פּובליציסטיק

ווען דער דאָזיקער “בריוו פֿון ירושלים" וועט דערשײַנען אין “פֿאָרווערטס" אין ניו־יאָרק, וועלן שוין זײַן די לעצטע טעג פֿון פֿאַר־פּסח, דעם חג־החרות — דעם יום־טובֿ פֿון אונדזער באַפֿרײַונג פֿון שקלאַפֿערײַ אין אַמאָליקן מצרים.

טויזנטער יאָרן זענען שוין פֿאַרבײַ זינט דאַן, און דער דאָזיקער יום־טובֿ האָט נאָך אַלץ ניט פֿאַרלאָרן זײַן זין, זײַן באַטײַט און זײַן געבאָט “והגדת לבנך" — זאָלסט דערציילן דײַנע קינדער און קינדס־קינדער, אַז “עבֿדים היינו בארץ מצרים", אַז מיר זענען געווען שקלאַפֿן אין לאַנד פֿון מצרים, און מיר זענען באַפֿרײַט געוואָרן כּדי מיר זאָלן זײַן פֿרײַע בירגער אין אונדזער אייגן לאַנד.

פֿערציק יאָר נאָך דער פֿיזישער באַפֿרײַונג, האָבן זיי געמוזט וואַנדערן אין מידבר, כּדי זיך צו באַפֿרײַען און אויסלײַטערן פֿון די שקלאַפֿערישער פּסיכאָלאָגיע, געוווינהייטן און אייגנשאַפֿטן, מיט וועלכע זיי זענען אויסגעוואַקסן, כּדי זיי זאָלן זײַן פֿעיִק בײַצוקומען אַלע שוועריקייטן און שטרויכלונגען אין זייער לאַנגן וועג, זיי זאָלן זײַן גרייט אַוועקצוּוואַרפֿן די געצנדינערײַ און צו זײַן ראָוי און פֿעיִק אָננעמען די צען געבאָט — די עשׂרת־הדיברות, בײַם באַרג סיני.

די הגדה וואָס מיר “זאָגן" בײַם סדר דערציילט אונדז און דערמאָנט אונדז די אַלע שטאַפּלען און אומוואַנדלונגען פֿון דער געשטאַלטונג פֿון אונדזער פֿאָלק. די נאַציאָנאַלע און סאָציאַלע באַפֿרײַונג משיעבוד לחרות (פֿון שקלאַפֿערײַ צו פֿרײַהייט), איז די גרונט־געשעעניש פֿון אונדזער לאַנגער געשיכטע, ביז אונדזער אייגענער צײַט.

פּסח איז אויך דער “חג־האָבֿיבֿ" — דער פֿרילינג־יום־טובֿ, וואָס ברענגט אַרײַן זונשײַן און ליכטיקייט אין אונדזער גרויער און וואָכעדיקער טאָג־טעגלעכקייט, וואָס פֿילט אונדז אָן מיט פֿרישע כּוחות און באַנײַטער ענערגיע, אָנצוגיין מיט אונדזער לעבנס־שטייגער.

די בילדערישע שילדערונגען פֿון דעם אָנקום פֿון פֿרילינג, ווי עס ווערט געבראַכט אין “שיר־השירים" (ב’ י"א), וואָס איז פֿאַרפֿאַסט געוואָרן מיט טויזנטער יאָרן צוריק, שילדערט די דאָזיקע געפֿילן וואָס גילטן און ווירקן אויף אונדז אַלעמען אויך אין דער איצטיקער צײַט, מיט דער זעלבער עקזאַלטאַציע און באַגײַסטערונג.

ווער קען דען בלײַבן גלײַכגילטיק, ווען ער לייענט, אַז “הניצנים ניראו באָרץ, עת הזמיר הגיע וקול התּור נשמע באַרצנו" — וואָרעם זע, דער ווינטער איז פֿאַרגאַנגען, די בלומען האָבן זיך באַוויזן אין לאַנד, די צײַט פֿון געזאַנג איז געקומען און דאָס קול פֿון טורטלטויב לאָזט זיך הערן אין אונדזער לאַנד (ייִדיש: יהואש).

האָבן טאַקע אַחינו־בני־ישׂראל בײַ אונדז אין לאַנד, נאָך די קאַלטע, ווינטיקע און אָפֿט מאָל רעגנדיקע טעג, צעפּראַלט זייערע פֿענצטער, כּדי אַרײַנצולאָזן די ליבלעכע, וואַרעמע פֿרילינג־שטראַלן אין זייערע הײַזער.

