ייִדיש־וועלט

אַ טייל פֿון די שלוחותטעס, וואָס האָבן זיך באַטייליקט אין דער קאָנפֿערענץ
אַ טייל פֿון די שלוחותטעס, וואָס האָבן זיך באַטייליקט אין דער קאָנפֿערענץ
מיט זעקס יאָר צוריק האָב איך מיט מײַן משפּחה און אַ גרופּע סטודענטן געגעסן שבת מיטאָג אינעם חב״ד־הויז פֿון אַ באַקאַנטן אוניווערסיטעט. אין איינעם מיט דער משפּחה פֿונעם חב״ד־רבֿ, האָבן מיר באַטראָפֿן, בסך־הכּל, 24 מענטשן. נישט געקוקט אויף דער גרויסער צאָל מענטשן, איז געווען מער ווי גענוג שפּײַז פֿאַר אַלעמען, און די שטימונג איז געווען אַ וואַרעמע און אַ לעבעדיקע.
נאָכן עסן זענען די רביצין און איך אַרויס אויף אַ שפּאַציר און ווען איך האָב באַמערקט וואָס פֿאַר אַ נס עס איז וואָס דער חב״ד קען אויסהאַלטן אַזוי פֿיל שליחות־הײַזער איבער דער וועלט, האָט זי געלאַכט און געענטפֿערט "הלוואי! יעדעס פּאָרפֿאָלק וואָס ווערט געשיקט אָנהייבן אַ חב״ד־הויז, דאַרף אַליין געפֿינען די פֿאָנדן זיך אויפֿצוהאַלטן. ברוך־השם, מיר האָבן זיך באַקענט מיט עטלעכע ברייטהאַרציקע ייִדן דאָ, אָבער קיין גרינגע אַרבעט איז עס נישט..." ערשט דעמאָלט האָב איך פֿאַרשטאַנען ווי שווער עס איז די אַרבעט נישט בלויז פֿון די חב״ד־שליחים, נאָר אויך פֿאַר זייערע פֿרויען.
די פֿאַרגאַנגענע וואָך איז אין ניו־יאָרק פֿאָרגעקומען די יערלעכע קאָנפֿערענץ לכּבֿוד אָט די פֿרויען. כּמעט 3,000 שלוחותטעס פֿון 84 לענדער פֿון דער וועלט, אַרײַנגערעכנט פֿאַרוואָרפֿענע ווינקלען ווי טאַסמאַניע, וויעטנאַם און קינשאַסאַ, האָבן זיך באַטייליקט אינעם זעקס־טאָגיקן צוזאַמענפֿאָר, וואָס איז אויסגעקומען, ווי יעדעס יאָר, נאָענט צום יאָרצײַט פֿון דער רביצין חיה־מושקע שניאורסאָן, די פֿרוי פֿונעם לעצטן ליובאַוויטישער רבין, מנחם־מענדל שניאורסאָן.
במשך פֿון דער וואָך האָבן רבנים, שול־דירעקטאָרן און גײַסטיקע רעדנער אָנגעפֿירט מיט פֿאַרשידענע קלאַסן און וואַרשטאַטן, כּדי צו געבן די שלוחותטעס חיזוק פֿאַר זייער אַרבעט, און מ׳איז אויך געפֿאָרן צום רבינס אוהל און דער רביצינס קבֿר. דערצו האָבן די שלוחותטעס געהאַט פֿאַרשידענע געלעגנהייטן זיך צו פֿאַרבינדן מיט אַנדערע דעלעגאַטינס איבער דער וועלט, און זיך צו זען מיט אַלטע גוטע פֿרײַנדינעס. די קאָנפֿערענץ איז דורכגעפֿירט געוואָרן אונטער דער אויפֿזיכט פֿונעם בילדונג־אָפּטייל פֿון חב״ד־ליובאַוויטש, "מרכּז לעניני חינוך".
דער שפּיץ פֿון דער קאָנפֿערענץ איז געווען דער שלוס־באַנקעט אינעם הילטאָן־האָטעל אין ניו־יאָרק, וווּ אַ ריי רבנים און אָנגעזעענע שלוחותטעס האָבן געגעבן דבֿרי־תּורה און אָפּגעהאַלטן רעדעס, לויבנדיק די צדקה־אַרבעט פֿון די שלוחותטעס. צווישן יעדן רעדנער האָט אַ קאַפּעליע פֿון פֿרומע פֿרויען לעבן דער טריבונע אויסגעשפּילט די מעלאָדיע פֿון "אשת־חיל", דאָס שבתדיקע ליד, וואָס לויבט די ייִדישע פֿרוי.
