די ערשטע ייִדישע לאַנדווירטשאַפֿטלעכע קאָלאָניעס אין דער רוסישער אימפּעריע זענען אויפֿגעקומען אינעם יאָר 1807. עטלעכע גרופּעס קאָלאָניסטן — דער עיקר, ווײַסרוסישע ליטוואַקעס — האָבן זיך באַזעצט אין דער כערסאָנער גובערניע, מיזרח־אוקראַיִנע, און פֿאַרלייגט דעם יסוד פֿון אַ גאַנצן קלאַס פֿון ייִדן־פּויערים. צום יאָר 1810, זענען אינעם דאָזיקן ראַיאָן שוין געווען נײַן ייִדישע לאַנדווירטשאַפֿטלעכע קאָלאָניעס, וווּ עס האָבן געוווינט שוין 3,640 תּושבֿים.
נאָך עטלעכע גאָר שווערע יאָר פֿון מיגראַציע און באַהערשונג פֿונעם נײַעם לעבנס־שטייגער, האָט זיך אין אַ צאָל ייִדישע אַגריקולטור־קאָלאָניעס אַנטוויקלט אַ בליִענדיקע ווירטשאַפֿט. זייער דערפֿאָלג האָט צוגעצויגן דעם אינטערעס פֿון אַ צאָל פֿילאַנטראָפּן און טוער, לאַוו־דווקא אין רוסלאַנד, וועלכע האָבן פֿאָרגעלייגט אַריבערצוברענגען די ייִדישע פֿאַרמער פֿון מיזרח־אייראָפּע אין אַנדערע לענדער.
אַ טייל אַזעלכע פּלענער זענען טאַקע פֿאַרווירקלעכט געוואָרן מיט מזל. למשל, באַראָן מאָריס דע הירש, אַ רײַכער דײַטשישער ייִד, האָט געשטיצט די אָרגאַניזאַציע פֿון ייִדישע פֿאַרמער־קאָלאָניעס אין אַרגענטינע, וווּ עס האָט זיך אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט געשאַפֿן אַן אוניקאַלע אייגנאַרטיקע קולטור פֿון ייִדישע "גאַוטשאָס".מיט אַ דור פֿריִער האָט אַן אַנדער ייִדישער פֿילאַנטראָפּ פֿון מערבֿ־אייראָפּע, יעקבֿ־יצחק אַלטאַראַס, פֿאָרגעלייגט אַן אַנדער פּלאַן, וועלכער קלינגט הײַנט, מסתּמא, מער חידושדיק און אַפֿילו עקזאָטיש: צו שאַפֿן ייִדישע לאַנדווירטשאַפֿטלעכע קאָלאָניעס אין אַלזשיר.
אַלטאַראַס (1786—1873) איז געבוירן געוואָרן אין אַלעפּאָ, סיריע, און האָט געשטאַמט פֿון אַ ספֿרדישער רבנישער משפּחה. אין זײַן יוגנט, האָט ער געלעבט מיט זײַן טאַטן — אַ רבֿ — אין ארץ־ישׂראל. אינעם יאָר 1806 איז ער אַוועקגעפֿאָרן קיין מאַרסעל, פֿראַנקרײַך, וווּ ער האָט זיך פֿאַרנומען מיט שיף־בויערײַ און איז מצליח געווען ווי אַ געשעפֿטסמאַן.
צוליב דעם, וואָס זײַן פֿירמע האָט געבויט ים־שיפֿן און איז געווען אַקטיוו באַטייליקט אינעם האַנדל צווישן פֿראַנקרײַך און דעם מיטל־מיזרח, איז אַלטאַראַס געוואָרן אַ מיטגליד פֿון דער פֿראַנצויזישער האַנדל־פּאַלאַטע, און האָט זיך געחבֿרט מיט הויכראַנגיקע אייראָפּעער.
אין די 1840ער יאָרן, האָט אַלטאַראַס פֿאַרלוירן זײַן ווײַב און קינדער. זײַענדיק אַן עלנטער מענטש, האָט ער זיך אָפּגעגעבן מיט געזעלשאַפֿטלעכע פּראָיעקטן און פֿאָרגעלייגט אַריבערצופֿירן 40 טויזנט ייִדן פֿון רוסלאַנד קיין אַלזשיר, כּדי צו באַזאָרגן זיי דאָרטן מיט לאַנדווירטשאַפֿט.
דער פֿילאַנטראָפּ האָט באַקומען אַ רשות פֿון דער פֿראַנצויזישער רעגירונג, וועלכע האָט אויסגעדריקט אַן אינטערעס צו זײַן פּראָיעקט, און איז אָנגעקומען פֿון מאַרסעל קיין רוסלאַנד, כּדי צו באַטראַכטן דעם ענין מיט די רוסישע מלוכישע באַאַמטע, וועלכע האָבן מסכּים געווען, אין פּרינציפּ, אַרויסצולאָזן פֿונעם לאַנד אָרעמע 30—50 ייִדישע משפּחות און צו באַזאָרגן זיי אומזיסט מיט פּאַספּאָרטן. לויט די פֿאַרהאַנדלונגען, האָט אַ ספּעציעלער קאָמיטעט פֿון עטלעכע טשינאָווניקעס און אָנגעזעענע ייִדן געמוזט באַטראַכטן יעדע גרופּע אימיגראַנטן און צו בעטן אַ ספּעציעלע דערלויבעניש פֿאַר יעדע 100 ייִדישע משפּחות, אויב זיי ווילן אויך אַוועקפֿאָרן קיין אַלזשיר. אין אָקטאָבער 1846, האָט צאַר ניקאָלײַ דער ערשטער אַליין אונטערגעחתמעט אַ רעזאָלוציע לטובֿת אַלטאַראַסעס פֿאָרלייג.
וואָס איז געשען ווײַטער מיט דעם פּראָיעקט — בלײַבט אומקלאָר. ס׳זעט אויס, אַז אַלטאַראַס אַליין האָט נישט געהאַט גענוג געלט, כּדי צו פֿאַרווירקלעכן זײַן אידעע, און האָט געהאָפֿט צו קריגן דאָס נייטיקע געלט בײַ די ברידער ראָטשילד. אָדער אַלטאַראַסן האָט זיך נישט אײַנגעגעבן צו געפֿינען די נייטיקע סומע, אָדער ער האָט זיך אָנגעשטויסן אויף אומדערוואַרטע שוועריקייטן — איז דער חידושדיקער פּלאַן דורכגעפֿאַלן.
ווי אַ סירישער ייִד, איז אַלטאַראַס אויפֿגעוואַקסן צווישן די אַראַבער און האָט גאַנץ רעאַליסטיש געטראַכט. במשך פֿון הונדערטער יאָרן, ביז דער תּקופֿה פֿון סיכסוכים אין פּאַלעסטינע פֿון אָנהייב דעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט, האָבן די ייִדן געלעבט אין די מוסולמענישע לענדער גאַנץ רויִק און האָבן געהאַט פֿרײַנדלעכע באַציִונגען מיט זייערע ניט־ייִדישע שכנים. ייִדן האָבן געוווינט אין אַלזשיר במשך פֿון 2,000 יאָר. אינעם יאָר 1931, האָט די ייִדישע באַפֿעלקערונג דאָרט באַטראָפֿן מער ווי 7 פּראָצענט אין די גרעסטע שטעט פֿונעם לאַנד, און נאָך מער אין געוויסע שטעטלעך. לאַנדווירטשאַפֿט איז געווען אַ טראַדיציאָנעלע באַשעפֿטיקונג בײַ אַ סך ייִדן אין צפֿון־אַפֿריקע. דערפֿאַר, וואָלטן די ייִדישע אימיגראַנטן פֿון מיזרח־אייראָפּע געקאָנט, אין פּרינציפּ, זיך גענוג גרינג אַרײַנפּאַסן אין דער דאָרטיקער סאָציאַלער לאַנדשאַפֿט.
דער זעלבער סיריש־פֿראַנצויזישער ייִד, יעקבֿ־יצחק אַלטאַראַס, האָט אָבער יאָ געשפּילט — נישט בכּיוון — אַ ראָלע אין דער אַנטוויקלונג פֿון אַ גאַנצער געזעלשאַפֿטלעכער באַוועגונג, וועלכע עקזיסטירט נאָך אַלץ — נעמלעך, די אַנטי־קאַבאַליסטישע שיטה פֿונעם תּימנער רבֿ יחיא קאַפֿח (1853—1932), וועלכער איז שאַרף אויפֿגעטראָטן קעגן קבלה און געגרינדעט אַ גאַנצע סתּירותדיקע "רמב״מיסטישע" באַוועגונג אין ייִדישקייט, "דור־דעים", וועלכע איז באַגרינדעט אויף דער ראַציאָנאַליסטישער פֿילאָסאָפֿיע פֿונעם רמב״ם און האַלט קבלה פֿאַר עבֿודה־זרה.
ס׳איז שווער צו זאָגן, וויפֿל ייִדן שטיצן הײַנט די אידעען פֿון דער דאָזיקער באַוועגונג. דער מחבר פֿון די שורות, זײַענדיק אַ שטיצער און ליבהאָבער פֿון קבלה, האָט זיך שוין נישט איינמאָל געטראָפֿן מיט קאַפֿחס נאָכפֿאָלגער; ס׳זעט אָבער אויס, אַז אין די הײַנטיקע צײַטן זענען זיי, על־פּי־רובֿ, מאָדערנע אָרטאָדאָקסן אָן היסטאָרישע פֿאַרבינדונגען מיט די תּימנער ייִדן.
אינעם יאָר 1847, אין דער זעלבער צײַט, ווען אַלטאַראַס האָט געהאָפֿט צו שאַפֿן ייִדישע לאַנדווירטשאַפֿטלעכע קאָלאָניעס אין אַלזשיר, האָט ער אַרויסגעגעבן דעם ספֿר "כּור מצרף האמונות ומראה האמת" פֿון הרבֿ יצחק (לופֿיס) לאָפּעז. אין דער הקדמה שטייט געשריבן, אַז דער כּתבֿ־יד איז אָנגעשריבן געוואָרן מיט 150 יאָר פֿאַר דער פּובליקאַציע, און איז געלעגן בײַ אַלטאַראַסן אין דער משפּחה־ביבליאָטעק. דער פֿעטער פֿונעם אַרויסגעבער, דער חשובֿער רבֿ אַהרן אַלטאַראַס, האָט באַזונדערס ליב געהאַט דעם דאָזיקן ספֿר.
דער ספֿר "כּור מצרף האמונות ומראה האמת" זעט אויס ווי אַ וויכּוח צווישן אַ רבֿ און אַ קריסטלעכן מיסיאָנער, און איז ממשיך — אויפֿן ערשטן בליק — די אַלטע טראַדיציע פֿון ייִדישע אַנטי־מיסיאָנערישע פּאַמפֿלעטן. דער מחבר גייט טיף אַרײַן אין אַלע פּיטשעווקעס פֿון קריסטלעכער טעאָלאָגיע, מיטל־עלטערלעכער סכאָלאַסטיק און קלאַסישער ייִדישער פֿילאָסאָפֿיע. פֿאַקטיש, שטעלט זײַן ספֿר מיט זיך פֿאָר אַ מין לערנבוך פֿון דער אייראָפּעיִשער פֿילאָסאָפֿישער טראַדיציע. יצחק לאָפּעז באַציט זיך גאַנץ פֿרײַנדלעך צו יעזוסן און האַלט אים פֿאַר אַ געטרײַען ייִד, וועלכער האָט נישט געוואָלט ברענגען אַ היזק צו זײַן פֿאָלק אָדער צו דער ייִדישער רעליגיע. דער מחבר ציטירט מיט דרך־אַרץ אַזעלכע קלאַסישע ווערק פֿון דער מערבֿדיקער פֿילאָסאָפֿיע, ווי דעם "ספֿר עיר אלוקים" פֿון אויגוסטין און דעם חומש־קאָמענטאַר פֿון היעראָנים.
