נתן אַלתּרמן |
דעם 15 דעצעמבער 1947, צוויי וואָכן נאָך דער היסטאָרישער סעסיע פֿון די "פֿאַראייניקטע פֿעלקער" אין לייק־סוקסעס, ניו־יאָרק, בעת וועלכער עס איז אָנגענומען געוואָרן די רעזאָלוציע צו צעטיילן ארץ־ישׂראל, זענען איבערן לאַנד אָנגעגאַנגען ביטערע קאַמפֿן צווישן די ייִדן און די אַראַבער.
אין יענעם טאָג, מיט איבער 60 יאָר צוריק, איז ד"ר חיים ווייצמאַן אויפֿגעטראָטן פֿאַר אַ גרויסער פֿאַרזאַמלונג אין אַטלאַנטיק־סיטי, צונויפֿגערופֿן פֿון דעם "פֿאַראייניקטן ייִדישן אַפּיל" (United Jewish Appeal — U.J.A.).
אין זײַן עמאָציאָנעלער, פֿלאַמיקער רעדע צו די פֿאָרשטייער פֿונעם אַמעריקאַנער ייִדנטום, האָט ד"ר ווייצמאַן זיי אַלעמען גערופֿן צו העלפֿן דעם ייִשובֿ אין ארץ־ישׂראל אין זײַן קאַמף מיט די אַראַבער.
אַזוי ווי ווינסטאָן טשוירטשיל בשעתּו, ווען לאָנדאָן איז באָמבאַרדירט געוואָרן דורך דעם דײַטשישן לופֿטפֿלאָט, וועלכער איז אַרויס מיט אַ רוף צו די ענגלענדער זיי זאָלן פֿאַרטיידיקן זייער הויפּטשטאָט מיט "שווייס און בלוט", אַזוי איז דאַן אויך חיים ווייצמאַן אַרויס מיט זײַן רוף צום אַמעריקאַנער ייִדנטום, אַז זיי דאַרפֿן זײַן גרייט צו טאָן אַלץ וואָס איז מעגלעך צו שטיצן די ייִדן אין ארץ־ישׂראל, מיט אַלע מיטלען און זיך ניט באַנוגענען בלויז מיט אַ פֿינאַנציעלער בײַשטײַערונג.
ד"ר ווייצמאַן האָט זיי אָנגעזאָגט, אַז "קיין שום פֿאָלק באַקומט ניט זײַן מדינה און זײַן זעלבשטענדיקייט אויף אַ 'זילבערנעם טאַץ!!!'" (עס איז געווען אַן אָנצוהערעניש, אַז "כּסף" אין עבֿרית מיינט געלט און אויך זילבער מיינט "כּסף"...) דער אויסדרוק "To give on a Silver Platter", איז אַן אַלט־ענגלישער אויסדרוק וואָס שטאַמט פֿון מיטלעלטער. עס מיינט צו זאָגן, אַז "דו קענסט ניט באַקומען דײַן וווּנטש אויף אַ זילבערנעם טאַץ, אויב דו מאַכסט ניט קיין באַזונדערן אָנשטרענג, אויב דו ביסט ניט גרייט מקריבֿ צו זײַן ניט נאָר געלט, כּדי צו דערגרייכן דײַן צוועק אד"גל".
דרך־אַגבֿ: אין מיטלעלטער האָט מען דערלאַנגט בײַ די ענגלישע אַדללײַט בעת די סילוועסטער־פֿײַערונגען אויף אַ זילבערנעם טאַץ אַ קאָפּ פֿון אַ חזיר... אפֿשר שטאַמט עס פֿון דאַן...
* * *
אין תּל־אָבֿיבֿ האָט דער דיכטער נתן אַלתּרמן (אַלטערמאַן) געלייענט דעם באַריכט פֿון דער פֿאַרזאַמלונג אין אַטלאַנטיק־סיטי און ער איז געוואָרן שטאַרק באַאײַנדרוקט פֿון ד"ר ווייצמאַנס רעדע, באַזונדערס פֿון דער ציטאַטע, אַז "קיין מדינה ווערט נישט געגעבן אַ פֿאָלק אויף אַ זילבערנעם טאַץ", אַז דער חלוקה־פּלאַן פֿון די "פֿאַראייניקע פֿעלקער" אין ניו־יאָרק איז בלויז אַ באַשלוס אויף פּאַפּיר און ניט קיין פֿאַרטיקע, קאָנקרעטע מדינה. עס גיט די ייִדן אַן אויסזיכט אַליין עס צו רעאַליזירן און אויב עס איז נייטיק אויסצוקעמפֿן און אויפֿבויען זייער אייגענע זעלבשטענדיקע מדינה...
