געזעלשאַפֿט
פֿון מרדכי דוניץ (ירושלים)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מיר האָבן דערלעבט אַ צײַט, אַז עס איז שוין ניט נייטיק צו קומען פּערזענלעך צום כּותל־המערבֿי, כּדי דאָרטן צו דאַווענען אַ "שחרית", אַ מינחה" אָדער אַ "מעריבֿ", זיך אויסוויינען דאָס האַרץ צום רבונו־של־עולם, אַרײַנצולייגן אַ קוויטל מיט בקשות צווישן די שפּאַלטן און אַ קוש טאָן די אַלטע שטיינער פֿאַרן אַוועקגיין אַהיים...
מען קען שוין איצט אײַנקויפֿן אַ שטיין פֿון דער הייליקער וואַנט, אָדער אַ ביסל ערד פֿון דעם הייליקן פּלאַץ אַרום אים, אויף דעם "ליציטאַציע־וועבזײַטל" פֿון דער ווײַטנס, זיצנדיק אין דער היים אויף דער באַקוועמער סאָפֿע אין סאַלאָן, ניט נאָר אין ירושלים, נאָר טאַקע אויך אויף דער אינטערנעץ אין דער גאָרער וועלט.
דער רבֿ, וועלכער איז ממונה אויף דעם כּותל־המערבֿי, הרבֿ שמואל ראַבינאָוויטש, האָט מודיע געווען, אַז ער האָט לעצטנס אַרויסגעשיקט אַ פּראָטעסט־בריוו צו די באַלעבאַטים פֿון דעם דאָזיקן קאָמערציעלן וועבזײַטל, אַז זיי זאָלן אומבאַדינגט אָפּשטעלן דעם שווינדל פֿון פֿאַרקויפֿן אַ שטיין, אָדער אַ ביסל ערד פֿון דעם הייליקן פּלאַץ אַרום אים.
דער "פּראָדוקט" אין פֿאָרעם פֿון אַ לאַמינירט פּלאַסטיק־קאַרטל, טראָגט דעם נאָמען "אַ שטיקל שטיין פֿון כּותל־המערבֿי — ישו־הנוצרי אין ירושלים". דער פּרײַז פֿון דעם דאָזיקן "הייליקן קאַרטל" איז 24.99$. דער אינהאַלט פֿון דעם קאַרטל שטעלט מיט זיך פֿאָר, ניט נאָר די ייִדישע און קריסטלעכע רעליגיעס, נאָר אויך רעליגיעס פֿון אַנדערע פֿעלקער. עס ווערט דאָרטן דערמאָנט די געשיכטע פֿון ישו־הנוצרי און זײַן שליחות צו דער מענטשהייט, ווי אויך די נעמען פֿון דוד המלך, שלמה המלך, רבנים, באַרימטע פּויפּסטן און הייליקע פֿון דער קריסטלעכער ביבל.
אין דעם בריוו צו די מענטשן פֿון דעם דאָזיקן וועבזײַטל, באַטאָנט הרבֿ שמואל ראַבינאָוויטש, אַז דאָס פֿאַרקויפֿן דאָס קאַרטל מיט זײַן אינהאַלט, איז אַ פֿאַרשוועכונג פֿון גאָטס נאָמען. עס איז אויך אַן איסור (פֿאַרבאָט) פֿון דער תּורה און אויך קעגן דעם געזעץ פֿון דער ישׂראל־מדינה, וואָס פֿאַרבאָט צו האַנדלען מיט אַלטערטימלעכע אָביעקטן ווי עס זענען די שטיינער פֿון דעם כּותל־המערבֿי.
הרבֿ ראַבינאָוויטש האָט דערלאַנגט אַ באַשולדיקונגס־אָנקלאַגע צו דער ישׂראל־פּאָליציי קעגן די שווינדלער, וואָס פֿאַרקויפֿן אויף דעם וועבזײַטל פֿון אינטערנעץ שטיינער פֿון כּותל־המערבֿי און זעקעלעך מיט ערד פֿון הייליקן פּלאַץ אַרום אים.