דער רבֿ, וועלכער פֿאַרענטפֿערט די מיסיאָנערישע קשיות, קלינגט ווי אַ מין פֿריִיִקער משׂכּיל, וועלכער לייגט פֿאָר אַן אייגענע ווערסיע פֿון ייִדישקייט, וואָס באַציט זיך פֿרײַנדלעך צו די קריסטן, און אַן אייגענע אינטערפּרעטאַציע פֿון פּראָ־ייִדישער קריסטלעכקייט. בקיצור, זעט דער דאָזיקער ספֿר אויס נישט ווי אַ נעגאַטיוו אַנטי־קריסטלעך ווערק, נאָר גיכער ווי אַ פֿרײַנדלעכער פּראָיעקט פֿון שלום און קאָנסאָלידאַציע צווישן ייִדן און קריסטן.
מילא, זענען אַזעלכע פּראָיעקטן נישט קיין נאָווינע און זענען געווען באַקאַנט אין מערבֿ־אייראָפּע זינט דער רענעסאַנס־תּקופֿה. דער ספֿר "כּור מצרף האמונות ומראה האמת" ווערט אָבער באַגלייט מיט אַ ספּעציעלער בײַלאַגע, וווּ דער מחבר דערקלערט דעם סוד פֿון דער "אמתער ייִדישער אמונה", באַגרינדעט אויף אַ פֿראַגמענט פֿון אַבֿרהם־מיכאל קרדוזו (קאַרדאָזאָ) — אַ באַקאַנטער אידעאָלאָג פֿון שבתי־צבֿיניקעס. לאָפּעז שטיצט קאַרדאָזאָס שיטה, אַז דער געטלעכער אין־סוף איז בעצם אַן אַבסטראַקציע, וואָס האָט נישט קיין דירעקטע שײַכות צו רעליגיע, און אַז "אַלוקי־ישׂראל" — גאָט פֿון ישׂראל, וועלכער האָט באַשאַפֿן די גאַנצע וועלט, אויסגעלייזט די ייִדן פֿון מצרים און געגעבן זיי די תּורה — איז אַן עמאַנאַציע (אַן "אויסגעשטראַלטע" צווייטיקע מדרגה) לגבי דעם אין־סוף. לויט קאַרדאָזאָ און לאָפּעזן, באַשטייט דער עיקר־טעות פֿון די קריסטן, מוסולמענער און ס׳רובֿ ייִדן דווקא אין דעם, וואָס ביידע דינען דער אַבסטראַקטער "סיבה־הראשונה" און נישט דער דאָזיקער עמאַנאַציע פֿון אין־סוף, וועלכע איז, לויט זײַן שיטה, דער איינציקער פּאַסיקער אָביעקט פֿון עבֿודת־השם.
יצחק אַלטאַראַס איז געווען אַ געבילדעטער ייִד, וועלכער איז אויפֿגעוואַקסן אין אַ רבנישער משפּחה. ער האָט אָנגעפֿירט, ווי דער ראָש־הקהל, מיט דער ייִדישער קהילה אין מאַרסעל, און איז געווען בכלל באַקאַנט ווי אַן אָנגעזעענער מערבֿ־אייראָפּעיִשער ייִדישער כּלל־טוער. די אַרויסגעבער לויבן דעם ספֿר ווי אַ קוואַל פֿון דער ריכטיקער הייליקער ייִדישער אמונה.
ס׳איז קלאָר, אַז אַלטאַראַס און די פֿאַרלעגער האָבן איבערגעלייענט די שבתי־צבֿינישע בײַלאַגע און האָבן זי געשטיצט. ס׳איז שווער צו גלייבן, אַז זיי זענען אַליין געווען שבתי־צבֿיניקעס, ווײַל אין דער תּקופֿה, ווען דער ספֿר איז אַרויס, איז די שבתי־צבֿינישע באַוועגונג שוין לאַנג בטל געוואָרן. פֿונדעסטוועגן, זעט אויס, אַז צווישן אַ טייל פֿראַנצויזישע ייִדן פֿונעם 19טן יאָרהונדערט איז געווען אָנגענומען אַ דואַליסטישע טעאָלאָגיע, וועלכע דערמאָנט, אין געוויסע אַספּעקטן, הינדויִזם. לויט דער טראַדיציע פֿון אינדיע, איז דער אָביעקט פֿון גאָטדינסט אויך נישט די אַבסטראַקטע סיבה־הראשונה — "נירגונאַ בראַהמאַן" — נאָר אַ פּערזענלעכע עמאַנאַציע פֿונעם געטלעכן עצם.
