמען, דעם טאַטן, ווי זיי וואָלטן געווען אַ טייל פֿון דער חבֿרותא, אָן אַ ברעקל דרך־ארץ.
דאָס מיידל לייענט כאָטש גוטע ליטעראַטור. זי לערנט זיך, זי חלומט פֿון פֿאָרן אויף אַ לוסטרײַזע קיין איטאַליע, און חלומט פֿון געווינען אַ סטיפּענדיע פֿון איר שול. זי דאַרף אָבער צושטעלן אַלע דאָקומענטן פֿון די פֿאַרדינסטן פֿון די עלטערן, און דערצו שטימט די מאַמע לגמרי נישט אײַן.
דער כוליגאַנסקער ברודער, וואָס באַווײַזט זיך אין הויז ווי אַן אומגעבעטענער גאַסט, רעדט אײַן זײַן פּלימעניקל אַז ער האָט אַ געשעפֿט פֿאַר אים, און דאָס געשעפֿט באַשטייט פֿון טרײַבן אַ טעקסי און צושטעלן קאָנווערטן דער רוסישער מאַפֿיאַ. ער פֿאַרדינט דערבײַ גוט געלט, קומט אַהיים האַלבע נאַכט, טראָגט זיך אַרום מיט אַ רעוואָלווער ווי זײַן פֿעטער, און האָט נישט מורא פֿאַר קיין אָבלאַווע, ס׳הייסט, די פּאָליציי זאָל זיך חלילה נישט אַראָפּלאָזן אויף זיי, אָנטאָן קייטעלעך אַנשטאָט האַנט־זייגערלעך אויף די הענט, און אַרײַנוואַליען זיי אַלע אין דער חד־גדיא.
דאָס הויז גייט אויף רעדער. די מוטער ווייסט נישט וואָס ס׳קומט דאָ פֿאָר אָדער זי מאַכט זיך נישט וויסנדיק. דער פֿאָטער דערוויסט זיך מיט וואָס זײַן בן־יחיד האַנדלט, און אַז ער טראָגט זיך אַרום מיט אַ רעוואָלווער, וויל ער אים נישט נאָר הרגענען, נאָר קודם אַרויסשמײַסן פֿון הויז. די טאָכטער ווערט שיִער פֿאַרגוואַלדיקט פֿונעם פֿעטער, ווײַל זי ווייסט צו פֿיל און קען אפֿשר אויספּלאַפּלען דאָס אַלץ. מיט איין וואָרט, עס שמעקט מיט תּפֿיסה.
דער פֿעטער דערציילט איר, אַז אין רוסלאַנד איז דאָס לעבן אַזוי אײַנגעשטעלט אַז מ׳קען אָפּטאָן אַלץ וואָס אין קאָרט שטייט. דער עיקר, אַז מ׳גיט לאַפּוּווקע, כאַבאַר, אַז מ׳שמירט פֿאָרט מען. דאָרט איז אַ פֿאַרדאָרבענע וועלט פֿון קאָרופּציע, גנבֿה, גזילה, פּראָסטיטוציע און מאָרד.
נאָכן אָפּזיצן אַ שעה מיט אַ האַלב, צוקוקנדיק זיך וואָס עס קומט פֿאָר אויף דער בינע, די דעזינטעגראַציע און פֿאַרקריפּלונג פֿון אַ ייִדישער משפּחה וואָס פֿאַרמאָגט קיין טראָפּן שײַכות נישט צו ייִדן. אַלע זײַנען דאָ פֿאַרדאָרבן אַז ס׳נעמט אַזש אָן אַן עקל. נאָך אַלעמען, מיר זײַנען דאָך אויך געקומען פֿון דעם זעלבן רוסלאַנד, פֿון דער זעלבער טוכלער געזעלשאַפֿט; וועמען איז אָבער אײַנגעפֿאַלן אַראָפּצולאָזן זיך אין אַזאַ רינשטאָק פֿון לעבן? פֿאַרקערט, מיר האָבן זיך באַלד אַקלימאַטיזירט, אָפּגעזוכט אַ צוגענגלעכע פּרנסה און געפֿירט אַן ערלעך לעבן.
