|
באָריס דובאָסאַרסקי |
Credit: Goldshmidt Efim |
לכּבֿוד דעם קאָמפּאָזיטאָר באָריס דובאָסאַרסקי
אינעם בעסטן קאָנצערט־זאַל אין קעשענעוו, מיט אַ פּרעכטיקן אָרגל, האָט די קולטור־געזעלשאַפֿט פֿון דער שטאָט געפֿײַערט דעם 65סטן יוביליי פֿונעם באַקאַנטן קאָמפּאָזיטאָר, פֿידלער, פּראָפֿעסאָר פֿון דער מאָלדאַווישער מוזיק־אַקאַדעמיע, באָריס דובאָסאַרסקי.
ער איז געבוירן געוואָר אין 1947 אין דער שטאָט בענדער; פֿאַרענדיקט דעם מוזיק־טעכניקום אין קעשענעוו און אויך די קעשענעווער קאָנסערוואַטאָריע, ווי אַ פֿידלער און קאָמפּאָזיטאָר. אַ סך האָט דובאָסאַרסקי געאַרבעט אינעם סטרונע־קוואַרטעט בײַ דער מאָלדאַווישער טעלעוויזיע. ווי אַ קאָמפּאָזיטאָר האָט ער אַרויסגעוויזן זײַן טאַלאַנט אין פֿאַרשידענע זשאַנערס: סימפֿאָנישן, ווערק פֿאַרן כאָר, וואָקאַל, ווי אויך אַ היפּשע צאָל קאַמער־מוזיק. במשך פֿון עטלעכע יאָר האָט ער אָנגעפֿירט מיטן אַנסאַמבל "פֿידלערנס פֿון מאָלדאָווע", וווּ ס׳האָבן זיך באַטייליקט די גראַדואַנטקעס פֿון דער קעשענעווער מוזיק־אַקאַדעמיע. דער אוניקאַלער אַנסאַמבל איז אויסגעווען מיט זײַנע קאָנצערטן כּמעט אין גאַנץ אייראָפּע.
צווישן זײַנע תּלמידים האָט ער דערצויגן איינעם פֿון די בעסטע פֿידלערס אין לאַנד יוליאַן גירנעץ, וואָס פֿאָרט אַרום מיט קאָנצערטן איבער דער וועלט. אָבער איך וויל הײַנט דערציילן וועגן דובאָסאַרסקיס קאָמפּאָזיטאָרישן "פּינטעלע ייִד". אין דער פּראָגראַם פֿון זײַן יוביליי־אָוונט האָט דער קאָמפּאָזיטאָר אײַנגעשלאָסן זײַן ווערק "קאַפּריטשיאָ פֿאַר טרומייט און אָרקעסטער אויף ייִדישע טעמעס", ווי אויך דעם טריִאָ "גאָלדפֿאַדעניאַדע". דעם טרומייט־סאָלאָ האָט אויסגעפֿירט דער יונגער מוזיקער, וויאַטשעסלאַוו ביל, און דיריגירט האָט מיטן אָרקעסטער דער דיריגענט פֿון רומעניע קריסיאַן פֿלאָריאַ. אינעם "טריִאָ" האָבן זיך באַטייליקט יאָן זשאָסאַן (טשעלאָ), סערגאָ בענגעלסדאָרף (פּיאַנע) און דער יובילאַר אַליין, באָריס דובאָסאַרסקי (פֿידל).
אויפֿן אַנדערן טאָג האָב איך זיך געטראָפֿן מיט מײַן פֿרײַנד, באָריס דובאָסאַרסקי און געשטעלט אים מײַן איינציקע פֿראַגע:
ווי אַזוי האָסטו, אין אַ לאַנד, וווּ די ייִדישע טעמע איז געווען ווײַט נישט צווישן די פּאָפּולערסטע אין אַלע געביטן, זי נישט אויסגעמיטן, ווי אַ סך אַנדערע קאָמפּאָזיטאָרן מיט אַ ייִדישן ייִחוס?
"ווען אין די אָנהייב 1960ער יאָרן איז אין קעשענעוו געשאַפֿן געוואָרן דער ייִדישער פֿאָלקס־טעאַטער, אין שפּיץ מיטן פּרעכטיקן אַקטיאָר ראובֿן לעווין, בין איך נאָך געווען גאָר אַ יונגער, 20 יאָר אַלט. איך האָב זיך דעמאָלט געלערנט אין דער קאָנסערוואַטאָריע און מ׳האָט מיך פֿאַרבעטן צו שפּילן פֿידל אינעם אָרקעסטער. ווי אַ פּרוּוו, האָב איך געמאַכט צוויי אַראַנזשירונגען צו דער פֿאָרשטעלונג ‘נײַ כּתריאלעווקע’, און שפּעטער, ווען דער טעאַטער האָט אויפֿגעפֿירט ‘הערשעלע אָסטראָפּאָליער’, האָב איך צו דער פֿאָרשטעלונג געשאַפֿן אַן אוּווערטורע. אַזוי האָט זיך אָנגעהויבן דאָס ‘ייִדישע קאַפּיטל’ אין מײַן שאַפֿונג. דעם טעאַטער האָט מען געשלאָסן און פֿאַר דער ייִדישער קולטור איז געקומען אַ שווערע תּקופֿה פֿון שווײַגן."
