- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אין די לעצטע חדשים האָב איך שוין עטלעכע מאָל באַשריבן די דעמאָנסטראַציעס און צוזאַמענשטויסן מיט דער פּאָליציי, צווישן די עקסטרעמע חרדישע גרופּעס פֿון מאה־שערים און אַנדערע פֿרומע, רעליגיעזע געגנטן, קעגן דעם ראָש־העיר (בירגערמײַסטער) פֿון ירושלים ניר ברקת (באַרקאַט), פֿאַר זײַן באַשלוס צו דערלויבן די הונדערטער אויטאָס, וואָס קומען שבת און יום־טובֿ קיין ירושלים, צו פּאַרקן אין דעם "קרתּא"־פּאַרקפּלאַץ, נאָענט צו דעם שער־יפֿו. דאָס לערניאָר 2008—2009 האָט זיך שוין פֿאַרענדיקט. איבער אַ מיליאָן צוויי הונדערט טויזנט תּלמידים פֿון די קינדער־גערטנער און עלעמענטאַרע שולן, איבער זעקס הונדערט טויזנט תּלמידים פֿון די מיטלשולן אין לאַנד, זענען איצט פֿרײַ פֿון זייער לערניאָר, ביז דעם 1טן סעפּטעמבער — גאַנצע צוויי חדשים פֿון חופֿש־הגדול, פֿון די זומער־וואַקאַציעס. די הייסע זומערטעג זענען אין פֿולן ברען. טויזנטער און טויזנטער יוגנטלעכע און דערוואַקסענע פֿאַרברענגען אויף די פּלאַזשעס — די ים־ברעגן פֿון לאַנד, די ייִנגערע און די פֿאַרשיידענע זומער־לאַגערן, אָרגאַניזירט פֿון די מוניציפּאַליטעטן, אָדער פּריוואַטע אונטערנעמער. עס איז איצט חודש אויגוסט, דער חודש פֿון וואַקאַציע, פֿאַרווײַלונג, אויספֿלוגן, רײַזעס איבערן לאַנד און מעבֿר־לים. די היצן זענען גרויס, עס איז שטאַרק הייס. מען זוכט אַ קיל פּלאַץ, אַ ווינקל אין שאָטן, וווּ מען קען אָפּכאַפּן דעם אָטעם... לויטן ייִדישן לוח איז בײַ אונדז איצט חודש אָבֿ — אַ חודש פֿון טרויער, ווייטיקלעכע דערמאָנונגען, פֿול מיט טראַגישע היסטאָרישע געשעענישן אין אונדזער לאַנגער געשיכטע. זכרונות וואָס זענען טיף אײַנגעקריצט אין אונדזער קאָלעקטיוון און פּערזענלעכן זכּרון. (אַ פּערזענלעכער רעפּאָרטאַזש פֿונעם בולדאָזער־אַטאַק אין ירושלים) פֿאַראַכטאָגן מיטוואָך בין איך געפֿאָרן מיט מײַן מאַן און דרײַ פֿון אונדזערע מיידלעך, צו גאַסט צו אונדזערע פֿרײַנד. ווען מיר האָבן דערגרייכט די גאַס "שׂרי־ישׂראל", איז געווען אַ גרויסער פֿאַרקער. פּלוצלינג זענען עטלעכע בוי־אַרבעטער צוגעלאָפֿן און געמאַכט העוויות מיט דער האַנט, אַז מיר זאָלן תּיכּף פֿאַרלאָזן דאָס אָרט. די גאַס איז אָבער געווען אַזוי געפּאַקט מיט אויטאָס, אַז ס׳איז פּשוט נישט געווען מעגלעך. מיט עטלעכע וואָכן צוריק האָט זיך געעפֿנט אין ישׂראל דער 67סטער יערלעכער ביכער־יריד. במשך די פֿאַרגאַנגענע יאָרן האָט דער דאָזיקער יריד זיך שטאַרק אַנטוויקלט אין פֿאָרעם, אין איכות און אין מהות. פֿון “שבֿוע הספֿר העבֿרי" — אַ וואָך פֿון העברעיִשן בוך, איז עס פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ יריד פֿון אַ גאַנצן חודש. ווען דער דאָזיקער “בריוו פֿון ירושלים" וועט דערשײַנען אין “פֿאָרווערטס" אין ניו־יאָרק, וועלן שוין זײַן די לעצטע טעג פֿון פֿאַר־פּסח, דעם חג־החרות — דעם יום־טובֿ פֿון אונדזער באַפֿרײַונג פֿון שקלאַפֿערײַ אין אַמאָליקן מצרים. טויזנטער יאָרן זענען שוין פֿאַרבײַ זינט דאַן, און דער דאָזיקער יום־טובֿ האָט נאָך אַלץ ניט פֿאַרלאָרן זײַן זין, (נאָך אַ וואָך פֿון אָפּרו און פֿאַרגעניגן בײַם ים־המלח) בלויז אַ שעה און אַ האַלב דויערט אָנצוקומען מיט דעם "אגד"־אויטאָבוס פֿון דעם קאַלטן, טריבן ירושלים ביז דעם זון־שײַנענדיקן, וואַרעמען ים־המלח ("דער געזאַלצענער ים"), וואָס איז אויך באַקאַנט ווי דער ים־המוות ("דער טויטער ים"). עס דויערט ניט לאַנג. נאָך דעם ווי דו פֿאַרלאָזסט די אויטאָבוס־סטאַנציע אין צענטער פֿון ירושלים, און דו באַווײַזסט נאָך ניט זיך מאַכן באַקוועם אין דײַן זיצפּלאַץ, ביסטו שוין אין מידבר־יהודה. דעם 15 דעצעמבער 1947, צוויי וואָכן נאָך דער היסטאָרישער סעסיע פֿון די "פֿאַראייניקטע פֿעלקער" אין לייק־סוקסעס, ניו־יאָרק, בעת וועלכער עס איז אָנגענומען געוואָרן די רעזאָלוציע צו צעטיילן ארץ־ישׂראל, זענען איבערן לאַנד אָנגעגאַנגען ביטערע קאַמפֿן צווישן די ייִדן און די אַראַבער. אין יענעם טאָג, מיט איבער 60 יאָר צוריק, איז ד"ר חיים ווייצמאַן אויפֿגעטראָטן פֿאַר אַ גרויסער פֿאַרזאַמלונג אין אַטלאַנטיק־סיטי, צונויפֿגערופֿן פֿון דעם "פֿאַראייניקטן ייִדישן אַפּיל" (United Jewish Appeal — U.J.A.). מיט עטלעכע וואָכן צוריק איז דערשינען אין דער ישׂראל־פּרעסע, מיט גרויסע קידוש־לבֿנה־אותיות די בשׂורה, אַז סוף־כּל־סוף, איז דערגרייכט געוואָרן אַ הסכּם מיטן פּרעמיער־מיניסטער אהוד אָלמערט, וואָס שייך דער קיצבֿה — דער רעגולערער געלט־שטיצע, וואָס די רעגירונג טיילט אויס צו די "ניצולי־השואה" — די לעבן־געבליבענע ייִדן פֿון חורבן, וועלכע וווינען אין ישׂראל. רירנדיקע צערעמאָניע אין "יד־ושם" מיט עטלעכע וואָכן צוריק איז פֿאָרגעקומען אַ צערעמאָניע אין "יד־ושם", וואָס האָט אַרויסגערופֿן גרויס אינטערעס אין דער מעדיאַ און אין דער ישׂראל־פּרעסע. עס איז געווען פֿאַרבונדן מיטן אָנערקענען אַ קריסטלעכע פֿרוי ווי איינע פֿון די "חסידי־אומות־העולם", וואָס האָט בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה ריזיקירט מיט איר לעבן און געראַטעוועט ייִדן פֿון די נאַצישע זעלנער. אין דעם פֿאַרגאַנגענעם חודש תּמוז תשס"ז, (יולי 2007), איז דערשינען אין תּל־אָבֿיבֿ דער דריטער נומער פֿון דער צײַטשריפֿט "דווקא". אין געוויינלעכע, געמיטלעך־רויִקע און קילע טעג, וואָלט די דערשײַנונג פֿון דער דאָזיקער צײַטשריפֿט געדאַרפֿט אויפֿגענומען ווערן מיט גרויס סאַטיספֿאַקציע, ניט נאָר אין די ליטעראַרישע ישׂראל־קרײַזן, נאָר אויך אין דער ייִדיש־מחנה, וואָס זאָרגט זיך וועגן דער אַלגעמיינער מערכה פֿון ייִדיש און ייִדישער קולטור אין אונדזער מדינה. צווישן די וויכטיקסטע היסטאָרישע דאַטעס, וואָס זענען אָפּגעמערקט געוואָרן במשך פֿון דעם נאָר וואָס פֿאַרגאַנגענעם יאָר, איז געווען די דאַטע פֿון 60 יאָר זינט "יציאת אירופּה תש"ז" — "עקסאָדוס 1947", ווען די שיף “פּרעזידענט וואַרפֿילד", מיט 4,500 מעפּילים — אומלעגאַלע עולים — האָט פֿאַרלאָזט דעם קליינעם פֿראַנצויזישן פּאָרט סעט אויפֿן וועג צו די ברעגן פֿון ארץ־ישׂראל. צוזאַמען מיט זיי איז אויך געווען אַ קליינע צאָל שליחים פֿון דער "הגנה", וועלכע האָבן אָנגעפֿירט מיט דעם העראָיִשן קאַמף קעגן דער שטאַרק־באַוואָפֿנטער בריטישער מאַכט. |