איך שטעל זיך פֿאָר, אַז אַזוינס פּאַסירט כּמעט מיט אַ יעדער אימיגראַנטישער כוואַליע, וואָס שפּאַרט אָן די אַמעריקאַנער ברעגעס. מסתּמא אַ קליינער טייל פֿון זיי לאָזט זיך אַראָפּ אין אָפּגרונט, פֿאַרוואַנדלען זיך אין אויסוואָרפֿן און אין אָפּפֿאַל פֿון דער געזעלשאַפֿט. אָבער ס׳רובֿ זײַנען גליקלעך צו לעבן אין אַ לאַנד וואָס גיט אַזוי פֿיל מעגלעכקייטן אַרויפֿצואַרבעטן זיך און אַמאָל טאַקע דערגרייכן דאָס טעלערל פֿון הימל.
די צרה מיט דער פּיעסע באַשטייט אין דעם, וואָס זי לאָזט זיך נישט אויסבילדן און זיך פֿאַרוואַנדלען אין אַ קינסטלעריש ווערק. דראַמאַטורגן דאַרפֿן קענען לכל־הפּחות זאַלבן די שפּראַך, אַפֿילו ווען ס׳האָט צו טאָן מיט די טיפֿענישן פֿון אָפּגרונט. דראַמאַטורגיע מוז קענען אַנטפּלעקן בילדעריש סצענעס פֿון וועלכע מ׳קען ווערן פֿאַרכאַפּט. דראַמאַטורגן דאַרפֿן אַרײַנאָטעמען אַ גײַסטיק געוועב אין יעדן וואָרט, אין יעדער באַוועגונג, אין יעדער מינע און אין יעדן פֿרישן געדאַנק.
אין דער פֿאָרשטעלונג וואָס האָט געהאַט צו טאָן מיט רוסישע אימיגראַנטן, איז פֿאַראַן אַ פּראָבלעם. די אַקטיאָרן קענען נישט קיין רוסיש און צעקאַליעטשען נישט נאָר די רוסישע שפּראַך, נאָר אויך די ענגלישע, רעדנדיק מיט אַ רוסישן אַקצענט. די ראָלע פֿון דער מאַמען שפּילט איינע פֿון די אָנגעזעענסטע אַקטריסעס אין אַמעריקע, זשענין גאַראָפֿאָלאָ. איך האַלט פֿון איר אַ וועלט. אירע פֿילמען און טעלעוויזיע־אויפֿטריטן לעבן אויף ווען זי באַווײַזט זיך. איז גיי ווייס אַז דאָ וועט מען איר דערלאַנגען אַ ראָלע וואָס פּאַסט איר ווי אַ הונט אַ פֿינפֿטן פֿוס. שוין זשע געפֿינען זיך נישט גענוג אַקטיאָרן צווישן די רוסן וואָס קענען אויספֿירן די ראָלעס אויטענטיש.
נישט וואָס די אַקטיאָרן טויגן נישט חלילה. די פֿינף שוישפּילער זײַנען דווקא באַגאַבט און טאַלאַנטירט און פּרוּוון מיט די לעצטע כּוחות אויספֿילן זייערע ראָלעס. יעדערער פֿון זיי ווײַזט אַרויס גוטע קוואַליטעט, נאָר דאָס לשון הרגעט זיי אַוועק. דער רעזשיסאָר (סקאַט עליאָט) האָט נישט באַוויזן זיי אָנצוזאָגן, אַז דיקציע און פּראָזשעקציע איז אַ וויכטיקער באַשטאַנד־טייל פֿון אַ פֿאָרשטעלונג. אַזוי, אַז זיי האָבן ס׳רובֿ פֿאַרשלונגען זייערע טעקסטן און געלאָזט דעם עולם דערגיין אַליין אין וואָס דאָ האַנדלט זיך. די דראַמאַטורגין האָט אַ סוזשעט, אַ טעקסט, אַן אויפֿטרייסלענדיק און שאָקירנדיק בילד פֿון אַ משפּחה. זי האָט אָבער נישט באַוויזן צו קומען צו אַ טאָלק, צו אַן אויספֿיר, צו אַ באַקליידונג אין וואָרט און אין געדאַנק, צו אַן אייגענעם אויספֿיר. אַזוי, אַז זי לאָזט איבער דעם עולם מיט אַן אָפֿן מויל און אַן אומפֿאַרשטענדלעכן אויספֿיר.
די בינע־דעקאָראַציע האָט צוגעשטעלט דערעק מעקליין, און ס׳איז אים דווקא געלונגען צונויפֿשטעלן אַ צוויי־שטאָקיקע דירה. די פּיעסע שפּילט אין "אייקאָרן־טהיעטער," 410 וועסט 42סטע גאַס. נאָך בילעטן ווענדט זיך 6200־239 (212), אָדער פֿאַרבינדט זיך מיט: