װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן


ביכער אויף פֿרעמדע שפּראַכן פֿאַרן ייִדיש־לייענער

זשיל ראָזיע, דער דירעקטאָר פֿונעם "פּאַריזער ייִדיש־צענטער/מעדעם־ביבליאָטעק", האָט לעצטנס אַרויסגעלאָזט זײַן זעקסטן ראָמאַן אויף פֿראַנצויזיש: D‘Un Pays Sans Amour [פֿון אַ לאַנד אָן ליבע], אַ ווערק וואָס האָט אַ בפֿירושן ייִדיש־ליטעראַרישן אינהאַלט. דאָס ווערק קומט פֿאָר אין מיזרח־אייראָפּע אין דער תּקופֿה — אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט ביז די 1930ער יאָרן — און דערציילט וועגן פּיער, אַ בחור וואָס אַנטדעקט ייִדיש און די ייִדישע קולטור. ער שטעלט זיך אין פֿאַרבינדונג אין רוים מיט דער טאָכטער פֿונעם שרײַבער און פֿאָטאָגראַף אַלטער קאַציזנע, שולמית, וועלכע האָט אָנגעזאַמלט די גרעסטע ייִדישע ביבליאָטעק אויף דער וועלט. זי דערציילט אים וועגן דער ייִדישער ליטעראַרישער סבֿיבֿה אין וואַרשע פֿאַרן חורבן, וועגן די קאָלעגן־שרײַבער פֿון איר טאַטן, פּרץ מאַרקיש, אורי־צבֿי גרינבערג און מלך ראַוויטש, די רעדאַקטאָרן פֿונעם אַוואַנגאַרדישן זשורנאַל "כאַליאַסטרע".
ביז הײַנט האָבן פֿאַרלאַגן אין זעקס אַנדערע שפּראַכן אָנגעהויבן דאָס איבערצוזעצן.


דער פּאָעט ירמיהו אַהרן טאַוב אין וואַשינגטאָן, האָט אַרויסגעלאָזט אַ זאַמלונג לידער אויף ענגליש און ייִדיש — Uncle Feygele. צווישן די לידער, וואָס זײַנען אָפּגעדרוקט געוואָרן סײַ אויף ענגליש, סײַ אויף ייִדיש, איז דאָס ליד "אַנשטאָט אַ מאַניפֿעסט".
ער האָט געעפֿנט די טיר מיט מורא.
אין אַזעלכע ענינים האָט דער טאַטע נישט געזשאַלעוועט
כאָטש דעמאָלט האָט מען דאָס אָנגערופֿן "ייִראה".
קיין רעש האָט די טיר נישט געמאַכט; גנבֿיש איז ער אַרײַן.
(די קונסט פֿון גנבֿישקייט האָט ער שוין,
פֿאַרשטייט זיך, באַהערשט.)

טאַוב איז אויפֿגעוואַקסן אין אַ חסידישער סבֿיבֿה און איז הײַנט אַ ביבליאָטעקער אינעם ייִדישן אָפּטייל אין דער נאַציאָנאַלער "קאָנגרעס־ביבליאָטעק". וועגן זײַנע וואָרצלען האָט ער אויך אין דער זאַמלונג; דאָס ליד "בענקשאַפֿט".
אין מײַן היימשטאָט
האָט אַ רו באַהערשט די פּוצערײַ.
שוואַרץ האָבן די מענער אויסגעקליבן;
די פֿרויען שטענדיק אין גרוי.
ווײַס איז געווען בײַ אונדז נישט קיין וואַריאַנט, נאָר אַ מין גאַנצקייט.

צו באַשטעלן דאָס בוך און צו באַקענען זיך מיט דעם אינטערעסאַנטן פּאָעט, גיט אַ קוק אויף זײַן וועבזײַט:
http://www.yataub.net/books.html



עלען (עתנה) קאַסעדי איז אַ באַקאַנטע זשורנאַליסטקע, פֿאָרשערין און שרײַבערין, און האָט אַרויסגעלאָזט אַ באַנד זכרונות, We Are Here: Memories of the Lithuanian Holocaust וואָס גיט זיך אָפּ אַ סך מיט איר אייגענער "אַנטדעקונג" פֿון ייִדיש. דאָס בוך הייבט זיך אָן מיט אירע איבערלעבונגען ווי אַ סטודענטקע אין דער ווילנער ייִדישער שפּראַך־פּראָגראַם. אינעם בוך שפּילט די ייִדישע שפּראַך אַ וויכטיקע ראָלע, בשעת זי באַקענט זיך נעענטער מיטן גורל פֿון די ליטווישע ייִדן.
צו באַשטעלן דאָס בוך, גיט אַ קוק אויף דער מחברטעס וועבזײַט: http://www.ellencassedy.com/