הרבֿ משה קאָטלאַרסקי, דער וויצע־פֿאָרזיצער פֿון "מרכּז לעניני חינוך" האָט אָנגעהויבן זײַן רעדע, באַדאַנקענדיק באַזונדער אַלע מענטשן, וואָס האָבן געהאָלפֿן צונויפֿצושטעלן די קאָנפֿערענץ. דערנאָך האָט ער אַרויסגערופֿן אַפּלאָדיסמענטן און געלעכטער, ווען ער האָט צוגעגעבן: "מיר טאָרן אויך נישט פֿאַרגעסן, אַז לעבן יעדער שלוחה שטייט איר מאַן, וואָס די וואָך פּאַקט ער איבער די ווינדעלעך, גיט דאָס פֿלעשל, דערלאַנגט צום טיש, און טוט אַלץ, כּדי איר זאָלט אַלע קענען זײַן דאָ. ביז איר וועט אַהיימקומען וועט ער שוין אַליין פֿאַרשטיין ווי אומפֿאַרבײַטלעך איר זענט!
"דער רבי האָט שטאַרק געהאַלטן פֿון דער ייִדישער פֿרוי," האָט הרבֿ קאָטלאַרסקי געזאָגט. "איר זענט אַלע אַ טייל פֿון אַ פּרעכטיקער מאָזאַיִק, דורך די גוטע מעשׂים, וואָס איר טוט. די ייִדישע פֿרוי האָט דעם כּוח צו ענדערן די וועלט, און צו באַשײַנען זי מיט גוטסקייט."
די גאַסט־רעדנערין, אילנה סקאָלניק, בעת דעם שלוס־באַנקעט אינעם הילטאָן־האָטעל
די גאַסט־רעדנערין, אילנה סקאָלניק, בעת דעם שלוס־באַנקעט אינעם הילטאָן־האָטעל

איינע פֿון די אינטערעסאַנטסטע מאָמענטן בײַ דער קאָנפֿערענץ איז געווען די פּרעזענטאַציע פֿון דער גאַסט־רעדנערין, אילנה סקאָלניק, פֿון קייפּטאַון, דרום־אַפֿריקע. פֿרוי סקאָלניק, אַ שיינע שוואַרץ־חנעוודיקע פֿרוי מיט שמייכלענדיקע מאַנדל־אויגן, האָט דערציילט איר פֿאַרכאַפּנדיקע לעבנס־געשיכטע.
"כ׳בין געבוירן געוואָרן מיטן נאָמען עלען פּיטערס, אין 1956 אין קייפּטאַון, בײַ אַ ׳געמישטער׳ משפּחה אונטער אַפּאַרטהײַד," האָט זי דערציילט. "מײַנע זיידעס און באָבעס האָבן געשטאַמט פֿון שאָטלאַנד און פֿראַנקרײַך, און אפֿשר אויך פֿון אינדאָנעזיע; דעריבער האָט דרום־אַפֿריקע מיך באַצייכנט ווי אַ ׳פֿאַרביקער׳ מענטש. צוליב דעם האָב איך געהאַט מער פּריווילעגיעס ווי די שוואַרצע, אָבער איך האָב נישט געטאָרט זיך לערנען אין די זעלבע שולן אָדער עסן אין די זעלבע רעסטאָראַנען ווי די ווײַסע."
אין יענע יאָרן זענען פֿאָרגעקומען צוויי מינים שיינהייט־קאָנקורסן: איין Miss South Africa פֿאַר דער ווײַסער באַפֿעלקערונג, און אַ צווייטע, וואָס האָט רעפּרעזענטירט די "פֿאַרביקע" און שוואַרצע באַפֿעלקערונג. אין 1973 איז זי געקרוינט געוואָרן ווי די געווינערין פֿון דער צווייטער קאַטעגאָריע. מע האָט זי געבראַכט קיין ניו־יאָרק און לאָנדאָן, וווּ זי האָט זיך באַקענט מיט אָנגעזעענע מענטשן פֿון דער גאָרער וועלט.
נאָכן אומקערן זיך קיין דרום־אַפֿריקע האָט זי באַקומען אַ שטעלע אויף אַ לוקסוס־שיף, און שפּעטער געוואָרן אַ סטואַרדקע פֿאַר TWA. בעת אַ פֿלי קיין גריכנלאַנד, האָט זי זיך באַקענט מיט אַ ישׂראלדיקן געשעפֿטסמאַן, נעמן סקאָלניק. "ער איז געווען זייער קלוג, און זײַן חוש פֿון הומאָר איז מיר שטאַרק געפֿעלן געוואָרן. ער האָט פֿאָרגעלייגט מיר צו געבן אַ טור פֿון אַטען, און נישט לאַנג נאָך דעם האָט ער געזאָגט צו מיר: ׳כ׳בעט דיך, קום אַרײַן אין מײַן לעבן. דו ביסט געשיקט געוואָרן דורך גאָט אַליין.׳"
זי האָט פֿאָרגעלייגט אַן אָרט, וווּ מע פֿירט דורך ציליווע צערעמאָניעס, אָבער ער האָט געענטפֿערט: "איך בין אַ ייִד. איך מוז חתונה האָבן אונטער דער חופּה." האָט זי אים געענטפֿערט: "איך וועל תּפֿילה טאָן צו גאָט, און ער וועט מיר זיכער געבן אַן ענטפֿער." מיט עטלעכע טעג שפּעטער האָט זי באַשלאָסן צו ווערן אַ ייִדישע טאָכטער.
