די צווייטע וועלט־מלחמה, מיט איר אינדוסטריעלער מאַשין פֿון אומקום, וואָס האָט אַוועקגעטראָגן צענדליקער מיליאָנען לעבנס, האָט נאָך דער מלחמה געצוווּנגען די וועלט־פֿירער צו באַטראַכטן אַנדערע קריטעריעס פֿון מענטשלעכער ציוויליזאַציע. אַזוי איז אין דער פּאָליטיק פֿון דער מערבֿ־וועלט אויפֿגעקומען די נײַע אידעאָלאָגיע פֿון אַ "הומאַניסטישן כאַראַקטער". דער הויכפּונקט אין דער דאָזיקער אידעאָלאָגיע ווערט אָנגערופֿן דאָס "מענטשלעכע לעבן"; נישט נאָר דאָס וווילזײַן פֿון דער מלוכה.
אָט דער פּרינציפּ האָט צעשאָקלט די לאַנג־דויערנדיקע קאָלאָניאַלע סיסטעם אין די 1950ער יאָרן; דער דאָזיקער הומאַניטאַרער צוגאַנג איז געלעגן אויך אינעם יסוד פֿונעם קאַמף קעגן דעם אַזוי גערופֿענעם סאָציאַליסטישן לאַגער און זײַן צענטער — סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.
און עס האָט שוין אויסגעזען, נאָכן קראַך פֿון דעם סאָוועטישן מאָנסטער, אַז שוין — די אידעאָלאָגיע פֿון מענטשלעכקייט האָט, סוף־כּל־סוף, געזיגט. דער מענטש האָט פֿאַרשטאַנען, אַז העכערס און טײַערס פֿון זײַן לעבן האָט קיין שום וווילזײַן נישט די ווערט!
קומט דער 11טער סעפּטעמבער 2001. דער נײַער מילעניום ווערט געבוירן אונטער דער גרינער פֿאָן פֿון איסלאַמישן פֿונדאַמענטאַליזם. דער מערבֿ שפּרינג ממש אויף: "סטײַטש, מיר האָבן דאָך געבראַכט אַ נײַע אידעאָלאָגיע פֿון מענטשלעכקייט, פֿון שאַצן דאָס מענטשלעכע לעבן; און דאָ קריכט פֿון דער פֿינצטערניש אַרויס אַ נײַע אידעאָלאָגיע, וואָס פּריידיקט זעלבסטמאָרד לטובֿת אַללאַ און אַ כאָפּטע בתולות!" אַזוי גייט אַרײַן אין אונדזער טאָג־טעגלעכקייט דער טויטלעכער באַגריף "הייליקער דזשיהאַד".
פֿאַר דער מערבֿ־וועלט איז עס טאַקע געווען אַ נײַע דערשײַנונג, אָבער אין ישׂראל האָט מען שוין מיט דעם געלעבט נישט איין יאָר. נאָר וווּ איז ישׂראל און וווּ איז מערבֿ?! דער מערבֿ האָט אויך גאָרנישט אָפּגעלערנט פֿון דעם ישׂראלס צוריקצי פֿון לבֿנון, וווּ אויפֿן אָרט פֿון דעם לאָיאַלן כּוח אין דרום־לבֿנון, דער אַזוי גערופֿענער צד"ל־אַרמיי, איז געקומען דער מיליטאַנטישער "כעזבאָלאַ".
נאָכן 11טן סעפּטעמבער 2001 האָט דער מערבֿ זיך אַרײַנגעצויגן אין צוויי מלחמות — אַפֿגאַניסטאַן און איראַק — צו ברענגען אַהין די מערבֿדיקע קאָנסטיטוציע און די הומאַניסטישע אידעאָלאָגיע. אין די ביידע מיליטערישע קאַמפּאַניעס האָט דער מערבֿ געקראָגן אַ מפּלה. פֿון איראַק האָט מען שוין אַוועקגעטראָגן די פֿיס, און אין אַפֿגאַניסטאַן וועט עס, לאָמיר האָפֿן, געשען גאָר אין גיכן.
הײַנט איז אויפֿן סדר־היום איראַן מיט איר נוקלעאַרער פּראָגראַם. די סכּנה איז גרויס. און אויב פֿריִער, ווען די צוויי גרעסטע נוקלעאַרע מדינות, סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און די פֿאַראייניקטע שטאַטן — די צוויי סופּער־מאַכטן — האָבן אָפּגעהאַלטן צו לאָזן דאָס פֿאַרניכטונג־געווער אין גאַנג, אויס מורא פֿאַרן סוף; וועלן די אַיאַטאָלאַס אויסנוצן די דאָזיקע מורא נישט בלויז ווי אַ סטראַשונקע קעגן זייערע שׂונאים (טאַקע די הומאַניסטישע מערבֿ־וועלט, מיט איר פֿאָרפּאָסט אין מיטעלן מיזרח — ישׂראל), נאָר אויף אַ ממשותדיקן אופֿן.
הײַנט האָבן זיך צונויפֿגעשטויסן צוויי קוקווינקלען אויף דער פּראָבלעם — איראַן, די ישׂראלדיקע און די מערבֿדיקע. ישׂראל, וואָס האָט ביז אַהער די ערשטע אויסגעפּרוּווט אויף זיך די אויפֿגעקומענע כוואַליע פֿון איסלאַמישן טעראָר, לייגט פֿאָר מער נישט וואַרטן, און אײַנשטילן די נוקלעאַרישע אַפּעטיטן פֿון טעהעראַן אויף אַ מיליטערישן אופֿן; דער מערבֿ האַלט נאָך אַלץ, אַז נישט אַלע דראַנג־מיטלען און סאַנקציעס קעגן איראַן זײַנען אויסגענוצט געוואָרן ביז אַהער; אַז אַן עקאָנאָמישע און פֿינאַנציעלע בלאָקאַדע וועט, סוף־כּל־סוף, ברענגען צו געוווּנטשענע רעזולטאַטן.
סכּנותדיק זײַנען ביידע קוקווינקלען — סײַ דער ישׂראלדיקער און סײַ דער מערבֿדיקער. סײַדן די שטײַגנדיקע פּרײַזן אויף נאַפֿט וועלן "אָפּווישן" אַלע הומאַניסטישע פּרינציפּן פֿון דער מערבֿדיקער אידעאָלאָגיע; נאָך איידער ישׂראל וועט האָבן די מעגלעכקייט צו באָמבאַרדירן די נוקלעאַרע אָביעקטן אין איראַן.