"ווען אין די סוף 1980ער, אָנהייב 1990ער האָט מען געגרינדעט די ייִדישע קולטור־געזעלשאַפֿט פֿון מאָלדאָווע, בראָש מיטן שרײַבער באָריס סאַנדלער, האָט זיך אָנגעהויבן אויך דער אויפֿלעב פֿון דער ייִדישער קולטור. דעמאָלט האָב איך אָנגעשריבן מײַן "קאַפּריטשיאָ" פֿאַר טרומייט סאָלאָ. לויט אײַער איניציאַטיוו, סערגאָ, האָב איך געשאַפֿן די צוויי טריִאָס אויף גאָלדפֿאַדענס מוזיק "קאָלדוניע" און "גאָלדפֿאַדעניאַדע", און זיך באַטייליקט אין די ייִדישע פּראָגראַמען. איך האָב אויך געמאַכט עטלעכע אַראַנזשירונגען פֿון ייִדישע פֿאָלקס־לידער, ווי אויך אינסטרומענטאַלע ווערק. איך האָב בכלל ליב צו אַרבעטן מיט פֿאָלקס־מוזיק, אַרײַנגערעכנט די מאָלדאַווישע, און אין אַ סך פֿון מײַנע ווערק נוץ איך אויס דעם פֿאָלקלאָר".
אין אָנדענק פֿון חנה קופּער
אינעם ערשטן זונטיק פֿון חודש פֿעברואַר האָט זיך אינעם קלוב "מאַמע־לשון" צונויפֿגעזאַמלט אַ היפּשער עולם. זעט אויס, אַז די טעמע פֿון דער טרעפֿונג האָט צוגעצויגן דעם אויפֿמערק פֿון אונדזערע ליבהאָבער פֿון ייִדיש. און גערעדט האָט מען וועגן דער ייִדישער אַמעריקאַנער זינגערין חנה קופּער, וואָס איז גוט באַקאַנט געווען סײַ די ייִדישע זינגערס אין קעשענעוו, וועלכע האָבן זיך בײַ איר געלערנט אויף די "קלעזפֿעסטן" אין פּעטערבורג, און סײַ די צוהערער פֿון מײַנע ראַדיאָ־פּראָגראַמען, וווּ עס האָבן אָפֿט געקלונגען לידער אין איר זעלטענער אויספֿירונג.
די הויפּט־געסט פֿון דעם אָנדענק־אָוונט זײַנען געווען יעפֿים טשאָרני און סוזאַן גערקוס — צוויי באַקאַנטע מוזיקער און קענער פֿון ייִדישן ליד, וואָס זייערע נעמען קאָן מען טרעפֿן אויף די ייִדישע מוזיקאַלישע אונטערנעמונגען איבער דער וועלט. זיי האָבן, אייגנטלעך, איניציִיִרט דעם אָוונט און אַ סך דערציילט וועגן זייערע טרעפֿונגען מיט דער זינגערין, וואָס זיי האָבן זי געהאַלטן פֿאַר זייער לערערין אויפֿן פֿעלד פֿונעם ייִדיש־ליד.
מיט זייערע דערמאָנונגען וועגן קופּערס לימודים בעת דעם "קלעזפֿעסט" אין פּעטערבורג האָבן זיך געטיילט די זינגערין אַלאַ דערעסקאָ און דער זינגער איסאַק פֿאַרבער; און איך האָב דערציילט וועגן מײַנע אומפֿאַרגעסלעכע טרעפֿונגען מיט חנה סײַ אין פּעטערבורג און סײַ אין ניו־יאָרק. איר זיסע, עמאָציאָנעלע שטים האָט מער געפּאַסט פֿאַר אַ קאַמער־מוזיק, פֿול מיט דינע ניואַנסן און איידעלע מאַנירן, איידער פֿאַר אַ קלעזמער־סטיל. איך בין דאַנקבאַר געווען איר פֿאַר דער הילף, וואָס זי האָט אַזוי ברייטהאַרציק אַרויסגעוויזן פֿאַר מײַנע סטודענטן בײַם שאַפֿן מיט זיי אַ ייִדישן רעפּערטואַר: אַלעקס דיגאָרע, איסאַק פֿאַרבער און אַנזשעלאַ פּיכוט. אַנזשעלאַ האָט, למשל, זייער מײַסטעריש אויסגעלערנט דאָס באַקאַנטע ליד פֿון סידאָר בעלאַרסקיס רעפּערטואַר "זאָל שוין קומען די גאולה".
במשך פֿונעם אָוונט האָבן אָפֿט געקלונגען די לידער, וואָס קופּער אַליין האָט געזונגען, און וואָס די קאָמפּאַקטלעך געפֿינען זיך אין אונדזער ביבליאָטעק: פֿאָלקס־לידער, אַזעלכע ווי "באָרשט"; לידער פֿון ייִדישע קאָמפּאָזיטאָרן און דיכטער, צווישן זיי דאָס פּרעכטיקע ליד פֿון ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן "האַרבסטליד", וואָס איך ווייס נישט, צי עמעצער נאָך פֿון די ייִדישע זינגער זינגט עס אַזוי האַרציק־טיף און דורכדרינגלעך.