אונטער די האַרבע אָפּזינדערונג־געזעצן פֿון דרום־אַפֿריקע וואָלט איר חתונה האָבן מיט נעמן געווען אומלעגאַל. האָט ער איר פֿאָרגעלייגט איינס פֿון צוויי ברירות — חתונה האָבן אין ישׂראל אָדער אויסטראַליע. "מײַן טאַטע האָט געקעמפֿט קעגן די נאַציס אין צפֿון־אַפֿריקע, און דערנאָך האָט ער באַזוכט די הייליקע שטאָט, ירושלים. מיט יאָרן שפּעטער האָב איך שטאַרק ליב געהאַט איבערצוקוקן זײַן זאַמלונג פֿון סוּווענירן, בפֿרט אַ שטיין, וואָס ער האָט אויף דעם אָנגעשריבן דאָס וואָרט ׳ירושלים׳... כ׳האָב אויסגעקליבן ישׂראל."
במשך פֿון דער וואָך האָבן די שלוחותטעס געהאַט אַ געלעגנהייט זיך צו באַקענען מיט אַנדערע פֿאָרשטייערינס איבער דער וועלט
במשך פֿון דער וואָך האָבן די שלוחותטעס געהאַט אַ געלעגנהייט זיך צו באַקענען מיט אַנדערע פֿאָרשטייערינס איבער דער וועלט

זי האָט אָנגעהויבן זיך לערנען אויף גיורת, און מיט 28 יאָר צוריק האָט דער בית־דין פֿון תּל־אָבֿיבֿ זי פֿאַרהערט און מגייר געווען. "ווי דורך אַ נס, איז מײַן נאָמען געביטן געוואָרן פֿון ׳אלן׳ אויף ׳אילנה׳, דורכן צוגעבן די צוויי אותיות פֿון גאָטס נאָמען ׳י־ה׳."
נאָך דער חופּה, האָט דער רבֿ פֿונעם יאָהאַנעסבורגער חב״ד פֿאַרבונדן דאָס פּאָרפֿאָלק מיט די שליחים פֿונעם תּל־אָבֿיבֿער בית־חב״ד, הרבֿ און רביצין גערליצקי. "מע האָט אונדז שטאַרק געעצהט צו באַזוכן דעם ליובאַווישטער רבין. מיר זענען געפֿאָרן קיין קראַון־הײַטס, וווּ די קרובֿים פֿון די גערליצקיס האָבן אונדז געבראַכט צו דער הויפּטקוואַרטיר פֿון די ליובאַוויטשער חסידים — 770 איסטערן פּאַרקוויי. בשעת מיר זענען געשטאַנען אויפֿן טראָטואַר, איז אָנגעקומען דער קאָרטעזש פֿונעם רבין. דער רבי איז אַרויס פֿונעם אויטאָ און אָנגעשטעלט אויף מיר זײַן בליק. פּלוצלינג האָב איך דערזען אַ בלישטשענדיקע ליכט אַרום דעם רבין."
נאָך דעם ווי דער רבי איז אַרײַן אינעם הויז 770, האָבן גערליצקיס קרובֿים איר שטיל אַ זאָג געטאָן: "האָסט באַמערקט, ווי דער רבי האָט דיך אָנגעקוקט?" האָט אילנה, טויט־ערנסט, געענטפֿערט: "איך האָב ערשט געזען אַ מענטש, וואָס גייט מיט גאָט."
ס׳איז געווען חנוכּה, און די סקאָלניקס האָבן זיך געטראָפֿן פּריוואַט מיטן רבין. "זײַעדיק מיטן רבין, איז אונדזער פֿינצטערניש פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין ליכט. די דאָקטוירים האָבן אונדז געהאַט געזאָגט, אַז מיר וועלן נישט קענען האָבן קיין קינדער, אָבער דער רבי האָט אונדז געבענטשט, און אין ווייניקער ווי אַ יאָר איז בײַ אונדז געבוירן געוואָרן אַ מיידעלע.