טויזנטער און טויזנטער ישׂראלים און טוריסטן פֿון אויסלאַנד, האָבן זיך אַרויסגעלאָזט איבער די וועגן און שטעגן פֿון לאַנד, צו באַוווּנדערן די קאָלירפֿולע, ממש פֿאַרשיכּורנדיקע פֿרילינג־בלומען, מיט וועלכע אונדזער לאַנד איז געבענטשט.

דער פֿאַרגאַנגענער ווינטער האָט, ליידער, ניט געהאַט גענוג רעגנס, און די לאַנדווירטן זאָרגן זיך שטאַרק, אַז דער קומענדיקער זומער דראָט צו זײַן אַ שנת־בצורת — אַ טרוקענער זומער, וואָס וועט זיך אויסווירקן זייער שלעכט אויף דער גערעטעניש און לאַנדווירטשאַפֿט בכלל.

הײַיאָר האָט, ליידער, דער באַרג חרמון געהאַט אַ זייער קורצן צײַט־אָפּשניט פֿון שנייען, און די טײַכן וואָס פֿליסן אַרײַן אין כּנרת האָבן כּמעט ווי ניט געהויבן איר וואַסער־פֿלאַך. די כּנרת איז געוואָרן אײַנגעשרומפּן און די וואַסערן האָבן זיך דערווײַטערט פֿון אירע געוויינטלעכע ברעגן.

מיט עטלעכע יאָר צוריק האָט מען גערעדט וועגן אימפּאָרטירן וואַסער אין שיפֿן אַזש פֿון טערקײַ, צוליב די הויכע קאָסטן איז עס ניט רעאַליזירט געוואָרן ביז איצט.

מען רעדט וועגן פֿאַרגרעסערן און פֿאַרשטאַרקן דעם פּראָצעס פֿון אַנטזאַלצן ים־וואַסער, באַגרענעצן און שפּאָרן וואַסער אין די הײַזער, אין די פֿאַרשיידענע אונטערנעמונגען און אינדוסטריעס אין לאַנד.

מען רעדט אויך, אַז די אײַנוווינער וועלן באַקומען באַגרענעצטע וואַסער־קוואָטעס פֿאַר זייער טעגלעכן געברויך, און עס וועט זײַן פֿאַרבאָטן צו אָפֿט צו באַוואַסערן פּאַרקן און די גערטנער אַרום די הײַזער.

באַזונדערס זאָרגן זיך די לאַנדווירטן וואָס דאַרפֿן באַוואַסערן זייערע פֿעלדער און גערטנער אין לויף פֿון די הייסע זומער־חדשים. מען פֿאָדערט שוין פֿון זיי, זיי זאָלן זיך באַנוצן מיט די גערייניקטע אָפּפֿלוס־וואַסערן פֿון די באַפֿעלקערטע ייִשובֿים און פֿאַרפּעסטעטע טײַכן.

מיר ווילן האָפֿן, אַז מיר וועלן דורכקומען דעם זומער, נישט אויסגיין פֿון דאָרשט, און ניט דאַרפֿן אָנקומען צו אימפּאָרטירטן וואַסער פֿון טערקײַ...

* * *

און, אַז עס דערנענטערן זיך די טעג פֿון פּסח, מיט די ספּעציעלע הכנות אין די שטיבער און אין די קיכן, אין צוצוגרייטן די פֿאַרשיידענע מאכלים און פּסח־פּאָטראַוועס, וואָס זענען איבערגעגאַנגען צו אונדז פֿון דור צו דור, צו זיצן מיט דער משפּחה אַרום דעם אויסגעפּוצטן סדר־טיש, נעמט דיך אַרום די נאָסטאַלגיע און בענקשאַפֿט, נאָך דײַנע קינדער־יאָרן, נאָך דעם אַמאָל וואָס איז געווען, נאָך דײַנע טײַערסטע און ליבסטע, נאָך דער היים וואָס איז פֿאַרניכטעט געוואָרן און איז מער ניטאָ...

יעדעס יאָר אין דער צײַט, דערמאָנט זיך מיר דאָס ליד פֿון נחום יוד “פֿאַרפּסחדיקע טעג", וואָס שילדערט אַזוי רירנדיק יענע טעג:

אין ווילדעניש פֿון שטעט, דורך שטורעמס פֿון די יאָרן,
וואָס ווײַטער אַלץ דו גייסט אויף דײַן באַשערטן וועג,
אַלץ ליכטיקער, אַלץ שענער שײַנט אויף אין דײַן זכּרון,
דאָס שטעטל פֿון אַמאָל אין די פֿאַרפּסחדיקע טעג.

די ליבע היימישקייט, די קינדער אין די גאַסן,
די שוואַלבן אינעם שײַן, די פֿרידלעכקייט אַרום...
די ריטשקעלעך, די שטראַלן אין דעם לויפֿנדיקן וואַסער,
די אויפֿגעוואַכטע שטיבלעך, אָפֿן צו דער זון.