דערבײַ האָט ער אויך איבערגעגעבן אינטערעסאַנטע פּרטים פֿון דער לעצטער אָפּיציעלער סטאַטיסטיק, אַז אין יאָר 2011 האָבן העכער 10 מיליאָן מענטשן באַזוכט דעם כּותל־המערבֿי, וואָס איז אַ באַווײַז ווי נאָענט און ווי שטאַרק איבערגעגעבן זענען די ייִדן אין מדינת־ישׂראל, און אויך אין די תּפֿוצות, לגבי דער הייליקייט פֿון כּותל־המערבֿי, וואָס איז דער איינציקער איבערבלײַב פֿון די מויערן פֿון דעם חרובֿ־געמאַכטן בית־המיקדש.

פּלאַן פֿאַר גיגאַנטישן טוריסטן־צענטער בשכנות מיט דעם כּותל־המערבֿי, באַשטעטיקט
דער ירושלימער קרײַז־קאָמיטעט פֿון אינערן־מיניסטעריום האָט לעצטנס באַשטעטיקט דעם פּלאַן אויפֿצובויען אַ גרויסן טוריסטן־צענטער, נאָענט צו דעם דאָרף סילוּוואַן, וואָס ליגט ניט ווײַט פֿון כּותל־המערבֿי, אַנטקעגן־איבער דעם אַרכעאָלאָגישן פּאַרק פֿון עיר־דוד, אויף אַ שטח פֿון 9,000 קוו״מ.
דער דאָזיקער מאָדערנער צענטער וועט באַשטיין פֿון אַ גרויסן פֿאַרזאַמלונג־זאַל מיט עטלעכע טויזנט זיצפּלעצער, אַ מאָדערנע קאַפֿעטעריע, זאַלן פֿאַר אויסשולונגען, פֿאַר געשעפֿטן און פֿאַר אַנדערע אונטערנעמונגען.
די בנינים וועלן געבויט ווערן אַזוי, אַז ווען טוריסטן וועלן באַזוכן דעם צענטער וועלן זיי קענען זען פֿאַר זיך די פֿאַרשיידענע אַרכעאָלאָגישע אויסגראָבונגען אין דער געגנט אַרום.
דער ראָש־העיר פֿון ירושלים ניר באַרקאַט האָט ענטוזיאַסטיש באַגריסט דעם דאָזיקן קאָלאָסאַלן פּלאַן, וואָס וועט זיך פּאָזיטיוו אויסווירקן אויף דער וואַקסנדיקער טוריזם־אַנטוויקלונג פֿון דער שטאָט, פֿאַר די מיליאָנען טוריסטן וואָס קומען פֿון לאַנד און פֿון דער גאָרער וועלט קיין ירושלים.
די אַרכעאָלאָגישע אויסגראָבונגען פֿון עיר־הקודש און אַרום דעם כּותל־המערבֿי גייען שוין אָן יאָרן־לאַנג, וווּ מען האָט אַנטדעקט וויכטיקע היסטאָרישע איבערבלײַבענישן פֿון דער רוימישער הערשאַפֿט איבער ירושלים, ווי אויך פֿון די ביזאַנטישע צײַטן נאָכן צווייטן בית־המיקדש.
ווי געשעט געוויינטלעך בײַ אונדז אין לאַנד, האָט דער דאָזיקער פּלאַן שוין אַרויסגערופֿן אַ היציקע קאָנטראָווערסיע "פֿאַר און קעגן" מצד אַ צאָל פּאָליטישע און געזעלשאַפֿטלעכע קרײַזן.