אין דער חסידישער וועלט

דער חסידישער פֿאַרלאַג ראָטה (Roth Publishers) אין מאָנסי, ניו־יאָרק, איז, זעט אויס, איינער פֿון די פּראָדוקטיווסטע פֿאַרלאַגן הײַנט פֿון ייִדישע ביכער. אויף זייער וועבזײַט קען מען קויפֿן די ביכער "אַ גוטער פּלאַץ", "אידיש (!) ווערטער־אוצר" מיט אַ גראַמאַטיק, "אַן אַנגענעמע רײַזע", "אַ באַזוך אין קיך", "שמואלי גייט צום דענטיסט" צווישן אַנדערע ביכער, געצילט פֿאַרן חסידישן לייענער.
צו באַטראַכטן דעם פֿולן קאַטאַלאָג, גיט אַ קוק אויף זייער וועבזײַט:
http://www.rothpublishers.com



אַקאַדעמישע ייִדיש־קאָנפֿערענצן

דיסלדאָרף, דײַטשלאַנד: דער 15טער סימפּאָזיום פֿון ייִדיש־שטודיעס אין דײַטשלאַנד, וועט פֿאָרקומען דעם 3טן ביזן 5טן סעפּטעמבער 2012, בײַם "הײַנריך הײַנע־אוניווערסיטעט" אין דיסלדאָרף. דער יערלעכער ייִדיש־סימפּאָזיום ווערט אָרגאַניזירט פֿון די ייִדיש־פּראָגראַמען אין די טריִער און דיסלדאָרפֿער אוניווערסיטעטן. דער הויפּט־ציל פֿונעם סימפּאָזיום איז צו געבן אַ געלעגנהייט צו די ייִדיש־סטודענטן און פֿאָרשער אין אייראָפּע פֿאָרצושטעלן זייערע פֿאָרש־אַרבעטן און זיך באַקענען מיט דער ייִדישער פֿאָרש־סבֿיבֿה. די רעפֿעראַטן מעג מען האַלטן אויף ייִדיש אָדער דײַטש.
אַלע וואָס האָבן אַן אינטערעס צו ייִדיש־שטודיעס ווערן פֿאַרבעטן זיך צו באַטייליקן. דער טערמין אַרײַנצושיקן אַ קיצור פֿונעם 20־מינוטיקן רעפֿעראַט איז דער 1טער אַפּריל 2012. צו באַקומען נאָך אינפֿאָרמאַציע, שרײַבט דורך בליצפּאָסט צו: jiddisch@phil.hu.de


לונד, שוועדן: די ייִדיש־קאַטעדרע אינעם לונדער אוניווערסיטעט אָרגאַניזירט, צום ערשטן מאָל, בשותּפֿות מיטן דיסלדאָרפֿער אוניווערסיטעט און אַמסטערדאַמער אוניווערסיטעט, דעם "אייראָפּעיִשן ייִדיש־אַקאַדעמישן וואַרשטאַט", וואָס וועט פֿאָרקומען פֿון 28סטן ביזן 30סטן אָקטאָבער, 2012. דער יערלעכער צוזאַמענקום וועט צונויפֿברענגען ייִנגערע און עלטערע ייִדיש־פֿאָרשער אין אייראָפּע, און וועט דעקן די געשיכטע פֿון דער ייִדישער קולטור פֿון די עלטסטע צײַטן ביזן הײַנטיקן טאָג.
די טעמעס וואָס דער "וואַרשטאַט" וועט אַרויסהייבן דאָס יאָר: "די ייִדישע קולטור נאָך 1945"; און "די אייראָפּעיִשע צענטערס פֿון דער ייִדישער קולטור אינעם 20סטן יאָרהונדערט". די רעפֿעראַטן קענען באַטראַכטן די טעמעס לינגוויסטיש, פֿאָלקלאָריסטיש, היסטאָריש און ליטעראַריש. דער טערמין אַרײַנצושיקן אַ טעמע אויף אַ רעפֿעראַט איז דער 15טער מײַ 2012.
שרײַבט צו פּראָפֿ׳ יאַן שוואַרץ צו באַקומען נאָך אינפֿאָרמאַציע: Jan.schwarz@sol.lu.se


באָסטאָן: בײַ דער חשובֿער און ריזיק־גרויסער אָרגאַניזאַציע Modern Languages Association, אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, איז דאָ אַן "אַמעריקאַנער אַסאָציאַציע פֿון ייִדיש־פּראָפֿעסאָרן", וועלכע אָרגאַניזירט עטלעכע סעסיעס אין שײַכות מיט דער ייִדישער ליטעראַטור. דאָס יאָר וועט די סעסיע זײַן אויף דער טעמע: "צוטריט צו דער מערבֿ־קולטור: דערפֿילונגען און אַנטוישונגען". די קאָנפֿערענץ וועט זיך טרעפֿן דעם 3טן ביזן 6טן יאַנואַר 2013. בלויז מיטגלידער פֿון דער MLA מעגן זיך באַטייליקן. שטעלט זיך אין פֿאַרבינדונג מיט פּראָפֿ׳ אַבֿרהם־מיכל אַסטראָ. דער טערמין איז דער 15טער מאַרץ, 2012. צו באַקומען נאָך אינפֿאָרמאַציע: aastro@trinity.edu