די פֿרומע, פֿריידיקע, פֿאַרפּסחדיקע אַרבעט,
דאָס כּשרן פֿון אַלץ, וואָס קומט נאָר צו די הענט,
דאָס רייניקן און שאָבן, שײַערן און פֿאַרבן
די גלאַנצנדיקע לײַכטער און די אויסגעקאַלכטע ווענט.

אָ, פֿריילעך ייִדיש־לעבן שוין אַזוי דערווײַטערט,
אין טומל פֿון די שטעט און אין דעם ווילדן רעש!..
ייִשובֿים ייִדישע, וווּ זענט איר איצט? וווּ זענט איר?
צי וועט איר נאָך אַ מאָל דערהייבן זיך פֿון אַש?..

נאָר אין זכּרון, פֿאַרביק ווי אַ רעגנבויגן,
שײַנט אויף דאָס ייִדיש שטעטל מיטן גאַנצן חן...
און ס’פֿאַלט אַ טרער אַ ביטערע, אַ שווערע פֿון די אויגן
אויף דעם פֿאַרוויסטן לעבן, און אויף זיך אַליין.

* * *

אַ נײַע מאָדע האָט זיך אַנטוויקלט אין ישׂראל, בײַ אַ גרויסן טייל פֿון דער באַפֿעלקערונג: “צו געניסן פֿון צוויי וועלטן" אין די טעג פֿון פּסח. ספּעציעל איז עס פֿאַרשפּרייט צווישן די, וועלכע גייען ניט אין שיל, און זענען נישט שטאַרק אָפּגעהיט מיט די געבאָטן און דינים פֿון דעם יום־טובֿ.

אויף צו מאָרגנס, גלײַך נאָך דעם סדר מיט די טראַדיציאָנעלע היימישע משפּחה־מאַכלים (די קניידלעך א״אַ מטעמים), לאָזן זיי זיך אַרויס איבער די וועגן און שליאַכן פֿון לאַנד צו זײַן אין שויס פֿון דער נאַטור, אָדער צום לופֿטפֿעלד אין לוד, צו פֿליִען איבערן ים, אין די ווײַטע מרחקים און מקומות אין דער גרויסער וועלט, וווּ זיי קענען זיך באַפֿרײַען פֿון זייערע טאָג־טעגלעכע דאגות־פּרנסה, זאָרגן פֿאַר דער זיכערהייט פֿון לאַנד, ווײַט פֿון די “קאַסאַמען", ראַקעטן אין צפֿון און אין דרום, פֿון מעגלעכע טעראָר־אַקטן אויסגעפֿירט פֿון אַראַבישע טעראָריסטן־זעלבסטמערדער פֿון אַלע סאָרטן.

אין לאַנד גופֿאַ איז שוין הײַנט צו טאָג כּמעט ווי ניטאָ קיין פֿרײַער צימער אין די האָטעלן, אין די “צימערן" צו דינגען אין גליל, אין דרומדיקע ייִשובֿים און קיבוצים, אין ים־המלח און אין אילת.

עס איז ממש אַ מאָדערנער יציאת־ישׂראל, וואָס דערמאָנט אונדז, להבֿדיל, דעם יציאת־מצרים פֿון אַמאָל...

פֿאַר די וועלכע וועלן פֿאַרבלײַבן אין זייערע היימען, זענען שוין גרייט יום־טובֿדיקע פּראָגראַמען און פֿעסטיוואַלן פֿון פֿאַרשיידענעם פֿאַרווײַלערישן כאַראַקטער אומעטום.

דער עיקר: זאָל נאָר זײַן רויִק אין לאַנד, און די שווערע וואָלקנס און שפּאַנונג, און מעגלעכע מלחמה־געפֿאַרן וועלן פֿאַרשווינדן, ווי אויך מעגלעכע טעראָר־אַקטן אין דרום און אין צפֿון, וועלן נישט פֿאַרשטערן אונדזער זיסן, כּשרן, פֿריילעכן יום־טובֿ פּסח, אויף וועלכן מיר וואַרטן אַ גאַנץ יאָר...

וועגן די צוגרייטונגען צו די גראַנדיעזע פֿײַערונגען לכּבֿוד 60 יאָר פֿון דער ייִדישער מדינה אין חודש מײַ, אין די קומענדיקע “בריוו פֿון ירושלים".

האָט מיר אַלע אַ פֿריילעכן, כּשרן, געזונטן און פֿרידלעכן פּסח, טײַערע לייענער פֿון “פֿאָרווערטס" און אַלע ייִדן אומעטום!

חג־פּסח כּשר, שׂמח ושקט לכולם!