"צוויי חדשים שפּעטער, האָב איך באַמערקט, אַז עפּעס איז שטאַרק דער מער מיטן קינד. ווען די מעדיקער זענען אָנגעקומען האָבן זיי באַשטעטיקט, אַז דאָס קינד איז געשטאָרבן פֿונעם פּלוצעמדיקן עופֿל־טויט. איך האָב גלײַך אָנגענומען דעם פּסק פֿונעם אייבערשטן. כ׳האָב געוווּסט, אַז איר נשמה איז אַ יחיד־בימינו. גאָט האָט מיך געבענטשט צו זײַן אַ ייִדישע מאַמע — אַן אויסערגעוויינטלעכע מתּנה."
אַ צווייטע מאַמע וואָלט נאָך אַזאַ טראַגעדיע אַרײַנגעפֿאַלן אין אַ דעפּרעסיע, אָבער אילנה האָט זיך געשטאַרקט און באַשלאָסן דווקא אָנצונעמען אַ מער גײַסטיק לעבן; איר מאַן, נעמן, האָט מסכּים געווען. זיי זענען געוואָרן אָפֿטע געסט בײַ די גערליצקיס אין תּל־אָבֿיבֿ, און די רביצין, הינדע, איז געוואָרן אילנהס לערערין און נאָענטע חבֿרטע.
"כּמעט יעדער טעלעפֿאָן צו הינדע איז געווען אַ מוסטער פֿון חסידות," האָט אלינה באַמערקט. "זי איז געוואָרן מײַן וועגווײַזערין. אין גיכן האָב איך געזאָגט דעם רבֿ, אַז ס׳איז געקומען די צײַט צו לערנען מײַן מאַן ווי צו לייגן תּפֿילין. כ׳האָב געפֿילט ווי די צײַט לויפֿט, און איך האָב שטאַרק געוואָלט אַרײַנברענגען ייִדישקייט אין אונדזער לעבן, איידער ס׳ווערט צו שפּעט." אילנה האָט אָנגעהויבן אַ קאָרעספּאָנדענץ מיטן ליובאַוויטשער רבין און זיך אָנגעשלאָסן אין אַ וועכנטלעכן קלאַס פֿאַר פֿרויען אויף דער סדרה פֿון דער וואָך. "עלף יאָר לאַנג האָב איך באַקומען גײַסטיקע שפּײַז פֿון די שיעורים."
אילנהס געשיכטע האָט זייער גערירט דעם עולם פֿון די שלוחותטעס, ווײַל זי איז געווען אַ לעבעדיקער באַווײַז פֿון דער וויכטיקער אַרבעט, וואָס די זיי אַלע טוען, האָט איבערגעגעבן פֿרומע שפּיראָ, די רביצין פֿונעם חב״ד־הויז אין סידני, אויסטראַליע, בעת אַן אינטערוויו מיטן "פֿאָרווערטס". "די יערלעכע קאָנפֿערענץ איז זייער וויכטיק פֿאַר די שלוחותטעס, ווײַל זייער אַרבעט פֿאָדערט אַמאָל אַן אמתע מסירת־נפֿש. איך האָב געהאַט מזל, ווײַל מײַנע קינדער האָבן תּמיד געוווינט בײַ מיר, אָבער אַ סך פֿון די חב״ד־הײַזער געפֿינען זיך אין די שטעט, וווּ ס׳איז נישטאָ קיין אָרטאָדאָקסישע טאָגשול פֿאַר זייערע קינדער, מוזן די שליחים, שיקן די קינדער ווײַט אַוועק זיך לערנען."
אויף דער פֿראַגע, וואָס טוט אַ שלוחה, אויב זי פֿילט זיך טאַקע אַ מאָל עלנט אָדער דערשלאָגן, האָט שאַפּיראָ געענטפֿערט, אַז אַחוץ דער יערלעכער קאָנפֿערענץ אין ניו־יאָרק, האָט דער חב״ד הײַנט אַן עלעקטראָנישע נעץ בלויז פֿאַר די שלוחותטעס, וווּ זיי קענען זיך דורכשרײַבן, זיך טיילן מיט עצות און ווערטער פֿון אינספּיראַציע און חיזוק. "און אַוודאי — האָט רביצין שאַפּיראָ געזאָגט — איז תּמיד אַ גרויסע הילף צו לייענען די שריפֿטן פֿונעם רבין."
"ס׳איז אַן אמתער כּבֿוד צו רעדן פֿאַר אַזאַ גרופּע פֿרויען ווי איר זענט," האָט אילנה געזאָגט דעם עולם. "פֿרויען, וועלכע האָבן דעם כּוח איבערצומאַכן און צו דערהייבן די וועלט... און טאַקע דערפֿאַר זאָג איך, פֿון טיפֿן האַרצן, אַ דאַנק רבי, ברוך־השם, און אַ דאַנק אײַך אַלעמען."