דער וויצע־מעיאָר פֿון ירושלים דוד הררי (האַראַרי) פֿון דער רעליגיעזער מפֿד״ל־פֿראַקציע אין דעם שטאָטראַט, האָט צווישן אַנדערן דערקלערט, אַז: "...עס איז אַ פּראָיעקט פֿון דער ערשטער מדרגה! עס וועט זײַן אַ דערגרייכונג אויף אַלע געביטן... מען וועט דאָרטן זיך באַקענען מיט דער געשיכטע פֿון דעם צווייטן בית־המיקדש, פֿון דוד המלך, שלמה המלך, ביז אונדזער איצטיקער צײַט". ער האָפֿט, אַז דער דאָזיקער צענטער וועט אויפֿגעבויט ווערן במשך די קומענדיקע דרײַ יאָר.
אַ צאָל אַנדערע פּאָליטיקער האָבן זיך שאַרף אַרויסגעזאָגט קעגן דעם דאָזיקן פּראָיעקט. לינקע אַקטיוויסטן האָבן קריטיקירט מיט דער וואָרענונג, אַז עס וועט ברענגען צו נאָך מער אָנגעשטרענגטע באַציִונגען מיט דער אַראַבישער באַפֿעלקערונג אַרום; דער עיקר, מיט די אײַנוווינער פֿון דעם דערבײַיִקן דאָרף סילוּוואַן. אין די לעצטע יאָרן זענען פֿאָרגעקומען אָפֿטע צוזאַמענשטויסן מיט אַ צאָל פֿון זיי.
יהונותן מיזרחי, דער הויפּט פֿון "עמק־שווה"־גרופּע (אַ פּשרה) האָט דערקלערט, אַז "דער פּראָיעקט, וואָס וועט אונטערשטרײַכן אין זײַנע אַקטיוויטעטן די ייִדישע און היסטאָרישע אָנגעהעריקייט צו דער דאָזיקער געגנט אַרום, וועט זיכער אויפֿרייצן די געפֿילן און די געמיטן פֿון דער אַראַבישער באַפֿעלקערונג און זייער פּאָליטישע אַנטי־ישׂראל־אָנפֿירערשאַפֿט".
עס איז שוין אַזוי געשען, ווען די ישׂראל־בוי־אַרבעטער זענען געקומען אין עיר־דוד צו טאָן דאָרטן זייער אַרבעט, און די אַרכעאָלאָגן זייערע אויסגראָבונגען.
אויך מאיר מרגלית פֿון דער לינקער פּאַרטיי "מר״צ" האָט זיך אַזוי אויסגעדריקט: "...איך בין קעגן יעדן שריט וואָס עס טוען די ייִדישע קאָלאָניסטן אין סילוּוואַן. איך בין קעגן אויפֿבויען אַ פֿינף־שטאָקיקן בנין וואָס וועט ענדערן דעם כאַראַקטער פֿון דעם מיזרח־טייל פֿון ירושלים. עס איז ווי "להכניס פּיל לחנות חרסינה" — ווי אַרײַנצוברענגען אַ העלפֿאַנד אין אַ געשעפֿט פֿון פּאָרצעלאַן", האָט ער געזאָגט.
לאָראַ ווירטין, די אַנדערע פֿאָרשטייערין פֿון דער "מר״צ"־פֿראַקציע אין שטאָטראַט פֿון ירושלים, האָט צוגעגעבן איר שטעלונג אין דער קאָנטראָווערסיע, זאָדגנדיק, אַז "דער דאָזיקער פּראָיעקט איז צו גראַנדיעז און שטאַרק עקספּלאָזיוו. דער גאַנצער געדאַנק איז פֿעלערהאַפֿט און געפֿערלעך. עס וועט אויפֿהעצן מער שׂינאה מצד דער אַראַבישער באַפֿעלקערונג און זייער אַנטי־ישׂראל־אָנפֿירערשאַפֿט, צו דער מדינה בכלל און די ייִדן בפֿרט".
מען זאָגט צו פֿון פֿאָרויס אַ סך שטערונגען אין וועג, ביז דער דאָזיקער גרויסער פּראָיעקט וועט רעאַליזירט ווערן.
מיר ווילן האָפֿן, אַז עס וועט צו דעם ניט קומען, אַז אַלץ וועט דערגרייכט ווערן בשלום און מיט הצלחה.
הלוואַי!