די דאָזיקע ווערטער פֿון ד"ר חיים ווייצמאַן האָבן אינספּירירט דעם דיכטער נתן אַלתּרמן צו פֿאַרפֿאַסן איינע פֿון זײַנע באַקאַנטסטע און שטאַרקסטע לידער. דאָס ליד "מגש הכסף" וואָס איז דערשינען אין דער צײַטונג "דבֿר" אין זײַן שטענדיק פאָפּולערן, אַקטועלן קאָלום "הטור השבֿיעי" (דער זיבעטער קאָלום). עס איז אויפֿגענומען געוואָרן פֿון אַלע פֿאָלק־שיכטן מיט גרויס ענטוזיאַזם און אָנערקענונג צו דעם דיכטער.
דער קאַמף מיט די אַראַבער איז דאַן געווען אין פֿולן ברען. עס זענען געפֿאַלן אַ סך קרבנות און הונדערטער זענען פֿאַרוווּנדעט געוואָרן אין פֿאַרשיידענע פּונקטן פֿון לאַנד.
דאָס ליד "מגש הכסף" איז געלייענט געוואָרן אומעטום, מען האָט עס רעציטירט בײַ פֿאַרשיידענע געלעגנהייטן און אויף פֿאַרשיידענע בינעס. ד"ר מרדכי נאור (נאַאָר), שרײַבער און פֿאָרשער פֿון דער געשיכטע פֿון ארץ־ישׂראל, דערציילט, אַז ער געדענקט, אַז בעת דער פּראָקלאַמירונג פֿון דער מדינה, דעם 14טן מײַ 1948, האָט מען אין דער פֿײַערלעכער צערעמאָניע אויך רעציטירט דאָס ליד פֿון נתן אַלתּרמאַן "מגש הכסף", וואָס האָט אַלע צוהערער טיף גערירט און באַגײַסטערט מיט זײַן אינהאַלט.
60 יאָר זינט דעם אויפֿקום פֿון מדינת־ישׂראל, איז דאָס דאָזיקע ליד נאָך אַלץ אַקטועל עס וועט אויך זײַן אַקטועל אין די קומענדיקע דורות.
איך גיב דאָ אָן דאָס ליד אין מײַן אייגענער, פֿרײַער איבערזעצונג, אין גײַסט פֿון דעם העברעיִשן מקור.
דער זילבערנער טאַץ
פֿון נתן אַלתּרמן
...און דאָס לאַנד איז רויִק געוואָרן פֿון מלחמה,
נאָר דער הימל רויט פֿון טרערן
ווערט נאָך אַלץ פֿאַרטונקלט פֿון די רויכן,
וואָס קנוילן אַרויף ווײַט אין די הויכן.
פֿון די נאָך־טליִענדיקע פֿײַערן פֿון הײַזער פֿאַרברענטע,
פֿון וועלדער פֿאַרסמאַליעוועטע, הייליקטימער פֿאַרשענדטע
און אַ פֿאָלק שטייט אויף, מיט הערצער צעבראָכענע,
געשפּאַנטע, אויפֿגערעגטע, באַגײַסטערטע
מקבל צו זײַן דעם נס, דעם איינציקן,
וואָס אַזעלכער איז נאָך קיין מאָל ניט געשען...
...און צוויי יוגנטלעכע, אַ בחור און אַ מיידל
שפּאַנען צום פֿאָלק מיט געמאָסטענע טריט,
אין בגדים — פֿאַרקויטיקטע, אין שווערע שיך — פֿאַרבלאָטיקטע
פֿאַרמאַטערטע, דערשעפּטע פֿון טעג און נעכט ניט־דערשלאָפֿענע,
פֿון וועגן און שטעגן, פֿון קאַמפֿן אין־סופֿיקע...
זיי קומען צו, און בלײַבן שטיין אומבאַוועגט,
פֿאַרגליווערט, אָן אַ סימן פֿון לעבן און טויט...
און דאָס פֿאָלק, באַגאָסן מיט טרערן און צויבער
פֿרעגט זיי מיט ציטער:
ווער זײַט איר?!!
און די צוויי ענטפֿערן, אין דער שטיל
מיט שטאָלץ און געפֿיל:
"מיר זענען דער זילבערנער טאַץ",
אויף וועלכן עס איז אײַך געגעבן
די אויסגעחלומטע דורות־לאַנגע, אויסגעגאַרטע
מיט בלוט און שווייס אויסגעקעמפֿטע
ייִדישע מדינה — מדינת־ישׂראל!!!