טײַערע חזנטע,
מײַן מאַן וויל האָבן אַ הונט, אָבער איך, נישט. געוויינטלעך לייזן מיר אַלע פּראָבלעמען דורך אַ פּשרה, אָבער ווי אַזוי דערגייט מען צו אַ פּשרה אין דעם פֿאַל? עס פֿאַלט אונדז גאָר נישט אײַן, ווי אַזוי מע קען פֿאַרהאַנדלען דעם ענין. אויב מיר באַקומען אַ הונט, ווערט דאָס אַ התחײַבֿות פֿון 10 ביז 15 יאָר. אויב מיר קריגן נישט קיין הונט — איז, מילא, האָבן מיר נישט קיין הונט. איך וויל נישט דאָס איבערקערעניש אין שטוב און נישט די הוצאות. ווי אַזוי זאָלן מיר דאָס מחלוקת לייזן?
פּשרה
טײַערע פּשרה,
איר האָט רעכט, אַז אין געוויסע סיטואַציעס איז נישטאָ קיין פּשרה. אָבער אויב אײַערע הויפּט־טענות קעגן באַקומען אַ הונט באַשטיין אין דער איבערקערעניש און אין די קאָסטן פֿון אַ הונט, קען מען, דאַכט זיך, יאָ געפֿינען אַ קאָמפּראָמיס. ווען אײַער מאַן וואָלט געקענט אויפֿהאַלטן אײַער סטאַנדאַרט פֿון רייניקייט, וואָלט איר געווען צופֿרידן? אויב נישט, איז נישטאָ וואָס צו רעדן ווײַטער. וואָס שייך די פֿינאַנצן — רעכנט אויס די הוצאות פֿון האַלטן און כאָווען אַ הונט, און אויב איר קענט זיך דאָס נישט פֿאַרגינען איצט, קענט איר אפֿשר עס טאָן איבער אַ יאָר. אפֿשר קען אײַער מאַן אַרבעטן נאָך אַ פּאָר שעה יעדע וואָך צו דעקן די קאָסטן פֿון אַ הונט. אויב איר ווילט נישט אָננעמען די פֿאָרגעלייגטע לייזונגען, קען אײַער מאַן אפֿשר אַרבעטן ווי אַ וואָלונטיר אין אַ חיה־האַרבעריק?
טײַערע חזנטע,
וואָס איך וועל שרײַבן וועט מסתּמא קלינגען קינדיש, ווײַל איך בין שוין 72 יאָר אַלט, אָבער איך לײַד פֿון קינאה. מײַן פֿרוי הערט מיך ווי דעם קאָטער; ווי איך וואָלט בכלל נישט געווען אויף דער וועלט. זי פֿאַרברענגט יעדן אָוונט בײַם שפּילן קאָרטן אָדער זי קוקט טעלעוויזיע מיט אירע חבֿרטעס. זי גיט אַכטונג אויף אונדזערע אייניקלעך יעדן סוף־וואָך און רעדט כּסדר מיט אונדזערע פֿינף קינדער אויפֿן טעלעפֿאָן. איך האָב ליב אונדזערע קינדער און אייניקלעך אויך, אָבער איך וויל זי זאָל זיך אָפּגעבן מיט מיר אַ ביסל! וואָס זאָל איך טאָן זי זאָל וואַרפֿן אַן אויג אין מײַן ווינקל פֿון צײַט צו צײַט? איך שעם זיך צו שרײַבן דעם בריוו.
טרויעריקער מאַן
טײַערער טרויעריקער מאַן,
איך וואָלט אײַך פֿאָרגעלייגט, איר ביידע זאָלט באַשטימען אַ טאָג, אָדער אַן אָוונט, אין דער וואָך, ווען איר וועט פֿאַרברענגען צוזאַמען און הנאה האָבן צוזאַמען — אַ וועטשערע, אַ קאָנצערט, אַ שפּאַציר אין פּאַרק. איר וואָלט אויך געקענט מיטגיין מיט איר ווען זי היט די אייניקלעך. מיר דאַכט, אַז איר וואָלט אויך גוט פֿאַרבראַכט אין דער דאָזיקער אונטערנעמונג. דערצו וואָלט איר ביידע צוזאַמענגעאַרבעט. מײַן לעצטע עצה, וואָלט געווען איר זאָלט רעדן מיט אײַער פֿרוי, און איר זאָגן ווי איר האָט ליב צו זײַן מיט איר, און, אַז איר ווילט פֿאַרברענגען מער צײַט צוזאַמען.
טײַערע חזנטע,
צי דאַרף איך שרײַבן אַ דאַנק־קאַרטל פֿאַר אַ מתּנה, וואָס איז מיר איבערגעגעבן געוואָרן בירושה?
עטיקעט
טײַערער "עטיקעט",
יאָ. מע קען קיין מאָל עמעצן נישט טאָן קיין עוולה, ווען מען איז צו העפֿלעך.
* * *
איר האָט שאלות אין "הלכות־ליבע?" שיקט אַ בריוו — אויף ייִדיש אָדער ענגליש — צו חזנטע סלעק:
HazzanAri@yahoo.com
אָדער
Cantors Office
10400 Wilshire Blvd
Los Angeles, CA 90024