יחיא קאַפֿחס באַקאַנטשאַפֿט מיטן ספֿר "כּור מצרף האמונות ומראה האמת" איז געווען איינע פֿון די הויפּט־סיבות, צוליב וועלכער ער האָט דערקלערט ממש אַ מלחמה קעגן קבלה. אין זײַן ספֿר "מלחמות ה׳" באַטראַכט ער די דעות פֿון יצחק לאָפּעז ווי אַן עבֿודה־זרה. זײַן קריגערײַ קעגן די מקובלים איז פֿאַרגאַנגען אַזוי ווײַט, אַז אַ צאָל פּראָמינענטע חרדישע רבנים באַטראַכטן די אַנטי־קבליסטישע באַוועגונג פֿון "דור־דעים" ווי אַפּיקורסות. בקיצור, האָט די פֿאַרלעגערישע טעטיקייט פֿון יעקבֿ־יצחק אַלטאַראַסן געשפּילט אַ ראָלע פֿון אַ שאַרפֿן סיכסוך פֿון קעגנזײַטלעכע באַשולדיקונגען צווישן אַ טייל קבלה־שטיצער און קריטיקער.
וואָס שײַך דער עצם־צעטיילונג צווישן דעם אַבסטראַקטן אין־סופֿיקן אַבסאָלוט און דעם פּערזענלעכן גאָט פֿון רעליגיע, מוז מען באַמערקן, אַז אַזאַ געדאַנק איז שוין געווען פֿאַרשפּרייט צווישן מקובלים און ייִדישע נעאָ־פּלאַטאָניסטן מיט הונדערטער יאָרן פֿאַר די שבתי־צבֿיניקעס, און טרעפֿט זיך אין אַזעלכע קבלה־ספֿרים, ווי "מערכת־אלוקות" און "שער־השמים", ווי אויך אין אַ ריי אָנגענומענע שפּעטערדיקע ווערק, בתוכם "שערי גן העדן" פֿון רבי יעקבֿ־קאָפּל ליפֿשיץ און "ספֿר־הברית" פֿון רבי פּינחס־אליהו האָראָוויץ.
ווען מיר טראַכטן וועגן גאָט, מיינען מיר אונדזער אייגענע השׂגה פֿון געטלעכקייט. דערפֿאַר איז דער אָביעקט פֿון אונדזערע תּפֿילות, צי מיר ווילן עס, צי נישט, טאַקע אַן אָפּשפּיגלונג פֿון געטלעכקייט אינעם מענטשלעכן שׂכל. דעריבער — לכל־הפּחות, אינעם פּסיכאָלאָגישן זין — איז הרבֿ יצחק לאָפּעז טאַקע גערעכט. דאָס איז אָבער אַ קאָמפּליצירטע טעמע, וועלכע פֿאָדערט אַ באַזונדערע לאַנגע דיסקוסיע.
ס׳איז אינטערעסאַנט אָבער, אַז אַ באַשיידענע טעטיקייט פֿון איין מענטש — למשל, אַ פּובליקאַציע פֿון אַ זעלטענעם ספֿר — קאָן אַרויסרופֿן אַ גאַנצע לאַווינע פֿון דיסקוסיעס און אַפֿילו אינספּירירן אַ גאַנצע באַוועגונג. דאָס אַליין איז אַ וויכטיקער סאָציאַלער פֿענאָמען, וועלכער ווײַזט — אויב מע טראַכט זיך פֿילאָסאָפֿיש אַרײַן — אַז אונדזער לעבן ווענדט זיך, דער עיקר, נישט אינעם אַבסטראַקטן אין־סוף, נאָר אינעם קאָנקרעטן אויפֿנאַם פֿון רוחניות דורך אונדזער מענטשלעכן וועזן.