ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (מישיגען)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

Allison Schachter.
Diasporic Modernisms:
Hebrew and Yiddish Literature
in the Twentieth Century.
Oxford University Press, 2011.

דער אַמעריקאַנער ייִדישער קריטיקער ברוך ריווקין האָט מעטאַפֿאָריש באַשריבן די ייִדישע ליטעראַטור ווי אַ "כּמו־טעריטאָריע", אַ מין אויסגעטראַכטער שטח פֿון דער מאָדערנער ייִדישער גלות־עקזיסטענץ. די דאָזיקע אידעע ווערט אַנטוויקלט, מיט אַ גרויסער געניטשאַפֿט און וויסן, אינעם בוך פֿון עליסאָן שעכטער. דאָס בוך הייבט זיך אָן, ווי עס פּאַסט פֿאַר אַלע פֿאָרשונגען פֿון מאָדערנער ייִדישער קולטור, מיט מענדעלע, און דווקא מיט דער הקדמה צו זײַן לעצטן גרויסן אויטאָביאָגראַפֿישן ווערק "שלמה רב חיימס".
אין דער דאָזיקער הקדמה באַשרײַבט מענדעלע זײַן באַזוך בײַ דעם ליטעראַט רב שלמה אין דער שטאָט N (געמיינט — אַבראַמאָוויטש אין אָדעס). אַזוי אַרום שטעלט זיך אַבראַמאָוויטש אַליין, צום ערשטן און צום לעצטן מאָל, פּנים־אל־פּנים פֿאַר זײַן ליטעראַריש באַשעפֿעניש מענדעלע מוכר־ספֿרים. שעכטער טײַטשט אויס די דאָזיקע סצענע, ווי אַ פּרוּוו אויפֿצובויען אַ מין נײַע באַציִונג צווישן דעם מחבר און זײַן לייענערישן עולם אין דער ייִדישער ליטעראַטור. אַבראַמאָוויטש דער שרײַבער געפֿינט זיך דאָ אויף אַ שיידוועג. ער קאָן ממשיך זײַן מיטן שרײַבן אינעם אַלטן נוסח וועגן דעם אַלטן באַקאַנטן גלופּסקער ייִדישלאַנד, אָדער ער קאָן זיך ווענדן צו דעם נײַעם, גרויסשטאָטישן עולם, וואָס איז אים ווייניקער באַקאַנט.
דאָ האָט אַבראַמאָוויטש דערטאַפּט די קערנדיקע פּראָבלעם פֿון דער מאָדערנער ליטעראַטור אויף ייִדיש און אויף העברעיִש. ווי אַזוי קאָן מען שילדערן די מאָדערנע ווירקלעכקייט, וואָס האַלט אין אײַן בײַטן זיך? וווּ נעמט מען נײַע באַגריפֿן, אימאַזשן, ליטעראַרישע מכשירים פֿאַר דעם? צי דאַרף מען זיך שטעלן פֿאַר אַ צוועק צו שאַפֿן אַן אייגענע "נאַציאָנאַלע" ייִדישע, אָדער העברעיִשע, ליטעראַטור לויט דער אַלגעמיינער טענדענץ, נעמענדיק פֿאַר אַ מוסטער די אַנדערע אייראָפּעיִשע ליטעראַטורן? אָדער אפֿשר דאַרף מען זיך ווײַטער האַלטן בײַם אַלטן גאַנג און ניט לייגן קיין אַכט אויף נײַ־מאָדישע טענדענצן?
שעכטער באַהאַנדלט פֿינף מאָדערנע מחברים, יעדער איינער מיט אַן אייגענעם קינסטלערישן וועלטבאַנעם. זי האָט זיי אַרײַנגעבראַכט אין אַ שמועס און געלאָזט זיי רעדן איינער צו דעם אַנדערן איבער די גרענעצן אין צײַט און רוים. יוסף חיים ברענער האָט זיך ניט געהאַלטן פֿאַר אַן אָנהענגער פֿון מענדעלעס נוסח. אָבער שעכטער דערווײַזט, ווי אַזוי ער האָט צוגעפּאַסט מענדעלעס ליטעראַרישע המצאות צו אַ גאָר אַנדערער מענטשלעכער און סאָציאַלער סיטואַציע.
ברענערס ראָמאַן "שכול וכישלון" ("בראָך און דורכפֿאַל") שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ כּלומרשטע איבערזעצונג פֿון אַ ייִדישן טאָגבוך פֿונעם העלד, וואָס האָט באַשלאָסן צו פֿאַרלאָזן ארץ־ישׂראל צוליב שווערע לעבנס־באַדינגונגען. שעכטער זעט אין דעם דאָזיקן ראָמאַן אַ קריטישן אָפּרוף אויף דעם ציוניסטישן פּראָיעקט פֿון אויפֿבויען אַ נײַעם העברעיִש־רעדנדיקן ציבור אין ארץ־ישׂראל און מבֿטל צו זײַן לגמרי די גלות־ירושה. די אינעווייניקע אידעיִשע סתּירות קומען בולט אַרויס אין דער שפּראַך פֿונעם ראָמאַן, וואָס באַטאָנט די אומפֿעיִקייט פֿונעם געקינצלטן גערעדטן העברעיִש אויסצודריקן דעם גאַנצן קאָמפּליצירטן מהות פֿון דער מאָדערנער ייִדישער עקזיסטענץ.
ווײַטער נעמט זי דעם לייענער פֿון ארץ־ישׂראל אונטער דער טערקישער שליטה קיין בערלין פֿון דער ווײַמאַרער תּקופֿה, ווען די דײַטשישע הויפּטשטאָט איז געוואָרן אַ וויכטיקער צענטער אי פֿון דער ייִדישער, אי פֿון דער העברעיִשער קולטור. זי באַטראַכט די בערלינער בינע דורך די טאָפּלטע ייִדיש־העברעיִשע ברילן, פֿאַרגלײַכנדיק די פּראָזע פֿון דוד בערגעלסאָן און לאה גאָלדבערג.
דער דאָזיקער פּאַראַלעל איז ספּעציעל אינטערעסאַנט, ווײַל דאָ ווערט איבערגעקערט דער אַלטער סאָציאַל־לינגוויסטישער סטערעאָטיפּ, וואָס האַלט ייִדיש פֿאַר אַ "ווײַבערישער", און העברעיִש פֿאַר אַ "מאַנצבילישער", שפּראַך. ביידע מחברים האָבן אויף אַן אייגענעם אופֿן אָפּגעשפּיגלט דעם מאַניש־דעפּרעסיוון פּסיכאָלאָגישן צושטאַנד פֿון דער מיזרח־אייראָפּעיִשער ייִדישער אינטעליגענץ, וואָס האָט זיך געפֿונען אינעם קעסלגרוב פֿון דער מאָדערנער קולטור און פּאָליטיק אינעם סאַמע קריטישן מאָמענט פֿון דער אייראָפּעיִשער געשיכטע.
דאָס לעצטע קאַפּיטל איז אַ מין עפּילאָג, וואָס באַטראַכט די עלעגישע דיכטערישע רעפֿלעקסיעס פֿון צוויי ניו־יאָרקער דיכטער, קאַדיע מאָלאָדאָווסקי און גּבֿריאל פּרייל. זיי קוקן אויף די חורבֿות פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן ייִשובֿ אין מיזרח־אייראָפּע און ציִען אונטער די סך־הכּלען פֿון דער קולטורעלער ירושה; און די פּאָעטישע פֿאָרעם פּאַסט בעסער איידער פּראָזע פֿאַר דער דאָזיקער אויפֿגאַבע.
אָבער שעכטער ענדיקט איר בוך אויף אַן אָפּטימיסטישער נאָטע, וואָס לאָזט איבער אַ געוויסע האָפֿענונג אויף להבא. זי האַלט, אַז "די מאָדערניסטישע קולטור אויף די ייִדישע שפּראַכן האָט פֿאָרויסגעשטאַלטיקט די אידענטיטעט–אַנטוויקלונג אינעם איין־און־20סטן יאָרהונדערט." זי טענהט, אַז די דאָזיקע ייִדישע "טראַנס־נאַציאָנאַלע" ליטעראַטור קאָן דינען ווי אַ וועגווײַזער פֿאַר נײַע ליטעראַרישע פֿאָרמען און סטילן אין דער איצטיקער פּאָסט־נאַציאָנאַליסטישער תּקופֿה.
שעכטערס אָריגינעלע און גרונטיקע שטודיע געהערט צו דער נײַער שיטה אין דער ייִדישער ליטעראַטור־פֿאָרשונג, וואָס איז בולט געוואָרן אין די לעצטע צענדליקער יאָרן אין די ווערק פֿון חנה קראָנפֿעלד און דן מירון, העריעט מוראַוו און מאַרק קאַפּלאַן, שחר פּינסקער און בנימין מאָס. מען וויל ניט באַטראַכטן ליטעראַטור ווי אַ "דינסטמויד" פֿון פּאָליטישע באַוועגונגען און אידעאָלאָגישע שטרעמונגען אָדער ווי אַן אָפּשפּיגלונג פֿון געזעלשאַפֿטלעכע פּראָצעסן. אַנשטאָט דעם באַטאָנט מען די עסטעטישע אויטאָנאָמיע און סטיליסטישע אייגנאַרטיקייט פֿון ליטעראַרישע ווערק. דערבײַ שאַפֿט מען, אין הסכּם מיט ברוך ריווקינס פֿאַרגעסענער טעאָריע, אַ מין ליטעראַרישע כּמו־טעריטאָריע, וואָס ווערט באַוווינט מיט מאָדערניסטישע טעקסטן.
אין אַ געוויסער מאָס שטימט די דאָזיקע אַקאַדעמישע שיטה מיט די חלומות פֿון דער איצטיקער אַמעריקאַנער ייִדישער אינטעליגענץ, וואָס זוכט אַן אייגענעם קולטורעלן ייִחוס־בריוו. דער דאָזיקער בריוו איז כּולל, דער עיקר, מאָדערניסטישע ייִדישע און העברעיִשע טעקסטן, וואָס זײַנען אָנגעשריבן דורך מענער און פֿרויען, וועלכע האָבן זיך געראַנגלט מיט די סתּירות און שפּאַנונגען פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט.
עס בלײַבט דערווײַל, מחוץ אָט דעם מאָדערניסטישן קאַנאָן, די גאַנצע רעאַליסטישע טראַדיציע, וואָס מען האַלט צומאָל פֿאַר אַ צו פּראָסטע און גראָדליניקע. אָבער דווקא די דאָזיקע ווערק בילדן דעם פֿונדאַמענט פֿאַר מאָדערניסטישע עקספּערימענטן. דער גרויסער קאָרפּוס פֿון ייִדישער און העברעיִשער רעאַליסטישער פּראָזע פֿאַרמאָגט אַ סך פֿאַרגעסענע מײַסטערווערק, למשל, די צוויי־שפּראַכיקע ווערק פֿון זלמן שניאור, און וואַרט נאָך אויף אַ געהעריקער אָפּשאַצונג.